בלאט 5 פון 12
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:23 pm
דורך לעיקוואד
חשבון האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... OyEAuUfuY#!
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:23 pm
דורך געפילטע פיש
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:די שאלה איז נישט וואס דער סאטמארער רבי האט געוואלט. ער האט געלעבט 35 יאר צוריק, און דער היינטיגער דור וואס איז דארטן געבוירן געווארן איז אים גארנישט שולדיג. אין יעדער שטאט האבן אייביג געוואוינט אידן פון פארשידענע דרגות, און מען האט נישט קיין שום רעכט צו טון דאס מינדעסטע קעגן א געבוירענעם קרית-יואל'ער איד וואס איז מחליט צו זיין אן אנדערער סארט פרומער איד .
דא פארלירסטו מיר, אויב מוז מען זיך נישט פירן ווי די מיסד, פארוואס מוז מען היטן שבת? עפעס קוקט מיר אויס אז דו האלסט טאקע נישט אז ק"י ברויך זיין אויף סאטמאר רב'ס סטאנדארט, אבער אויף יענקל'ס סטאנדארט יא...
מיר האבן שוין עסטעבלישד אז געזעצליך און מענטשליך איז נישט רעכט ארויפצוצווינגען אויף איינעם א לייף סטייל אויף די ארט ווי ער איז געבוירן, די שאלה איז נאר געבליבן ע"פ תורה, נא, און ע"פ תורה איז מען נישט מחויב אויסצופאלגן סאטמארער רב'ס ווערסיע פון אידישקייט.
moti107 האט געשריבן:אלא מאי ס׳איז דא א ליין וואס מקען נישט קראוסן אפילו ביזט דא געבוירן סתם פון א מענטשליכען (לאו דוקא רעליגיעזער)שטאנדפונקט.
אויב נישט! וויאזוי קען דער אמעריקאנער גאווערמענט ארויפצווינגען א קאנסטוטאציע אויף מיר ווייל בענזשאמין פרענקלין (דער עכטער) האט אזוי באשלאסן מילא די וואס האבן דעמאלטס געלעבט,אבער איך בין דא געבוירן איטס עי פרי יוניווערס, מיר שמעקט דאס נישט, איך אלץ א שופט האלט אז מקען נישט פליען די פיפט אין קאורט.
הגע בעצמך אביעקטיוו אויב די outcome פון דיינע טענות וואלטן געגעבן גערעכט פאר די פרומע צו די וואלסט נישט געזען די אנדערע זייט מטבע קוק נאך מיינע תגובת איך בין בכלל נישט נחשד אלץ א וואסער טרעגער אדער צו בדחן׳ען דא אין שטיבעל איך גיי אבער נישט מיטן קאפ אין וואנט צו באשולדיגען די פרומע .
און יא איך בין מודה אז די הנהגה איז קאראפטורט און ס׳איז למעשה יצא שכרו בהפסדו אפילו מיט מיינע אויגן גלעזער.
וואלסטו אויך געזאגט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט די רעכט ארויפצוצווינגען אז יעדער זאל זיך שערן אויף א טריפל זיראו? איך האב מיסד געווען דעם לאנד, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קראך! אדער אז שפאניע האט די רעכט ארויפצוצווינגן קריסטנום אויף די איינוואוינער? מיר האבן געגרינדעט דאס לאנד כדי צו דינען יוזל קרייסט, און אויב דו פראקטיצירסט אידישקייט קריכסטו אונז אויף די הינעראויגן.
אלא מאי, ביי יעדעם איז די ליין ערגעץ אנדערש, און ביי דיר איז די לענג פון די האר אונטערן שייטל נאר פאר'ן ליין, און ביי אנדערע נישט.
DotCom האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:דער סאטמארער רבי האט נישט אפגעקויפט די שטחים פון דעם שטעטל, עס איז נישט פרייוועט פראפערטי, עס איז א פובליק ארט פונקט ווי גאנץ אמעריקע, און יעדער האט רעכט דארטן זיך צו פירן זייער לעבן וויאזוי זיי ווילן. אוודאי קען מען פארשטיין אז איינער וואס ציט זיך דארטן אריין זאל זיך רעכנען מיט די כוונות פון דעם אינציאטאר פון דעם שטעטל, אבער איינער וואס איז דארטן געבוירן געווארן?! עס איז זיינס גארנישט ווייניגער ווי דעם רבי'נס, און עס איז רשעות און חוצפה צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו תקנות צו וועלכע ער איז נישט מסכים.
נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?
זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:24 pm
דורך געפילטע פיש
לעיקוואד האט געשריבן:חשבון האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=rLOyEAuUfuY#![/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rLOyEAuUfuY[/youtube]
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:25 pm
דורך לעיקוואד
ייש"כ. סמיר נישט געגאנגען עס צי עמבעדן.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:28 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב געזען.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:39 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?
זייער סימפל, צוויי מעגליכקייטן, אדער האלט מען אן דעם פלאן פונעם מייסד אדער גיין מיט דעת רוב הציבור, ווייל אויב אוועקגיין איז אין לדבר סוף.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:49 pm
דורך געפילטע פיש
אפילו אויב דעת המייסד און דעת רוב הציבור איז אז מ'דארף בודק זיין יעדעמס גאטשעס זיכער צו מאכן אז ס'קומט אן לשיעור רבינו תם, און אז מ'כאפט איינעם רעדן ענגליש אינדערהיים ווארפט מען ארויס פון שטעטל?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:58 pm
דורך DotCom
אפילו אויב אלעס און גארנישט... איינמאל עס קומט צו חילוקי דעןת פון יחידים קען מען נאר גיין נאך סטאטוס קווא אדער רוב, אייביג וועלן זיין יחידים וואס ליידן און זענען נישט העפי, טו בעד.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:14 pm
דורך לעיקוואד
איך זעה מהאט שוין געבלאקט דער יוטוב וידיו אויך. ברויך מען זוכען א צווייטער עצה. וואס איז די קאנספירעסי דא?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:23 pm
דורך געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:26 pm
דורך חשבון
ווידער דא שפעט. איך מיין איך טויש מיין נאמען צו נולד מאוחר.
וואס איז געווען די נאמען פון די ווידאו?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:27 pm
דורך איחוד פעלד
איך בין אויך אנגעקומען נאך די מילך, קען איינער טרעפען די ווידיא? פליז האשעם.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:33 pm
דורך אויס מענטש
זיי האבן אראפגענומען די ווידיאו און גייען עס אביסל איבערטוישן
עס גייט זיין שפעטער עוועליבעל
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:35 pm
דורך DotCom
איך וועל עס מארגן קענען ארויפלייגן אי"ה, מיין אפלאוד ספיד איז שטייט און זאגט מיר אז עס וועט דויערן 290 מינוט...
-----
אויס מענטש האקט.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:37 pm
דורך אויס מענטש
אדרבה לייג ארויף די אלטע ווייל איך וויל זעהן וואס זיי גייען טוישן
איינער פון די שפילערס האבן באקומען אביסל קאלטע פיס עלמיר זעהן צו עס וועט עפעס אויס מאכן
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:41 pm
דורך DotCom
נו נו ער גייט, פארטאגס אויב קיינער וועט נאך נישט עספיען עס ארויפלייגן וועל איך עס פאוסטן.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:43 pm
דורך יואליש
די ווידיאו האט נישט געברויכט זיין עוועיליבעל פאר די פובליק לתחילה ווייל ס'איז נאכנישט געווען אין די פיינעל ווערסיע. ס'האט געליעקט. ס'קען זיין אז די פראדוצירער ווילן דאס פיטשן צו א נעטווארק און ממילא ווילן זיי עס נאכנישט רעליעסט. זיי וועלן ווארשיינליך בלאקירן יעדע יוא טוב ווידיאו וואס ווערט געפאוסט. כך שמעתי.
דאט קאם, לאז 'חשבון' וויסן צייטליך ווען ס'איז ארויפגעלאדענט.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:49 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:33 pm
דורך מאטי
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:44 pm
דורך גנדי
moti107 האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?
אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.
אויב דייטשלאנדס פירער און רוב דייטשלאנד האלטן אז מען זאל הרגענען אלע אידן - זאל מען בעטן אמעריקא זיך אריינמישן ראטעווען?
אויב די מדינה איז געווארען מיוסד אויף פרייהייט און רוב זענען פריי - זאל מען זיי שטערן האלטן א פארקינג לאט אפן שבת, אדער גראבן קברים?
א מדינה וואס איז מיוסד אויף INDIVIDUAL FREEDOM אין נישט דיסקרימינערן קעגן קיינעם - מעגן מען דארטן מאכן א שטעטל וואס דיסקרימינירט?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:45 pm
דורך ממרום שלח אש
מענין לענין שלא באותו ענין.
כאב אמאל גערעדט מיט א אטעאיסט איבער רעליגיע, וועגן הריגת שבעה עממים, לא תחיה כל נשמה, זאגט ער וואס זענט עטס בעסער ווי בין לאדין, זאג איך, עס איז גארנישט ראנג מיט אים, אויב האט ער עס געטון ריין אן קיין פניות, ווייל ער האלט באמת אז זיין רעליגיע פאדערט דאס, קוק איך אים טאקע ארויף.
זאגט ער, ער וויל דיך הרג'נען, זאג איך, איך וויל אים אויך הרג'נען, חייך קודמין, אבער אין הארץ קען ער זיין א סעינט.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:51 pm
דורך בדחן
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, און פארגעסט נישט, דא רעדט מען פון מענטשן וואס זענענן מודה אויפן פילם אז זיי זענען נישט קיין קרבנות פון קיין סיסטעם נאר פשוט בטבע אזוי פון געבוירט אויס.
צווייטענעס, איך בין נישט דן קיינעם און איך זאג נישט ווי אזוי מען זאל זיך פירען און איך פראביר קיינעם נישט צו בארעדן אדער דיסקרעדיטען איך רעד בכלל נישט אריין און א צווייטענס לייף סטייל, אי האלט אבער אז א מוסד מעג און דארף האבן פרינצפען וועלכע קינדער זיי נעמען אן, דאכט זיך מיר - נישט זיכער - אז א אטעיאסט וועט נישט איינשרייבען זיינע קינדער און א קריסטליכע מוסד, א מוסד מעג האבן תקנות פון וועלכע שטיבער זיי ווילען נעמען קינדער, אכציג פערצענט עלטערן וואס צאלען בליטיג אויסגעהארוועטע שכר לימוד געלט וועלן ארויסשרייבען זייערע קינדער פינעם מוסד אויב זיי וועלן וויסען אז דער מוסד נעמט קינדער מכל הבא ליד, פאר א סיבה צאלט מען שכר לימוד, רוב עלטערן וואס שיקען די קינדער אינעם סאטמערען מוסוד ווילען אז מען זאל נעמען קינדער וואס פירען א סאטמערע שטוב, מען קען עפענענן א נייע מוסד פאר געוועזענע סאטמערע שטובער (עס וועט האבן היבש אסאך קינדער) אדער קען מען בלייבען און קר״י און שיקען אויף מאנסי, אבער העצן פאר דען גוי כאילו מען האט בא׳עוולט איינעם בשעת מען איז מודה תוך כדי דיבור אז מכן איז נישט קיין קרבן פון קיינעם נאר בטבע אזוי איז שטארק נישט אויסגעהאלטען.
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:59 pm
דורך מאטי
ממרום שלח אש האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין.
כאב אמאל גערעדט מיט א אטעאיסט איבער רעליגיע, וועגן הריגת שבעה עממים, לא תחיה כל נשמה, זאגט ער וואס זענט עטס בעסער ווי בין לאדין, זאג איך, עס איז גארנישט ראנג מיט אים, אויב האט ער עס געטון ריין אן קיין פניות, ווייל ער האלט באמת אז זיין רעליגיע פאדערט דאס, קוק איך אים טאקע ארויף.
זאגט ער, ער וויל דיך הרג'נען, זאג איך, איך וויל אים אויך הרג'נען, חייך קודמין, אבער אין הארץ קען ער זיין א סעינט.
ברוך שכוונתי דאס האב איך אמאל געשריבן
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
אה״נ דער אימוויסענדער פויער וואס איז איינגערעדט געווארן פון זיין שמייליגער אז דאס וויל גאט איז בעצם גערעכט פון זיין פרעספעקטיוו.
אסאמא בין לאדין קען אויך מיט אן אמת האלטן אז ער טוט גאטס ארבייט און זיך שפורן גערעכט,אבער ווער פרעגט אים?
מייזן אין ראטן מאכן כסדר מיטינגען וויאזוי קער צו נעמען פון די אכזריותדיגע exterminator's