בלאט 5 פון 12

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 10:30 pm
דורך בן תמליון
יידל האט געשריבן:זיין אייגענע ווייב?


ניין.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:15 pm
דורך איחוד פעלד
באונס.

אלע עבירות איז מען פטור באונס אפילו די שלש חמורות.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:37 pm
דורך בן תמליון
איחוד פעלד האט געשריבן:באונס.

אלע עבירות איז מען פטור באונס אפילו די שלש חמורות.


ניין במזיד. (גמרא איז אין קידושין)

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:43 pm
דורך מאטי
בן תמליון האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:באונס.

אלע עבירות איז מען פטור באונס אפילו די שלש חמורות.


ניין במזיד. (גמרא איז אין קידושין)

דאס האב איך געשריבן א בלאט צוריק
היכי תימצא בועל אשת איש בעדים והתראה ונפטר בלא עונש כלל

השולח גט לאשתו ואחר כך הוא מבטל הגט אפקעינהו רבנן קידושין מיניה.גיטין (לג.) והקשו התוס׳ אם כן יחפה על בת אחותו. ועוד הקשו היכי מחייבינן לעולם אשת איש שזינתה והא התראת ספק שמא ישלח לה בעלה גט ויבטלנו ונמצא הקידושין נעקר מעיקרא ותירצו דאה״נ אבל לא מיקרו ספק דאזלינן בתר רובא ורוב אין מגרשין ומבטלין

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 12:27 am
דורך בן תמליון
נישט דאס מיין איך.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 1:44 am
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:היכי תמצא איינער איז בועל אן אשת איש בפני עדים והתראה און איז נישט חייב מיתה? (רמז: גמרא מפורשת)

פחות מבת ג'? ספק אשת איש?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:42 pm
דורך מאטי
קטן פחות מתשע שנים ויום אחד בועל אשה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:26 pm
דורך בן תמליון
א קטן איז נישט קיין בר קנין ער קען נישט מקדש זיין. מיין תירוץ איז א יבם בן ט איז יא בועל די יבמה צו קונה זיין איז זי אן אשת איש אבער מען איז נישט חייב מיתה אלץ אשת קטן. זע קידושין י"ט וברש"י שם.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:03 am
דורך מאטי
עטליסט בין איך געווען close.... בד״וו מיין היכי תימצא אויף די שאלה איז ביי 2 גדולים אבער איך אנערקען אז דער פאראדאקס פון א קטן און די קידושין איז אויך חל איז א גרעסער חידוש.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:12 am
דורך בן תמליון
האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.

וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:19 am
דורך געפילטע פיש
יבם?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:23 am
דורך גנדי
בן תמליון האט געשריבן:האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.

וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?


זכין לאדם שלא בפניו?

זיין טאטע האט אים מקדש געווען?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:24 am
דורך בן תמליון
געפילטע פיש האט געשריבן:יבם?


ניין. א יבם דארף פיזיש מייבם זיין.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:26 am
דורך געפילטע פיש
האיש מקדש את בתו, דוכט זיך אז בנו נישט, זכין לאדם? עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ישיבה וועגן שליחות, נישט קלאר. אפשר אויב איז ער א גברא רבא, און בההיא הנאה וואס ער נעמט א מתנה פון איר מקניא נפשה?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:30 am
דורך בן תמליון
גנדי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.

וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?


זכין לאדם שלא בפניו?

זיין טאטע האט אים מקדש געווען?


נישט זיכער א טאטע קען מקבל זיין קידושין פאר א קטן און איך רעד פון א גדול.

אלס זכין אליין קען מען נישט מקדש זיין פאר יענעם ברענג א מקור וואס דארט שטייט א אופן מען קען.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:32 am
דורך בן תמליון
געפילטע פיש האט געשריבן:האיש מקדש את בתו, דוכט זיך אז בנו נישט, זכין לאדם? עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ישיבה וועגן שליחות, נישט קלאר. אפשר אויב איז ער א גברא רבא, און בההיא הנאה וואס ער נעמט א מתנה פון איר מקניא נפשה?


גוט אבער איך מיין עפעס אנדערש. אווך דארף ער זאגן הרי את ווען זי גיבט די מתנה דוכט זיך.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:40 am
דורך געפילטע פיש
שוין געלערענט קידושין צו לאנג צוריק, און ווי אזוי פלעגט די רבי זאגן? אז מ'חזר'ט נישט קאן מען נישט.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:06 am
דורך ודי למבין
[quote="ודי למבין"]ווי שטייט ביים דאווענען פון א מענטש וואס איז געפלויגן און די לופטן?
ווי ביים דאווענען רעדט מען צו די מלאכים?
quote]

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:16 am
דורך געפילטע פיש
ודי למבין האט געשריבן:ווי ביים דאווענען רעדט מען צו די מלאכים?

מכניסי רחמים

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:25 am
דורך מאטי
בן תמליון האט געשריבן:האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.

וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?

אויב האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט באשטיין און די צוויי עלטערן האבן זיך געטראפן און געגעבן קידושין .
עיין קידושין דף מה. הנהו בי תרי... וכו׳ .
רש׳׳י עמוד ב ודילמא ארצויי ארצי אם הבן גילוי דעתו לאביו שהוא חפץ בה האב נעשה שליח מאליו וזכין לאדם

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:21 am
דורך ודי למבין
געפילטע פיש האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:ווי ביים דאווענען רעדט מען צו די מלאכים?

מכניסי רחמים

איך מיין, יעדן טאג

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:55 pm
דורך גנדי
ודי למבין האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:ווי ביים דאווענען רעדט מען צו די מלאכים?

מכניסי רחמים

איך מיין, יעדן טאג


וויפיל נעגלעך אויפן דאך אזויפיל מלאכים אויפן וואך

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:00 pm
דורך ודי למבין
איר גייט אויך יעדן טאג צו א וואכנאכט ברענגען ריסעס פאר די קינדער...
איך מיין יעדן טאג ביי שחרית