בלאט 5 פון 7
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:19 am
דורך מאראנצןזאפט
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
א גאון בחכמה ובמדות, מזל טוב, דיין הומאר, טאלאנט און גראמען באשיינט דעם שטיבל.
שוין לאנג גע'טענה'ט אז רויטע זענען גוד לוקינג.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:25 am
דורך אפטעמיסט
טאקע א חרפה אז כ'האב נישט באמערקט ביז איצט. וואו טרעפט מען נאך אזא געמיש פון הומאר, טאלאנט, מידות און לוקס? מוואנצעס עד וואנצעס לא קם כוואנצעס!
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:27 am
דורך ישמעאל הכהן
יא, אגריה. רויטע וואנצעס האט געוויזן אז אלעס אין איינעם קען יא זיין ביי איינעם! מז''ט ר.וו. !
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:31 am
דורך סאשי פיש
רויטע,
רויטע,
רויטע, במה אברכך?
אלא?! מזל טוב!! מזל טוב!!!
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:48 am
דורך רויטע וואנצעס
שטעל דיך פאר ווען א רויטער בלאשט, ס'איז א בחינה פון האדם האדם הזה. איך ווער פאברענט!
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:55 am
דורך מצטמק ויפה
א מזל טוב פאר אונזער באליבטע וואנצעס
די ביסט אסאך מער, ווי סתם אפאהר שמאנצעס
יין כי יתאדם, זעמיר דאס חשיבות פון רויט
אפילו א גאנץ יאר קען מען מקיל זיין פאר א נויט
אבער מען האט אוודאי דיר נישט געמיינט
אזוי צו זאגן אויף דיינע פיינט
די ביסט דער רוח החיים דאס וועט יעדער זאגן
א גאנץ יאר נאר רויטע דארפן אונז פארמאגן
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 1:05 am
דורך רויטע וואנצעס
א גרויסן דאנק אלע, פאר די שיינע ווינטשען. כאן המקום להודות ספעציעל חברינו היקר [tag]מצטמק ויפה[/tag]. פארוואס? משום מעשה שהיה: מיין סעלף עסטים איז געווען שרעקליך די ערשטע פאר חדשים דא אויף קאווע שטיבל, מיין רויטע וואנצעס האבן מיר חרוב געמאכט, ס'איז כמעט ווייס געווארן, אזוי ווייט אז כ'האב געדארפט זיין אויף שטענדיגע suicide watch. אבער יאנואר דעם ערשטן האט די רויטע זון אויפגעשיינט, און געשאנקן דעם שטיבל נאך א רויטער (טאקע אן וואנצעס אבער א רויטער). נחמתני מצטמק נחמתני, האסט צוריקגעשטעלט מיין סעלף עסטים אין פלאץ.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 9:58 am
דורך דריידל
מזל טוב רויטע. מ'זעט טאקע אז די בארד איז דיך ווייס געווארן. אבי מ'האט אפגעראטעוועט די וואנצעס. שטעלטס אייך פאר ווען מ'האמיר א רויטע בארד מיט ווייסע וואנצעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:19 pm
דורך גאנצל
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ול[tag]שעפטל[/tag]
אלפים לייקס
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:29 pm
דורך שעפטל
פלעבריגעסטעדט!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
זאל איך זאגן מזל טוב צו חברינו היקר, אדער רבינו היקר?
מזל טוב [tag]ונבנתה העיר[/tag],
אויף דייין צוויי טויזענסטע לייק.
דיינע הודעות, ובפרט דיינע לעבנס טוישענדע אשכולים, פארדינען א פוליצער אין שרייב ווערק. דיינע ווערטער זענען יורד זייער טיף. האסט א געוואלדיגע השפעה אויף מיר און נאך חברים לטובה. דיין פעדער אין לשון הקודש איז ווי חד מקמאי. נישט קיין גוזמא.
ונבנתה בא לבנות על מנת לקיים,
העיר עמד על תלה בעט שבידים,
ונבנתה בא לְלַמד במלא חפניים,
העיר ששמם נפח בה חיים.
ונבנתה אשכולות ארוכים וקצרים,
העיר בנה על אדני פז יקרים,
ונבנתה העיר עם אבנים טובות,
העיר שחוצות כולו מרגליות.
ונבנתה גג על גג בהגיון ובדעת,
העיר שכולו פוסקים וש"ס,
ונבנתה בתבונה ובחב"ד עילאה,
העיר שחברה למטה מעשרה.
ונבנתה עם ישרות וחסידות,
העיר שכולו גוטע מדות,
ונבנתה העיר, מזל טוב בשם כל הקהל,
ונבנתה העיר, ירבו כמותך בישראל.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:55 am
דורך ונבנתה העיר
אה, אה, אזא שטיקל כבוד האב איך שוין לאנג נישט געהאט... שכוח, וואנצעס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:21 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:אה, אה, אזא שטיקל כבוד האב איך שוין לאנג נישט געהאט... שכוח, וואנצעס.
ווען ס'קומט זיך, קומט זיך!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:26 pm
דורך ברסלבער
גם אני מצטרף צו די וואונטשן פאר [tag]ונבנתה העיר[/tag]. שוין גאר אסאך קונה געווען פון דיר. כה לחי!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:37 pm
דורך כוכב
[center]מזל טוב לידידינו עוז, חכם וסופר, חקרן וידען, מגלה מצפונות, נועם המדות,
מרן [tag]אבטולמוס[/tag]
לרגל הגיע לאלפיים לייקס.
ראובן האט די העכסטע מארזשינס פון לייקס אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל, האלטנדיג ביי איבער צוויי טויזנט לייקס און אונטער פינף הונדערט תגובות, א דאנק זיינע שטוינענדע אויפדעקונגען און גילויים פון דער איד ארכיוון.
#קיפ איט ראלן ברא.[/center]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:48 pm
דורך אפטעמיסט
מזל טוב, ראובן.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איינער פון די עשרת הדברות איז "לא תחמוד". סתם מקנה זיין האט נישט קיין זין און איז הלכה'דיג אומאויסגעהאלטן. אויב פארגליסט זיך אייך אזא אויווערדאוז פון לייקס איז ראטזאם איר זאלט זיך אריינלייגן און שטאדירן די ארכיוון פון "דער בלאט". איך קען אייך גאראנטירן אפאר מיליאן לייקס און בלויז עטליכע מינוט'ן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:04 am
דורך רויטע וואנצעס
אלפיים לייקים קומתו,
חמש מאות רחבו,
יחיד מומחא "ביהדות",
עורך עם כל המעלות,
גם סברא,
גם דעה ישרה,
דודאיו נוטפת מור,
[tag]אבטולמוס[/tag] מוציא מים מבור,
עטיו מלא חידוש,
נפלאים מעשיך ב'איד'יש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:24 am
דורך אפטעמיסט
איך טראכט יעצט אז מ'דארף ווען עפענען אן אשכול "מזל רע! נאר 2000 לייקס?"
די ארבעט פון [tag]אבטולמוס[/tag] פארלאנגט ווען היפש אביסל מער ווי די נישטיגע אלפיים לייקס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:54 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:58 am
דורך berlbalaguleh
אתא קלילא האט געשריבן:מזל טוב צו אונזער ידיד מחשובי הניקים בישיבה של קאווע גדול מרבן שמו, דער גרויסער @בעל עגלה אונזער וואס פירט דאס וואגען מיט אזא מין גרויס קלוגשאפט אין געטרייקייט אין מיט זיין גוט הארציגקיעט שענקט אונז פון זיינע סמייליס יעדען מאל ער שרייבט זיינע דברי חכמה צום 2000׳סטע לייק!
איר הערט? צוויי טויזענט! קיין איינס נישט ווייניגער !wow
כן יתן ה׳ וכה יוסיף זאלסט גיין מחיל אל חיל להגדיל קאווע ולהאדירה!
אמן גם אתם...(אן סמייליס. בלי"נ) מטעם הכמוס...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:03 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:09 am
דורך [NAMELESS]
ר׳ בערל מיט׳ן פערדעל!
סוס ורוכבו...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:50 am
דורך Ben-Shishim
Which one is the Rabbi , and which one is the Gabei?