בלאט 5 פון 5
Re: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 12:39 am
דורך וויל קענען
סטאפ עס איז נישט קיין וויץ מדארף עס נעמען אין די הענט אריין עס איז עמי בבית
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:15 am
דורך געוואלדיג
ראשעקאל האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:אמת'דיג אדער א וויץ?
מען דארף איהם ארויסווארפן ווי די תקנות המקום לויטן
אמת'דיג.
וועגן תקנות ווייס איך נישט
כז) אין ליכט פון לעצטיגע אנטוויקלונגען, און נאכ'ן איבערשמועסן מיט פילע מיטגלידער און די חברי ההנהלה, ווילן מיר קלאר מאכן די פאלגנדע נקודות:
1) "קאווע שטיבל" טאר נישט גענוצט ווערן פאר א צוועק וואס איז שלא עפ"י תורה. איינער וואס נוצט קאווע שטיבל אויף מחלל שבת זיין בפרהסיא קען נישט דא שרייבן.
גיב איבער פאר די הנהלה ווער עס איז געווען, א דאנק.
איך בין אין שאק.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:18 am
דורך [NAMELESS]
אישי איז בפרהסיא?
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:20 am
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אישי איז בפרהסיא?
יעצט איז עס שוין (לכה"פ א שטיקל) פרהסיא
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:21 am
דורך געוואלדיג
אז ער שיקט צו א צווייטן, קען דאס מן הסתם געקרעכנט ווערן אויף פרהסיה, איך בין נישט קיין ת"ח אבער איך שטעל זיך פאר אז די הנהלה האט געמיינט צו זאגן אויף א אופן וואס אנדערע ווייסן פון דעם, משא"כ אויב ער ליינט ק"ש און קיינער ווייסט נישט.
Re: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:24 am
דורך [NAMELESS]
איך בין שאק'ד אבער איך בין נישט קיין מסור קעצל.
כ'האף ער וועט תשובה טוהן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:26 am
דורך [NAMELESS]
למעשה, ער קען נאך עניוועי צוריקומען מיט א נייע ניק און פרעדיגען ווייטער וואס ער וויל, (חוץ פון תשובה טון אויף זיינע אישי'ס).
Re: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:11 am
דורך גרויסע מענטשעלע
בן אדם האט געשריבן:למעשה, ער קען נאך עניוועי צוריקומען מיט א נייע ניק און פרעדיגען ווייטער וואס ער וויל, (חוץ פון תשובה טון אויף זיינע אישי'ס).
כהייב אן טראכטן אז קול מבשר רעדט שבת אין נאך שבת נעמנט ער עס אראפ [emoji6].
Re: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:13 am
דורך גרויסע מענטשעלע
ראשעקאל האט געשריבן:איך בין שאק'ד אבער איך בין נישט קיין מסור קעצל.
כ'האף ער וועט תשובה טוהן
וואס האט ער געוואלט אפשר איז עס געוועהן פיקוח נפש ?
פארוואס נאר צו דיר שיקט ער ?
ווי זוי זאגט מען נאך פינעם בעש"ט אז אויב איינער זעהט ביי איינעם אן עבירה זאל ער וויסן אז ער איז אויך שוואך דערין.
ח"ו כמיין נישט דיר פערסאנעל !!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 12:38 pm
דורך Kool man
און ווען איך געשריגען ווי א כרוכיא אז איך ווייס פאר א פאקט אז דא זענען דא עטליכע שרייבער וואס זענען גענצליך או טיד די האט מען פון מיר געלאכט אויף כוח, דאס פארענטפערט אויך אסאך תגובות וואס אנדערש קען מען עס נישט פארשטיין, וד"ל, וק"ל, ..
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:19 pm
דורך הקטן
וואס איז בכלל די שאלה. איטס עי גיווען
סא וואט?
דאס דארף מען שרייען כרוכיא ?
בערעל דו מאכסט זיך?
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 7:34 am
דורך בן עזאי
חד גדיא האט געשריבן:דער פאטער האט מיר געזאגט: איך בעט אייך משגיח דערציילט מיר נישט. מיין הארץ טוט מיר שוין גענוג וויי, איך קען במילא גארנישט טאן.
טייערער פאטער מיין הארץ שפירט מיט מיט דיר, קיינער קען נישט פארשטיין די צער פון א פאטער וואס די קינד ריקט זיך אוועק פונעם דרך.
אבער זיי וויסן אז ס'איז נאר א דורכגאנג. ער האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, און זייענדיג אהן קיין שום פילטער און באגרעניצונג האט ער זיך באגעגנט מיט זאכן שנפשו של אדם מחמדת. און דאס האט אים געפירט מטה מטה.
אבער ס'קימט א צייט נאך אפאר חדשים, צו אפילו אביסל לענגער, וואס ס'ווערט נמאס אזא סארט לעבן און די נשמה בענקט צוריק צום באשעפער, ספעציעל אויב מ'איז אויפגעוואקסן אין א ווארימער שטוב. און אויב איז נאר די טיר אביסל אפן קומט מען צוריק.
נאכדערצו אין דיין פאל ווי ער היט נאך אויפן דרויסנדיגן געשטעל, זעה נאר אים חלילה נישט צו מרחק זיין. איז זיכער צום האפן אז עס וועט נישט נעמען לאנג, און די וועסט נאך זעהן אסאך נחת פו אים.
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 12:17 pm
דורך צקון לחש
איז דא ערגעץ וואו איך קען ליינען די דרשות פון דער ווינער רב שליט"א אין דעם ענין? זיי האבן א בלעטל וכדו'?
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 3:42 pm
דורך שעפטאל
געהערט אז קול מבשר האט ליידער א גרויסע סכום ריפער'ס ביום השבת.
קראנטע מקורות געבן איבער אז ק"ש איז קיינמאל נישט אפען אויף שבת, נאר פרייטאג צו מוצ"ש..
ס'איז אלעמאל דא צעווישען צוואנציג ביז פופציג באניצער (אפי' ווען ס'שטייט פרייטאג-מוצ"ש.)
ווי וואלט הרה"ק ר"א מבעלזא געזאגט, זיי זענען פון רב'ס מענטשען. רב צלי של מוצ"ש בשבת. אדער זענען זיי פון די רמב"ם אידן וואס פסק'נט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
אדער האבן זיי א היתר!
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 5:40 pm
דורך וואלווי
שעפטאל האט געשריבן:געהערט אז קול מבשר האט ליידער א גרויסע סכום ריפער'ס ביום השבת.
קראנטע מקורות געבן איבער אז ק"ש איז קיינמאל נישט אפען אויף שבת, נאר פרייטאג צו מוצ"ש..
ס'איז אלעמאל דא צעווישען צוואנציג ביז פופציג באניצער (אפי' ווען ס'שטייט פרייטאג-מוצ"ש.)
ווי וואלט הרה"ק ר"א מבעלזא געזאגט, זיי זענען פון רב'ס מענטשען. רב צלי של מוצ"ש בשבת. אדער זענען זיי פון די רמב"ם אידן וואס פסק'נט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
אדער האבן זיי א היתר!
קראנטע מקורות געבן איבער....
דארפסט פארשטיין, אז ק"ש איז אן אינטערנאציאנאלע אונטערנעמונג. די ממהרים לצאת פון שבת נאכמיטאג זענען די ארץ הקודש מעמבערס, די פרייטאג נאַכט מאחרים לבא חברה זענען יעצט אויף ביזנעס און האנקאנג, און די שבת אינדערפרי באזוכער האבן סתם אזוי א היתר מכירה...
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ביז דעם היתר מכירה ביסטו גערעכט. ווייל די מציאות איז אז מענטשן פון פארשידענע טיים זאונס באניצן זיך מיט קאווע שטיבל. אזוי ווי ארץ ישראל. יוראפ און אויסטראליע/האנג קאנג.
נאר אויב איינער באניצט שוין א היתר מכירה צו פאוסטן ווען ביי איהם איז שבת, קעןנמען זיך שוין דינגען איבער א סאך אנדערע היתרים. ס'איז דא היינט ראבייס "לומדים", וועלכע קענען אהערשטעללן א פשט'ל מתיר צו זיין עסן טשיעז בוירגערס און חזיר אויך.
זיי קענען מתיר זיין צו עסן שקצים ורמשים בק"ן טעמים. זיי קענען טאקע דרייען מיט דעם גראבן פינגער. נאר קיין יראת שמיים האבן זיי אינגאנצן נישט...!
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 6:25 pm
דורך סקעפטיקער
ווער דארף די היתירם ווען מ'זוכט נאך
איסורים?
נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 1:20 am
דורך תוהו ובוהו
צום קעפל: מ'דארף זיין א היבשער תלמיד חכם כדי מחלל שבת צו זיין. ס'איז גארנישט אזוי גרינג ווי מ'מיינט. פארהאן מענטשן וואס רעכטן אפ דעם גאנצן שבת ווי א גוי גמור און ניטאמאל ווייסן זיי אז זיי האבן בקושי עובר געווען אויף איסורי דרבנן.
נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 2:31 am
דורך וואלווי
תוהו ובוהו האט געשריבן:צום קעפל: מ'דארף זיין א היבשער תלמיד חכם כדי מחלל שבת צו זיין. ס'איז גארנישט אזוי גרינג ווי מ'מיינט. פארהאן מענטשן וואס רעכטן אפ דעם גאנצן שבת ווי א גוי גמור און ניטאמאל ווייסן זיי אז זיי האבן בקושי עובר געווען אויף איסורי דרבנן.
וועגען דעם איז עם הארץ אימת שבת עליו...