בלאט 5 פון 22

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:43 am
דורך זר זהב
אבער וואו קומט אריין דרייון ווילד ווען די סיבה פונעם טראגעדיע איז א שיכורער גוי וואס קען נישט ליינען אידיש?!?!

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:43 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
יא נולד די טוסט וויי מער ווי איינעם.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:44 am
דורך לעמאן דזשוס
ממי_שאמרו האט געשריבן:מנהלים, פארדעם זענט איר דא. ביטע!! למען השם טוט עפעס.

אידן זענען משוגע אדער וואס?? דאס זענען די תגובות 2 שעה פאר די לוויה????

איך שטיי און שטוין. אלס א איד, אלס א איד, און אלס א איד בין איך מוחה אויף די ווערטער וועלכע זענען געניצט געווארן איין איד אויפן צווייטן ספעציעל אין אזא טאג. איך שעם זיך פאר מיר, איך שעם זיך פאר אלע אנדערע נערמאלע ניקס דא, איך שעם זיך פאר קאווע שטיבל, איך שעם זיך פאר אנדערע אידן, איך שעם זיך פאר מענטשליכקייט.

דאס איז ביליג, מיאוס, עקעלהאפטיג און גרויליג.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:50 am
דורך ברסלבער
ברסלבער האט געשריבן:נחזור להענין, א שוידערליכע מעשה וואס וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון מח.
איינער האט מער פרטים פון די מעשה? דער דרייווער פונעם BMW איז אנטלאפן, וואס איז מיטן דרייווער פון זייער קאר? מען האט גלייך גערופן פאר הילף, אדער זיי זענען געליגן א שטיק צייט דארט? (אזוי האב איך געהערט האלבע ווערטער).

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:53 am
דורך שמעקעדיג
יעצט באמערקט דעם גבאי'ס הודעה. אימסארי. בעק טו סאבזשעקט.
און רבותי, לאמיר זיך טאקע מתקן זיין אין דעם ענין.
שנאת חנם האלט אפ משיח'ן, כידוע מפי ספרים וסופרים. לאמיר ארויסנעמען א ריכטיגן מוסר השכל פון די טראגעדיע.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:04 pm
דורך איחוד פעלד
זר זהב האט געשריבן:אבער וואו קומט אריין דרייון ווילד ווען די סיבה פונעם טראגעדיע איז א שיכורער גוי וואס קען נישט ליינען אידיש?!?!



ווער גענוי איז געוועהן שיכור, דער קאר וואס מען זוכט, אדער דער דרייווער פין די קאר סערוויס?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:06 pm
דורך זר זהב
פרעגן האסטע געדארפט בעפארן אפשרייבן דיין לאנגן דייעטרייב

דער וואס האט אריינגעקראכט אינעם קאר סערוויס איז געווען אינטאקסיקעטעד.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
דער דרייווער וואס האט געמאכט פליטה. מ׳ווייסט נישט, מ׳שטעלט זיך פאר.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:09 pm
דורך איחוד פעלד
וויאזוי גענוי ווייסט מען אויב איז ער נישטא?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:10 pm
דורך יידל
ווייל מ'האט אים שוין געכאפט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
די וועג ווי אזוי ער האט געדארפט זיין אין זיין ליניע, די שטארקייט פונעם זעץ, הוכחות אינעם קאר. און אזוי ווייטער.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
יידל, ווען?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:14 pm
דורך גאלד
דערווייל האט מען קיינעם געכאפט

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:18 pm
דורך יידל
אופס, סליחה. כ'האב געזען א פאלשן בילד אויף אייוועלט. מ'האט נישט געכאפט, אבער אזויווי ממי זאגט האט זיין דרייווען געהאט אלע סימנים פון שיכרות.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער קדיש'ל וואס די פארפאלק האט איבערגעלאזט זאל זיין געזונט און שטארק און זאל ברענגן נחת פאר זיינע עלטערן.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:18 pm
דורך טעפל
גאלד האט געשריבן:דערווייל האט מען קיינעם געכאפט

מ'האט דאך גערעדט אז די בילד איז פאלש אבער מ'האט געכאפט איינעם נעכטען?!

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
מ׳האט געכאפט א גנב אין בפ, גארנישט קיין שייכות מיט די טראגעדיע

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:דערווייל האט מען קיינעם געכאפט


וואס איך פארשטיי נישט, לכאורה איז דאך דער BMW געבליבן דארט צעשמעטערט, נישט אזוי?
ווייסט מען נישט ווער איז דער אייגענטימער פונעם אויטא?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:28 pm
דורך יידל
ווי איך פארשטיי ווייסט מען יא, נאר מען ווייסט נישט וואו ער איז.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:28 pm
דורך זר זהב
ער קען זיך דאך באהאלטן, איך פארשטיי נישט וויזוי איז מעגליך אז ער האט נישט געדארפט אנקומען צו באהאנדלונגען?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:29 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז לכאורה גענוג קליג נישט צו זיין אינדערהיים. איינער זאגט מיר אז א היט ענד ראן אונטער די השפעה פון אלקאהאל איז לייף?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דערווייל האט מען קיינעם געכאפט


וואס איך פארשטיי נישט, לכאורה איז דאך דער BMW געבליבן דארט צעשמעטערט, נישט אזוי?
ווייסט מען נישט ווער איז דער אייגענטימער פונעם אויטא?

אייגענטימער ווייסט מען ווער עס איז (און מ'האט שוין גערעדט צו אים מיינעך)אבער ער איז נישט געוועהן די דרייווער

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
נ"י פאוסט שרייבט אז מרס. גלויבער איז געוועהן רעספאנסיוו ביז פאר מ'איז אנגעקימען אין שפיטאל. אוי וויי וויי

http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... jq0xlbBmrN

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:34 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:ער קען זיך דאך באהאלטן, איך פארשטיי נישט וויזוי איז מעגליך אז ער האט נישט געדארפט אנקומען צו באהאנדלונגען?

געזען אין איינע פון די צייטונגען אז די פאליציי האט ארויסגעלאזט אן אלערט צו אלע שפיטעלער אין די סיטי.