בלאט 5 פון 14

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:16 am
דורך יואב
סיידן עס איז נישט קיין בר מצווה אדער חתונה, סערווירן ביי יעדן פארזאמלונג, דעם זויגיגן דריי שפיציגע מעניו פון, דיכטעל, קיגל, פערפעל,
און די מחמירים, מייערן צימעס אויך,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:25 am
דורך מאראנצןזאפט
come one come all, to the greatest carnival of all

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 12:41 pm
דורך יואב
ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:45 pm
דורך smartinof
אלטע אידן גיין און ביהכ"ס מיט א אפענע טיר,
פרעגן "איז יענער מער קאווע שטיבעל אדער מער איי וועלט"
א סימכעס טמיט [דארף בעדינען אלס א פרייליכער מעטאד, מיר פלעגט עס אריין שלעפן און ריזן דערפרעסיע]
אלעס זענען די ציונים שולדיג
אויף דעם האט דער רעבע זיכרונע ליברוכע געוויינט שובבי"ם תורה
מיינען אז ווען מען רייסט אראפ סאטמער איז מען מורדי'ג אויפגעקלערט,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:48 pm
דורך smartinof
יואב האט געשריבן:ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

דער זאץ באדינט דאך אלס א "מודעה רבה לאורייתא" א תירוץ וואס דער פארפרומטער חסיד באנוצט זיך ווען מען שטעלט אים און פלאץ פאר זיין זינלאזע התנהגות, נא דארפסט אים דאך געבען א צווייטען תירוץ

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:08 pm
דורך קאווע טרינקער
יואב האט געשריבן:ווער ס'פרעגט ווי סשטייט איז אן אפיקורס,
(אזוי גאר, ווי שטייט דאס?)

די אמוראים וואס האבן געפרעגט "מנלן" זענען קראים?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:25 pm
דורך איחוד פעלד
פרומע צו ששמועסערס

פארוואס נאכען דאווענען בלייבט קיינער נישט שמועסען?

(ווייל דעמאלס שמועסט די מיט, עסהאל)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:19 am
דורך מאטי
א גוי וואס געט דיר נישט קיין פאטש איז א פוילער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:36 am
דורך נולד מאוחר
א תלמיד טועה האט דאס געשריבען.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 4:06 am
דורך יואב
זיך אונטערברומען אזא נערווען טאנצענדע כמו ניגון ביים וואשן זיך צו נטילת ידים והמסעתף, לכתחילה דורך די נאז, אויב אבער ס'צו שטיל און ס'גריצעלט נישט די ארומיגע, איז מען יוצא אפילו דורך די מויל.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:50 pm
דורך ברעט מענינג
אייביג דער זעלבער אויבער חכם,
שטרעקט אויס זיין הענט מיט כוח צי געבן מזל טוב פארין חתן ווען ער איז נאך אויפען בענקעל,
ביי יעדע שבע ברכות קייט ער איבער די ברכה הויעך שהכול ניהי בדברו,
מיז טאנצען קעדאטשקע ביי יעדע חתונה,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:09 am
דורך ברעט מענינג
ווארפט א פעקל אויפן חתן ביים עולה אין פנים אריין

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:57 am
דורך יואב
אז דו קענסט יא! קומט זיך דיר טאקע פעטש.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:00 am
דורך יואב
מלמד: א נייעם יאר, א נייעם בלעטל. כ'האב נישט געפרעגט דעם אלטן מלמד קיין שום אינפארמאציע אויף קיין איין אינגל.
כולם אהובים, כולם ברורים אא"וו.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:01 am
דורך יואב
עשו האט געהאלטן די האנט אין הויזן טאש.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:03 am
דורך נייגעריגער
ווען איך בין געווען אין דיינע יארן!

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:13 am
דורך יואב
נייגעריגער האט געשריבן:ווען איך בין געווען אין דיינע יארן!

ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, איז בכלל נישט געוועזן אזא מושג.
די היינטיגע בחורים, גיי לערן זיי ווי אזוי מ'דארף זיך פירן. או! ווי נעמט מען דעם אמאליגן תמימות.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:17 am
דורך יואב
מ'טאר שוין היינט גארנישט זאגן.
וואסו ? ער וועט זיך באליידיגען? ער איז געמאכט פון זיידן?
דער גוי'שער חינוך ברענגט מען מיר אריין.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 9:08 am
דורך ברעט מענינג
אין איך שעם זיך נישט צי זאגן ימח שמו

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 9:17 am
דורך נייגעריגער
זכותו יגן על כל מי שרוצה [אויף א קאנטרעווערסיאנאלע גדול!]

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 10:10 am
דורך געפילטע פיש
יואב האט געשריבן:עשו האט געהאלטן די האנט אין הויזן טאש.

איינער וואס האלט די הענט אין טאש איז פסול לעדות, ער איז דאך א נוגע בדבר.
יואב האט געשריבן:ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, איז בכלל נישט געוועזן אזא מושג.

איך אין דיינע יארן האב איך שוין לאאאאנג בר מצוה געהאט.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:08 pm
דורך וואלפה
איחוד פעלד האט געשריבן: העי דאפעלט לשון, דריי זאכען מים אחרונים וואסער, גוט יום טוב און פארדעם (דא שמייכעלט מען האלבוועגס) זאגט מען אין מונקאטש יאמטיוו, נישט גוט יאמטיוו.

לע"ד איז אזוי פשט: יו"ט איז א גוטע טאג, ווען מען זאגט גוט יום טוב, וואונטשט מען אן אז "גוט" די זאלסט פארשטיין די גוטסקייט, "יום טוב" פון די גוטע טאג.

נחזר לאויסגעדראשענע זאצן: גיי לערן ווייל אויב נישט וועסטו אויסוואקסן ווי מיך.

"Y" is a crooked letter

נאכן כאפען מכת רוצח פונם רבין, גלייב מיר עס טוט מיר אסאך מער וויי, אז איך דארף געבן

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
דערמאנסט מיך,

זאלסט אריינשמייסן דיין טאכטער אזוי לאנג ביז זי וועט ווערן א בת תלמיד חכם.