בלאט 5 פון 6

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 7:32 pm
דורך ידען
יידל ביסט געווען ביים אסיפה?

א באריכט, א באמערקונג?

גארנישט?

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:31 pm
דורך gehlungen
Its very interesting how this subject is spoken about in KAVEH SHTEIBLE only negative comments. But in IVELT you will only see possitive comments :!:

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:35 pm
דורך יידל
gehlungen האט געשריבן:Its very interesting how this subject is spoken about in KAVEH SHTEIBLE only negative comments. But in IVELT you will only see possitive comments :!:

א. אין אייוועלט איז די אשכול אויף דעם נושא פארשפארטגעווארן נאך 5 תגובות.
ב. מיר האבן ב"ה געהאט גדעון און זר זהב וועלכע האבן אונז געפיטערט פאזעטיווע קאמענטארן.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:39 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:יידל ביסט געווען ביים אסיפה?

א באריכט, א באמערקונג?

גארנישט?

איך בין געווען. די דרשות זענען געווען אביסל צי דראמאטיש און איבערגעטריבן. די כשר ליין מאטעריאל עקספאו איז געווען א געוואלדיגער זאך (בעיקר ווייל זיי האבן נישט געהאט פון די פארטייאישע צייטונגען) און דאס אז מ'האט כמעט נישט דערמאנט דארט קיין נעמען פון קיין ספעציפישע ליין-מאטעריאל איז אויך געווען א געוואלדיגער זאך. אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:21 am
דורך שרייבער
צו דער שטערן שאדט פאר די יוגנט צו נישט ווייס איך נישט

איך פערזענליך קויף עס נישט

מיר באדערט אבער די זעלבע די אלע גויאישע ארטיקלען אין די צייטונגען, און מהאי טעמא קויף איך יענץ אויך נישט, איך וויל נישט מיינע קינדער זאל עס ליינען עכ"פ אין די יוגנט יארן, אביסל שפעטער אפילו אויב זיי וועלן זיך צוכאפן דערצו וועט עס האפנטליך נישט שאטן פונקט ווי ס'האט מיר נישט געשאדט, איינמאל מען איז אנגעליינט מיט סיפורי צדיקים כנלע"ד

מיר באדערט אבער וואס אסאך באדערט, פארוואס מאכסטו איבערקערענישן ווען דו אליין ביסט נישט בעסער, כלומר די צייטונג פון דיין פארטיי

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:49 am
דורך געצל
יידל האט געשריבן:אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

און וואס וועסטו זאגן צו די עלטערן וואס רעדן זיך אפ און די מלמדים וואס וויינען אז די קינדערס קעפ ליגן אין זאכן וואס העלפט זיי נישט צום לערנען? )איידל גערעדט...(

ענטפער נישט אז אנדערע לייען מאטריאל זענען די זעלבע, ווייל מיט דעם ביסטו גערעכט.

לכאורה וועסטו זאגן אז גארנישט שאדט זיי נישט.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:58 am
דורך יידל
געצל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

און וואס וועסטו זאגן צו די עלטערן וואס רעדן זיך אפ און די מלמדים וואס וויינען אז די קינדערס קעפ ליגן אין זאכן וואס העלפט זיי נישט צום לערנען? )איידל גערעדט...(

ענטפער נישט אז אנדערע לייען מאטריאל זענען די זעלבע, ווייל מיט דעם ביסטו גערעכט.

לכאורה וועסטו זאגן אז גארנישט שאדט זיי נישט.

איך זאג נישט אז גארנישט שאדט נישט, אבער א נארמאלער קינד וועלכער האט א געשמאק אין לערנען, פארלירט עס נישט פון לייענען שטערן איינמאל צו צוויי מאל א חודש.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 1:14 am
דורך געצל
מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 1:15 am
דורך שמואל הלוי
א מנהל אדער מלמד וואלט יעצט נישט געזיצן אין קאווע שטיבל אזוי שפעט. (מ'דארף דאך האבן כח צו די קינדער מארגן)

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 1:18 am
דורך יידל
געצל האט געשריבן:מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

איך האב גערעדט צו א מלמד די שבת. ער זאגט מיר אז שטערן שאדט פאר די וועלכע שפירן ממילא נישט קיין טעם אין לערנען. (אך און וויי אויב א נארישער ארטיקל איבער עיר פארס וואן איז מצליח אוועקצובלאזן א קינד פון לערנען).

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 1:40 am
דורך ידען
געצל האט געשריבן:מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

וועלכע מנהלים? די ווואס האט געשריבן די בריוו צו די שטערן? ;)

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:26 pm
דורך טעלעפאן
געצל האט געשריבן:מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?


איך פערזענליך האב מעך גע׳טענה׳ט מיט א מנהל פון איינע פון די אנגענומענע מוסדות אין וומסב״ג און ער האט קלאר נישט געהאט קיין הוכחה אז פאר א נארמאלער אינגל זאל דער שטערן זיין א פראבלעם. ער זאגט אז ער מוז זאגן אז ס׳איז נישט גוט צוליב דרוק (פרעשור בלע״ז...) פון עסקנים

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:34 pm
דורך אורח
,

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 12:19 am
דורך נולד מאוחר
אורח האט געשריבן:,

סברענגט ארויף אויפן זכרון די מעשה פונעם חסיד וואס האט געטראפן א ווייצל אין פסח אינעם פאס.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 8:25 am
דורך gehlungen
OIRACH!! Pls post attch with PDF

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:03 am
דורך יידל
gehlungen האט געשריבן:OIRACH!! Pls post attch with PDF

ChanochLanaar.pdf
(43.7 KiB) אראפגעלאדנט 172 מאל

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:03 am
דורך שמואל הלוי
וואס איז אורות? פון סקווירא?

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:20 am
דורך בן תמליון
"אורות - וואס גייט אריין בגדר ספרי מינות ממש"

הייסט עס מען מאכט א מעמד אדיר צוליב דער שטערן וואס איז צום ארגסטן צו ציציענד פאר קינדער; דא פארקויפט מען ספרי מינות ממש בריש גלי, בפומבי אין אלע ספרים געשעפטן און מ'שווייגט? על כבודי לא מחיתם? הרעישו תבל ומלואה!

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:25 am
דורך chasid
משוגעים!! אורות פון סקווער איז כפירה?? כ'האב זייער הנאה אז די עסקנים האבן ארויסגעוויזן זייער צומצום בריש גלי...
נאר אשאד אז די צעטל איז נישט געווען פארשפרייט פארן כינוס, אזוי ואלטן זיי געהאט ווייניגער מנהלי מוסדות וואס וואלטן זיך צוגעשטעלט

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:44 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז אורות? פון סקווירא?

יא, פון סקווירא. אורח, ווי איז דער צעטל ערשינען? איך האב זי אין ערגעץ געזען.

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:16 pm
דורך דעינעש
געווען אויך אין תהילות יוא' (קינג'ס) וומ"ס.

Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:19 pm
דורך קאווע טרינקער
אורות אויך נישט?
סאו וואס איז געווען אויסגעלייגט ביי די עקספאו?

Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:29 pm
דורך האט קאפ
דעינעש האט געשריבן:געווען אויך אין תהילות יוא' (קינג'ס) וומ"ס.


די סקווערע בחורים פון ישיבה קטנה וועלכע זענען איינקוואטירט אינערהאלב זייער געביידע אויף העווארד סטריט ארום די בלאק ווי די תהלות יואל ביהמ"ד געפינט זיך
זיי באנוצען זיך מיט די קונגסטרס מקוה דורך אן אונטר טירל וועלכע פירט זיי פון זייער ת"ת גלייך צו די מקוה
ווען זיי האבן היינט אינדערפרי באמערקט די צעטלעך אנטקעגען זייער אויסגאבע האבן זיי עס תיכף "ומיד" מעביר געווען מיט א תלישה גדולה!
___________
איך קען נישט פארשטיין ווי תמימותדיג דער עולם איז דא די צעטלעך האט גארנישט מיט די עסקנים פון די אסיפה, נאר דאס זענען פון די אנטי חברה וועלכע האבן געוואלט ליצנות מאכן און פארוואסערען די גאנצע זאך..........