בלאט 5 פון 7
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:19 pm
דורך קינות גירושין
דער אמת איז, אז מיין עקס האט נאך נישט באקומען א מעשה בי״ד פון דעם רב, סאיז יעצט בידי דורך א מאפינערישע וועג אויסצומעקן די עידותשאפט, פון ווי סאיז פארשריבען, ווען סוועט קומען למעשה ביי איר חופה מוועט איר בעטן א פראוו וועט זי נישט קענען ברענגן, און די רב וועט האבען א ערענסטע פראבלעם איר דאס צו געבן...
זאל איך דאס טון ??????????????
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:22 pm
דורך בדחן
איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,
מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם...

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
חכם! זי וועט ברענגען עדות פון קאווע שטיבל!
בדחן האקט....
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:23 pm
דורך קרעקער
גלייב מיר איך וויין פאר דיר
איך האב מיטגעהאלטען א אנדערע קעיס וואס דע מאן האט געליטען פונקט ווי דיר אויך נאר וועגען דע רב וואס האט איינגעמאכט פאר די פרויס טרערען
כפארטשיי ווי איינגעמאכט און פארשלאסען דו ביזט יעצט גענטצליך אין זיינע הענט אבער דו מוזט מאכען א סוף דערצו
מיין עצה גיי אריבער צו א אנדערע רב אדער עסקן א גרעסערע בולי פונעם ערשטען און זעה ער זאל דיך העלעפן
דערנאך לייג ארויף דא די נאמען פונעם ערשטען רב און גלייב מיר דערולם דא וועט טוהן די ארבעט פאר דיר
יענער חזיר רב וואס האט זיך פארגלוסט אין דיין עקס וועט שנעל פארגעסען פון איר
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:27 pm
דורך אבגד
בדחן האט געשריבן:איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,
מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם...

און וואס טוט זיך מיט'ן
"בדחן" פון די חתונה, דארף מען נישט ארויפשטעלן?
ניין, אויב אזוי וואס איז דער רב די מסדר קידושין שולדיג, ממילא דער שדכן....
גראדע די מסדר קידושין געווענטלעך נעמט דער צד החתן.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:28 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט
דו ביסט דער וואס שטייט און קלאצט ביי די שייטל מאכער ביי די ווינדאו 24/7? דעמלאטס ווי אזוי שרייבסטע?
עס איז מן הסתם א פאלטשע בילד.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:30 pm
דורך בדחן
אבגד האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,
מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם...

און וואס טוט זיך מיט'ן
"בדחן" פון די חתונה, דארף מען נישט ארויפשטעלן?
ניין, אויב אזוי וואס איז דער רב די מסדר קידושין שולדיג, ממילא דער שדכן....
גראדע די מסדר קידושין געווענטלעך נעמט דער צד החתן.
וויבאלד ער האט נישט מוחה געווען האט ער א דין ווי דער שדכן אליינס...
ער ווייסט דאך יא וואס עס גייט פאר.. ער ווייסט דאך וואס עס האט פאסירט צו די וועם ער האט מסדר קידושין געווען א יאר צוריק אדער צוויי יאר צוריק, פאר דערציילט ער נישט דעם אמת און ער פראבירט עס נישט אפצושטעלן איידער עס איז צו שפעט??
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:31 pm
דורך אבגד
קאווע טרינקער האט געשריבן:חכם! זי וועט ברענגען עדות פון קאווע שטיבל!
בדחן האקט....
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט
די עדות פון קאווע שטיבל וועט נאר קאליע מאכן דעם שידוך, מען וועט זעהן וואסערע טיפ זי איז.
ווייל קינות'ל איז פון די איידעלע, ער רעדט נישט שלעכטס אויף יענעם.
אוי באשעפער! זיי דיך שוין מרחם אויף קינות'ל ער האט שוין גענוג געליטן, ס'זאל אים שוין גיין פון יעצט און ווייטער נאר גוט, און אלע בייזע זאלן האבן א מיאוסן סוף, און מ'זאל שוין קענען בקרוב הערן נאר גוטע בשורות ביי אים.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:34 pm
דורך אבגד
בדחן האט געשריבן:[וויבאלד ער האט נישט מוחה געווען האט ער א דין ווי דער שדכן אליינס...
ער ווייסט דאך יא וואס עס גייט פאר.. ער ווייסט דאך וואס עס האט פאסירט צו די וועם ער האט מסדר קידושין געווען א יאר צוריק אדער צוויי יאר צוריק, פאר דערציילט ער נישט דעם אמת און ער פראבירט עס נישט אפצושטעלן איידער עס איז צו שפעט??
בשעת ער האט מסדר קידושין געווען האט נאך אלץ געגלאנצט, און דערנאך וואט די העלל גייט אים אהן וואס טוט זיך ביי יענעם, מיטאמאל געדענקט ער אפילו אז ער האט מסדר קידושין געווען.
און נאך א זאך פון ווי קען מען וויסן וואס יענער איז ווען מ'איז מסדר קידושין, אויב קען מען וויסן סתם ווייל מען קען יענעם, ביסטו דאך די זעלבע שולדיג, פארוואס האסטו נישט אפגעשטעלט.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:41 pm
דורך קינות גירושין
דעס איז ב״ס כקען נאר גיין צו א רב וואס זי איז מסכם, זי וועט נישט מסכם זיין צו א אנדערע רב
דארפסט פארשטיין א רב האט נישט קיין לעגאלע כח איבער custady and visitation, ער איז נאר גערעכנט ווי א מידיעטער
און א מידיעטערס כח איז נאר ווען ביידע זענען מסכם צו זיין פסק,
סא מיין נעקסטע אפשען איז קארט און דעס וויל איך נישט, פאר מיינע קינדערס סעיק
it will kil them away
איך פלאן נישט צו נוצען ק״ש פאר א טאל צו שלאגען די רב.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:46 pm
דורך בדחן
קינות גירושין האט געשריבן:איך פלאן נישט צו נוצען ק״ש פאר א טאל צו שלאגען די רב.
אויך נישט צו שעלטען

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:51 pm
דורך קינות גירושין
כאכאכאכאכא ממש מקען זיך ראלען פון דיין הומער
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:59 pm
דורך אבגד
רבותי!!
ס'איז צרות ווי א בארג, קינות'ל איז געפערלעך אנגעזעצט, ביטע אים פרובירן פרייליך מאכען, נישט מער אהנציען.
ווער האט א דזשויק??
אה, איך האב זיך דערמאנט...
וואס ווארפט מען ארויף איז עס ווייס און עס קומט אראפ איז עס געיל??
א איי

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:25 pm
דורך קינות גירושין
מיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
(אגב איך האב אין מיין באזוץ א ליקוט פון הונדערטע זשאקס וואס כהאב מלקט געווען פון די מלתא בדיחותא אשכול פון אייוועלט, דאס איז חוץ פון די צוויי חלקים וואס איז פארשריבען דורך הערשעלע איסטאפאלער,
איט אלל דאזנט העלפ עי ביט!
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:44 pm
דורך איחוד פעלד

ווער עס טרעפט די נאז פין קינות, זאל מקיים זיין השבת אבידה.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:מיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
(אגב איך האב אין מיין באזוץ א ליקוט פון הונדערטע זשאקס וואס כהאב מלקט געווען פון די מלתא בדיחותא אשכול פון אייוועלט, דאס איז חוץ פון די צוויי חלקים וואס איז פארשריבען דורך הערשעלע איסטאפאלער,
איט אלל דאזנט העלפ עי ביט!
פראוזעק. אדער , להבדיל א מסילת ישרים העלפט יא.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:דעס איז ב״ס כקען נאר גיין צו א רב וואס זי איז מסכם, זי וועט נישט מסכם זיין צו א אנדערע רב
דארפסט פארשטיין א רב האט נישט קיין לעגאלע כח איבער custady and visitation, ער איז נאר גערעכנט ווי א מידיעטער
און א מידיעטערס כח איז נאר ווען ביידע זענען מסכם צו זיין פסק,
סא מיין נעקסטע אפשען איז קארט און דעס וויל איך נישט, פאר מיינע קינדערס סעיק
it will kil them away
איך פלאן נישט צו נוצען ק״ש פאר א טאל צו שלאגען די רב.
ביטע לאז דעם רב שליט"א צוריקגיין אויף זיין באקוועמע שטול דרימלען ביז מנחה. נאך איין ריעל-עסטעיט דיעל דארף ער אדורכפיהרן, און ער מוזזעך אביסל אויסרוהען פון אנגעשטרענגטקייט. א ביסל רחמנות. שקויעךךךך...
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:55 pm
דורך אבגד
קינות גירושין האט געשריבן:מיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
ביזט אינגאנצן צודרייט! דו ווילסט איך זאל אויך האבן צוטוהן מיט די צודרייטע פרוי? דיין זון וועט מיך קאנטאקטען און דיין x וועט לויפן צום רב, און מארגען וועל איך עפענען א אשכול מיט מיינע איבערלעבענישן?
נאו וועי!! לאז מיך ארויס, איך וויל נאר דיך קענען, (אויך דיין זון ווען ער איז ביי דיר)
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:02 pm
דורך קינות גירושין
איחוד פעלד האט געשריבן:
ווער עס טרעפט די נאז פין קינות, זאל מקיים זיין השבת אבידה.
דעס איז גראדע א אימבאלימפערטע וויץ, מרעדט נשט אזוי צו א מענטש וואס גייט דורך פעין, גיי אין סקול ווי מלערנט אויס צו רעדן ווי א מענטש ( טיפ: נישט אין א חסידישע סקול רוב פון זיי האבען אזא עקלדיגע אגרעסעוו וועג פון רעדן, גיי צו די גוישע )
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 5:43 pm
דורך קינות גירושין
יעצט אריין געקומען א בשורה כגיי קענען זעהן מיין טאכטער היינט באנאכט כהאב איר שוין נישט געזעהן א שטאק מיט יארען
עניווע אנמיטען איז זי געווארען 8 כדארף עפעס איידיע פאר א בירטדעי פרעזענט, שנעל רבותי 6.30 דארף עס שוין זיין ערלעדיגט
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 5:45 pm
דורך לעמיל
א נאש? א דשועלרי? בערך וואס ווילסטו קויפען?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 5:46 pm
דורך אבגד
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 6:08 pm
דורך קינות גירושין
האמממ א זאך וואס סקען זיך נישט פארלירען