שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

תוספות
אפאר בלאט צוריק רעד וועגן דעם.
אויך די ראשונים אין הלכות ברכת המזון
ס'מיינט צו זאגן, אז בזכות דעם האבן די זכרים באקומען ארץ ישראל
Under influence
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נשים ווערן פארעכנט אלס נולד מהול, אזוי שטייט פון פריערדיגע, כ'בין אויך געווען סורפרייזד ווען איך האב עס געזעהן די ערשטע מאל, אבער איך דענק קלאר אז ס'ווערט אזוי געברענגט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

אדער קען זיין אז נשים מל'ט מען אויף די אויערן (לעכער פאר די אויעררינגלעך ;) )
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

ייש"כ למשיבים

איך האב מיך נישט געפוילט און גע'עפענט א שולחן ערוך הל' ברהמ"ז (או"ח סי' קפ"ז ס"ג) שטייט דארט און רמ"א ונשים ועבדים לא יאמרו ברית ותורה דנשים לאו בני ברית נינהו ועבדים לאו בני תורה נינהו

אין און מגן אברהם אויף'ן פלאץ שטייט אז פרויען זאלען יא זאגען ווייל כמאן דמהילו דמי ('גאלד' הנה המקור) עיי"ש ובנו"כ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום על המחיה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

שמואל הלוי האט געשריבן:אדער קען זיין אז נשים מל'ט מען אויף די אויערן (לעכער פאר די אויעררינגלעך ;) )


מען פארציילט אויף הרה"ח ר' מעשיל געלבשטיין ז"ל פון די חשובע קאצקע חסידים און ירושלים, אז ער איז אמאהל אריינגעקומען אין בית המדרש און געזאגט מיט א שמייכל אז היינט זאל מען נישט זאגען קיין תחנון

ווייל עס איז דאך באוויסט פון צדיקים אז די הו"א פון די גמרא איז אויך אמת, און די גמרא זאגט דאך ומנין למילה שהוא באותו מקום ודילמא באזניה? און היינט האב איך געכאפט א שניט און די אויער מילא בין איך א בעל ברית לפי די הו"א פון די גמרא...
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א איד וואס דאווענט נישט מיט מנין קיינמאל אינדערוואכן, איז ער א בעל עבירה? (ער איז נישט קיין אונס)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

כווייס נישט דער ת' אויף דעם אויבער דער תפלתו נשמעת לוינט זיך נישט צו פארפאסן
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

איחוד פעלד האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.


גוטע קשיא
די אמתע תירוץ, דער יום הדין איז פין ראש השנה ביז נאך יום כפור.


אזוי זאגט מען אין ונתנה תקף, בר"ה יכתבון וביום צום כפור יחתמון. ס'איז א גמ' אין ר"ה טז. אדם נידון בר"ה וגזר דין שלו נחתם ביוה"כ.

די טעם בפשטות פארוואס דווקא ר"ה, איז וואס מ'זאגט ר"ה זה היום תחלת מעשיך, זכרון ליום ראשון, כי חוק לישראל הוא, משפט לאלקי יעקב. וז"ל האבודרהם (סדר תפילת ר"ה) מפני שבראש השנה נברא אדם הראשון כמו שנפרש לקמן, רצה הבורא יתברך להשגיח ולדרוש מעשה כולם, ולדון על פי מעשיהם ביום הבריאה הראשונה, דין כל אותה שנה. עכ"ד.

דער ר"ן אין מס' ר"ה זאגט אויך די טעם און ער ברענגט א פסיקתא בר"ה נברא אדה"ר וכו' ובו ביום חטא ובו ביום יצא בדימוס, אמר לו הקב"ה זה סימן לבניך כשם שעמדת לפני בדין ביום זה ויצאת בדימוס כך עתידין בניך להיות עומדים לפני בדין ביום זה ויוצאין בדימוס, עכד.

איי פרעגט דער ר"ן לויט ר' יהושע וואס זאגט בניסן נברא העולם פארוואס פונקט ר"ה יותר משאר ימים, ונ"ל שרצה המקום לזכות את ישראל בדינם ורצה לדון את ישראל בזמן שהוקבה לכפרה ולסליחה שלפי שנתרצה הקב"ה ביוה"כ הוקבע יום סליחה לדורות לפיכך גזר השם שיהא אדם נידון בר"ה שצדיקים גמורים נכתבים ונחתמים לאלתר לחיים ובינונים הרי גזר דין שלהם אינו נחתם אלא עד יוה"כ שהוא יום סליחה וכפרה הרי נתנה תורה זמן כדי שוב יפשפשו מעשיהם וישובו אל השם, ואפשר עוד שמראש השנה ועד יוה"כ התחיל השם להתרצות למשה וביוה"כ נתרצה לא לגמרי ולפיכך רצה הקב"ה לדון בריותיו בזמן שהוקבע לכפרה וסליחה, עכ"ד.
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

זר זהב האט געשריבן:א איד וואס דאווענט נישט מיט מנין קיינמאל אינדערוואכן, איז ער א בעל עבירה? (ער איז נישט קיין אונס)


ניין פארן נישט דאווענען קיינמאל מיט מנין איז מען נאכנישט קיין בעל עבירה (כאטש ס'איז קעגן א פשוטע מחבר או"ח סי' צ) אבער ס'ווייזט אז מ'איז א בעל עבירה...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

צדיקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:א איד וואס דאווענט נישט מיט מנין קיינמאל אינדערוואכן, איז ער א בעל עבירה? (ער איז נישט קיין אונס)


ניין פארן נישט דאווענען קיינמאל מיט מנין איז מען נאכנישט קיין בעל עבירה (כאטש ס'איז קעגן א פשוטע מחבר או"ח סי' צ) אבער ס'ווייזט אז מ'איז א בעל עבירה...

אין אנדערע ווערטער, א "צדיק'ל" איז מען זיכער נישט.
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

מ'זאגט נאך פון ר' ישראל סאלאנטער זצ"ל, ער פלעגט זאגען, אז תשובה טאהן איז דא פארשידענע בעלי מדריגה, איינער הייבט אהן שוין ר"ח אלול, דער איז פין דע העכסטע דרגה, דערנאך קימען דע וואס טיען תשובה דעם ערשטן טאג סליחות, דער נאך ר"ה און דערנאך וואס טיען תשובה הערשט יו"כ, אין ער (ר' ישראל סלנטר אויף זיך) מוצאי יו"כ, ע"כ,,,, קען זיין אזוי אויך ביי אינטץ, מיר טוען תשובה יו"כ שוין אויפן נעקסטן ר"ה, אזוי טוט מען תשובה א גאנטץ יאהר, י

איך ווייס וואס די טראכסט!! א חוץ עשי"ת
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נייע שאלה.
היינט געלערנט, ערשטע בלאט פון פרק כיצד מברכין.
צום סוף קומט די גמרא צו אז די מקור פון ברכות הנהנין איז א "סברא".
כ'פארשיי נישט, אוודאי איז א סברא צו דאנקען דעם יוצר פונעם מאכל, אבער פארדעם איז נישט גענוג א גילוי דעת נוסח באטשוטש, איינמאהל אין טאג?

אויך פארשטיי איך נישט, "ילך אצל חכם" צו אויסלערנען הלכות ברכות.
ברכות איז דאך בעבי-סטעפס, מ'האקט דאך דאס אריין אין קינדער נאך אין די צואה,
כ'פארשייט אז הלכות ברכות האט שאלות צו פרעגן א חכם, אבער ס'איז משמע אין גמרא אז אן דעם חכם, איז מען "מועיל"! אזויווייט?
Under influence
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:נייע שאלה.
היינט געלערנט, ערשטע בלאט פון פרק כיצד מברכין.
צום סוף קומט די גמרא צו אז די מקור פון ברכות הנהנין איז א "סברא".
כ'פארשיי נישט, אוודאי איז א סברא צו דאנקען דעם יוצר פונעם מאכל, אבער פארדעם איז נישט גענוג א גילוי דעת נוסח באטשוטש, איינמאהל אין טאג?

אויך פארשטיי איך נישט, "ילך אצל חכם" צו אויסלערנען הלכות ברכות.
ברכות איז דאך בעבי-סטעפס, מ'האקט דאך דאס אריין אין קינדער נאך אין די צואה,
כ'פארשייט אז הלכות ברכות האט שאלות צו פרעגן א חכם, אבער ס'איז משמע אין גמרא אז אן דעם חכם, איז מען "מועיל"! אזויווייט?



קוק אין מהרש"א וועט דיך פארענפערט ווערן דיין צווייטע קשיא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די מהרש"א איז אויפן "פלאץ"?
(וועלכע מהרש"א איז נישט אויפן פלאץ?..)
Under influence
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:די מהרש"א איז אויפן "פלאץ"?
(וועלכע מהרש"א איז נישט אויפן פלאץ?..)


יא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'האב נישט א גמרא פאר מיר. יעצט.

עכ"פ וואס איז מיט די ערשטע קשיא.
Under influence
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט א גמרא פאר מיר. יעצט.

עכ"פ וואס איז מיט די ערשטע קשיא.


אויב דו שרייבסט צען געשמאקע/זאפטיגע תגובות היינט וואס יעדע באזונדער וואלט ווערט געווען א לייק.

וועל איך גיין און שרייבן 'איין' תגובה, אז איך האב הנאה געהאט פון 'קאווע טרונקער' תגובת די היינטיגע טאג. ...?????




נע איך וואלט נישט אזוי געטאון, פארוואס? ווייל די סברא זאגט, א ס'קומט זיך דיר א לייק פאר יעדע עקסטער.....

פארענטפערט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטערן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ה' איז מער ווי קאווע טרינקער, סאו אפשר יעדע רגע א ברכה, נאך יעדע כזית?
Under influence
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

האסט געפרעגט וואס די סברא איז
פארשטייסט יעצט?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.
Under influence
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאך א פשט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

I am not so sure that learning and reading more is a solution
for the more I learn, I realize that the truth was being hidden from me
it evokes rebellious feelings
 
Under influence
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

I am not so sure that learning and reading more is a solution
for the more I learn, I realize that the truth was being hidden from me
it evokes rebellious feelings


איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די עצם ענין צו מ'האט באהאלטן פון דיר וכדומה, אין כאן מקומו ועןד חזון. אבער א שיינע משל וואס דער דובנער מגיד ז"ל שרייבט אין זיין ספר המידות.

ס'איז געווען אמאל דריי חולים ל"ע אויף די זעלבע מחלה, זיי זענען געגאנגן צו א גרויסן דאקטער, און ער האט זיי פארשריבן די זעלבע מעדיצין.
דער ערשטער איז געווען אביסל א תמימות'דיגער און אז דער דאקטער פארשרייבט די מעדיצין האט ער עס גענומען אן פרעגן קיין קשוית, און טאקע געהאט א רפואה שלימה.
דער צווייטער איז שוין געווען א שטיקל אויבער חכם, א חקרן א בקי אביסל אין רפואות, ער האט חוקר געווען צו פארשטיין פארוואס דער דאקטער האט פארשריבן די מעדיצין אבער ער האט נישט פארשטאנען, האט ער נישט גענומען די מעדיצין, און ער איז ל"ע אוועק.
דער דריטער איז איז אויך געווען אזא בקי און אזא חוקר ווי דער צווייטער, און ער האט אויך נישט פארשטאנען פארוואס דער דאקטער האט געגעבן די רפואה, אבער ער האט געוויסט אז ער פארשטייט נישט אלעס ס'איז דא קליגערע מענטשן פון אים, און זיך פארלאזט אויפן דאקטער אז ער פארשטייט בעסער און גענומען די מעדיצין און האט געהאט א רפואה.

פירט ער אויס די זעלבע איז דא איינער וואס איז מקיים די מצוות בשלימות אן חקירה כלל ער וועט בעזר השם נישט אדורך פאלן, אבער דער חכם החוקר בכל פרט וועט גרינגער אדורך פאלן על אשר נפלא ממנו ולא ידע, אבער אויב איז ער זיך מקדים אמונה באלקותו וחכמתו יתברך לאין תכלית אין נופל בחקירתו.

אויפן פסוק ראשית חכמה יראת השם שכל טוב לכל עושיהם (תהלים קיא) זאגן דער מצודת און דער רד"ק די זעלבע בחינה, שבתחלת למוד החכמה ישריש האדם בלבו יראת ה'. דער רד"ק איז מאריך דארט אין די בחינה, אויך אין זיין הקדמה איז ער מאריך מיט די בחינה, מי שהכין את לבבו להעסק בחכמה תחלה יתעסק ביראת השם ויעשה ממנה שורש ועיקר וכל דרכיה יתנהג בחכמה שילמד על הדרך שאמרו רבותי' זכרונם לברכה כל שיראת הטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת וכל שחכמתו קודמת ליראת חטאו אין חכמתו מתקיימת ויראת השם היא התורה והמצוה ודברי הנביאים וקבלת החכמים בתורה שבעל פה והחכמה היא חכמת הפיליסופיא.

היוצא לנו מזה, מ'מעג אמאל פרעגן קשוית מ'מעג אביסל חוקר זיין, אבער ס'דארף קודם זיין ווי דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי (א ז) יראת ה' ראשית דעת חכמה, אויב האט מען אמונה פשוטה קודם און אז מ'פארשטייט נישט אמאל עפעס ווייסט מען אז אונז זעמער נישט משיג קיין כי הוא זה פון חכמתו ית' און מ'פלירט נישט די אמונה פשוטה
פארשפארט