בלאט 5 פון 5

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 11:12 pm
דורך יין שרף
אין צוואנציג יאר ארום...

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 2:20 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 3:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
יין שרף האט געשריבן:אין צוואנציג יאר ארום...

איך גלייב נישט אז לחיים גייט נאך איינטאג ארויסגעבן א סידי לכבוד יום העצמאות, זינט תש"ט האט מען שוין נישט געפראוועט ביי חרדים.

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:19 pm
דורך חוקר ודורש
IMG_3101.jpg


יא ש״ב מרגליות (Whoever that is) האט כלאחר יד אן מסבר זיין פארוואס, פושט געווען א שווערע שאלה וואס איך האב געהאט, דהיינו אויב ה׳ אייר געפאלט אויס פרייטאג אזוי ווי היי יאר, און כידוע האלטען די ציונים אויף אזא פאל זייער חגא/ יו״ט אויף דאנערשטאג, איז ווען דארף מען פאסטען און מאכן זעכער ״יא״ צי זאגן תחנון? איך מיין מען קען צולייגען אביסעלע למדנות צו מען גייט נאכן חפצא דהיינו דעם טרוקענעם טאג ה׳ אייר וואס איז א יום מוכן לפורענויות אדער גייט מען נאכן גברא דהיינו ווען די מדינה האט מחליט געווען צו פראווענען דעם יו״ט, אבער למעשה זעה איך אז רבי מרגליות (האט ער עפעס מיט מרגליות פון תורה תמימה?) האט גענומען די צד פון חפצא און ה׳ אייר בלייבט פארשאלטען נישט קיין חילוק צו בפועל איז עס א מוקדם, ווי געזאגט ווער זענען די חברי כנסת אפצומאכן צו מקדים זיין דעם יו״ט


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 9:33 am
דורך נעגעל וואסער
היינט לכבוד ה' אייר האב איך געזאגט תחנון מיט א ספעציעלע כוונה. די חסד פון סאטמארער יודן איז דאך געוואלדיג, די ציונים טוען עבירות און אונז טוען תשובה...

בכך אופן, האב איך אויפגעכאפט אן אינטערעסאנטע זאך וואס אסאך וואס כ'האב געפרעגט האבן נישט באמערקט ביז היינט.

אין תחנון איז דא א הערליכע גראם. כ'מיין נישט "אשמנו, בגדנו" וכו',... נאר דאס נעקסטע שטיקל פון קל ארך אפים אתה וכו' גראמט גאנץ פיין. נקרית, הורת. חסדיך, ידידך. נקדם, מקדם. שוב, כתוב. און אזוי ווייטער.

האטס געפועלט אלעס גוטס.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 9:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
סימן לקביעת המועדים א"ת ב"ש ג"ר ד"ק ה"צ ו"פ ז"ע. פירוש: ביום א' של פסח יהיה לעולם תשעה באב, ביום ב' בו שבועות, וביום ג' בו ראש השנה, ביום ד' בו קריאת התורה שהוא שמחת תורה, ביום ה' בו צום כיפור, ביום ו' בו פורים שעבר, וביום ז' בו חג עצמאות.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 1:01 pm
דורך calculator
חוקר ודורש האט געשריבן:
יא ש״ב מרגליות (Whoever that is) האט כלאחר יד אן מסבר זיין פארוואס, פושט געווען א שווערע שאלה וואס איך האב געהאט, דהיינו אויב ה׳ אייר געפאלט אויס פרייטאג אזוי ווי היי יאר, און כידוע האלטען די ציונים אויף אזא פאל זייער חגא/ יו״ט אויף דאנערשטאג, איז ווען דארף מען פאסטען און מאכן זעכער ״יא״ צי זאגן תחנון? איך מיין מען קען צולייגען אביסעלע למדנות צו מען גייט נאכן חפצא דהיינו דעם טרוקענעם טאג ה׳ אייר וואס איז א יום מוכן לפורענויות אדער גייט מען נאכן גברא דהיינו ווען די מדינה האט מחליט געווען צו פראווענען דעם יו״ט, אבער למעשה זעה איך אז רבי מרגליות (האט ער עפעס מיט מרגליות פון תורה תמימה?) האט גענומען די צד פון חפצא און ה׳ אייר בלייבט פארשאלטען נישט קיין חילוק צו בפועל איז עס א מוקדם, ווי געזאגט ווער זענען די חברי כנסת אפצומאכן צו מקדים זיין דעם יו״ט


Sent from my iPhone using Tapatalk


די מעשה איז ווען דער חכם טעללער האט אזוי געהאלטן אייביג, נא, דאס איז זיין דעה, אבער מסתבר איז אז די קשיא איז אים שווער געווארן לעטצענס, איז וואס זאל ער זאגן אז מען האט זיך ג'נערט? וואדאי דארף ער זאגן אז עס איז א דין אינעם טאג.
אבער איך וויל וויסען, ווי אזוי איז די דין ביי די ברית'ן וואס איז געווען נעכטען (דארנשטאג) האט מען געזאגט תחנון? אז נישט, קען מען דאך צוקומען צו א טעות און מיינען אז עס איז לכבוד יום העצמות?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 4:27 pm
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סימן לקביעת המועדים א"ת ב"ש ג"ר ד"ק ה"צ ו"פ ז"ע. פירוש: ביום א' של פסח יהיה לעולם תשעה באב, ביום ב' בו שבועות, וביום ג' בו ראש השנה, ביום ד' בו קריאת התורה שהוא שמחת תורה, ביום ה' בו צום כיפור, ביום ו' בו פורים שעבר, וביום ז' בו חג עצמאות.

א סאטמערע זאגט מיר אז א' איז קעגן תשעה באב - א טרויער טאג, נו וואס איז די פראבלעם אז ז' איז קעגן עצמאות

היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט אין א סאטמערע שול ווי מ'האט געזאגט תחנון אפילו ס'איז פרייטאג, וואס געווענדליך זאגן זיי נישט. ווען מ'האט געענדיגט רחום וחנון און ס'נאך געווען שטיל, שרייט איינער אויס "והוא רחום", און דער עולם האט אויסגעפלאצט

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2019 10:19 pm
דורך גאלד
און איך האב גיהערט דעם שבת א רמז נכון לכבוד ה' אייר העעל"ט אז דער נאכט פון יום עצמאות ציילט מען ספירה שהם "שלשה שבועות" לעומר. לרמז על העברות שלש שבועות.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2019 10:46 pm
דורך יין שרף
גאלד האט געשריבן:און איך האב גיהערט דעם שבת א רמז נכון לכבוד ה' אייר העעל"ט אז דער נאכט פון יום עצמאות ציילט מען ספירה שהם "שלשה שבועות" לעומר. לרמז על העברות שלש שבועות.

און איך האב געהערט א רמז נאה, אז די ווארט צו אינזין האבן ביי ספירה פון למנצח איז ישמחו..

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2019 11:07 pm
דורך גר ותושב
גאלד האט געשריבן:און איך האב גיהערט דעם שבת א רמז נכון לכבוד ה' אייר העעל"ט אז דער נאכט פון יום עצמאות ציילט מען ספירה שהם "שלשה שבועות" לעומר. לרמז על העברות שלש שבועות.

גראדע די נאכט פון ו' אייר זאגט מען שלשה שבועות. סאיז א רמז נאה אבער נישט א רמז נכון.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2019 11:26 pm
דורך גאלד
אדרבא. נכון ונאה יותר. לרמז שיום אידם נחשב כחג של עכו"ם שהלילה הולך אחר היום.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 11:00 am
דורך וואלווי
גאלד האט געשריבן:און איך האב גיהערט דעם שבת א רמז נכון לכבוד ה' אייר העעל"ט אז דער נאכט פון יום עצמאות ציילט מען ספירה שהם "שלשה שבועות" לעומר. לרמז על העברות שלש שבועות.

פריי דיך נאך נישט.

ס'זעהט בכלל נישט אויס ווי אן עבירה. מ'מאכט דאך א ברכה אשר קדשנו במצותיו מיט התלהבות בשם המלכות.

אפשר גאר ווייל ס'איז בטל די ג' שבועות...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 1:27 pm
דורך גאלד
כאנאר געזאגט א ווערטיל בדרך הצלה בבחינת לצינותא דע"ז. דארף מען נאך נישט מאכן א גאנצער תוספות פון דעם

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 5:39 pm
דורך נעגעל וואסער
ה' אייר ווערט אנגערופן ביי די הייפעלע אידן שלא כרעו לבעל "יום המר והנמהר". עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי די חברה ווייסן נישט די טייטש פון "הנמהר". ס'רוב האבן עפעס פארשטאנען אז דאס איז אזא מין דאפלטע לשון פון ביטער, ס'איז נישט נאר מר נאך זאגאר נמהר!
למעשה זעה איך אז דאס איז פון די שורש פון מהר, שנעלקייט. וואס דאס האט מיט דעם טאג איז מיר אבער נישט קלאר. אפשר איז עס אזא לשון פון נישט האבן קיין ישוב הדעת, עס איז כאילו געווען א שנעלע און ווילדע החלטה צו נעמען א מדינה. וה' יאיר עיני.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:08 am
דורך שמעון וואלף
נעגעל וואסער האט געשריבן:ה' אייר ווערט אנגערופן ביי די הייפעלע אידן שלא כרעו לבעל "יום המר והנמהר". עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי די חברה ווייסן נישט די טייטש פון "הנמהר". ס'רוב האבן עפעס פארשטאנען אז דאס איז אזא מין דאפלטע לשון פון ביטער, ס'איז נישט נאר מר נאך זאגאר נמהר!
למעשה זעה איך אז דאס איז פון די שורש פון מהר, שנעלקייט. וואס דאס האט מיט דעם טאג איז מיר אבער נישט קלאר. אפשר איז עס אזא לשון פון נישט האבן קיין ישוב הדעת, עס איז כאילו געווען א שנעלע און ווילדע החלטה צו נעמען א מדינה. וה' יאיר עיני.

גענומען א מדינה פאר די צייט. נישט גוט?

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:35 am
דורך חוקר ודורש
איך וואלט געוואלט באדאנקען דעם חרדישען וועבזייט ״כיכר השבת״ פארן נעמען די דרייסט און רעדן וועגן דעם טאג ה׳ אייר, איינע פון אונזערע פראבלעמן איז אז ווען עס קומט צו געוויסע זאכן זענען מיר פשוט שטיל, אבער לא זו הדרך ווי האט מונקאטשער רב געזאגט, נאר די הונט אין מצרים האבן באקומען שכר פארן זיין שטיל, אבער א איד ובפרט א איש חשוב דארף רעדן, און יא אפי׳ פון יום העצמאות, זאג דיינע קינדער און תלמידים וואס דיין בליק איז אויפן מדינה, איי גאט נאו פראבלאם איף יאו העט איט, אבער זאג עס, עכ״פ כיכר השבת האט ארומגערעדט וואס איז די חרדישע בליק, און אויך וואס פריעדיגע גדולי ישראל האבן געהאלטען זייער שיין עיין שם ותמצא נחת


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ה' אייר והמתעף.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:38 am
דורך חוקר ודורש
IMG_3129.jpg
IMG_3130.jpg
IMG_3128.jpg
IMG_3131.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk