בלאט 5 פון 8

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:13 pm
דורך שעפטל
סקווירא מאכט זינטאג ביי זיך אין לאנד

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:13 pm
דורך נולד מאוחר
איך זוך א נדבן פאר די צען דאללער.
די רבי ז''ל וואלט קיינמאל נישט געלאזט בעטען געלט פאר אזא כינוס.

אויב יעדער מאכט זייער אייגענע פארוואס זאלן מיר נישט האבן א כינוס דא אין שטיבעל.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:15 pm
דורך ענן כבד
נישט געזארגט, אויב קויפט מען א טיקעט וועט מען נישט דארפן צאלן מקוה געלט דעם חודש

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:26 pm
דורך איך אויך
אזוי ווייט?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:38 pm
דורך קאווע טרינקער
חברה, אין 24 שעה האלט מען שוין נאך אלעמען. till then take it easy.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:14 pm
דורך יואליש
היות איבעראס יאר איז אן עיבור יאר, און ביז ער"ח סיון וועט האבן דורכגעגיינגען י"ב חדש, א שיעור שכחה, ממילא וועט מען מיזן מאכן די יערליכע אסיפה פריער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:10 am
דורך שלשלת
לויט ווי איך הער, וועט אי"ה די אסיפות "הדר קבלוהו" אויך נישט איבערהיפן די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג
א פלאץ איז שוין דא, ווי סוועט קענען אריינגיין רבבות אידן, דאס איז נישט די פראבלעם...
די איינציגע דעטאל וואס מען דארף נאך אויסארבעטן איז די דעיט, ווען ס'גייט פארקומען.
לוי ווי די עסקנים גיבן איבער, וועט זיך עס נישט זוימען צו לאנג. די אסיפה וועט פארקומען ממש בקרוב - כשיתרצו שני הצדדים
ביז דעמאלס, וועלן מיר מוזן ווארטן

ציניקער פרעגן, פארוואס קען נישט די וויליאמסבורגע אסיפה אפגעהאלטן ווערן אינעם "ארמארי" געביידע אויף מארסי, און יעדע פראקציע זאל זיצן אין די האלב וואס באלאנגט צו זייער קהלה, נדבת הגאווערנאר ירום הודו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:01 am
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:איך מיין מען ברויך עפענען א באזונדערע אשכול אויף די סיבת ההתנגדות להכינוס, געוויסע ניקס זענען דערקעגען ווייל עס איז צו עקסטרים, פאנטאזיע, וכו'. נאכער זענען פארהאן די וואס ווען זייער רבי' וואלט ווען געהייסן גיין וואלטן זיי געלאפן אויף אלע פיר, נאר היות זייער רבי' האט מאיזה טעם שהוא זיך נישט באטייליגט, מיז מען ציען מסקנות פארוואס די כינוס איז צו לינק. הה"ד צוויי אידן דריי דיעות.

:לייק :לייק :לייק

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:48 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:עס איז שוין העכסט צייט אז משה געציל זאל אנהייבן שרייבן די נטעי הכינוס, די הלכות פון קינות השנתי.
נהגו להוציא את בני העיר מחוץ לעיר לערוך שם את הקינות.
נהגו לעשות את הקינות בהיכל גדול שגויי הארצות משחקים בה בכדור.
ואם אין היכל של כדור יש עושים אותה בגן שמשחקים בה ילדים כדור.
בין כך ובין כך אין עושים אותה בבית מקורה ובבית אכסדרה מפני חששא דגג.
מתפללים מנחה לפניה ומעריב לאחריה.
נהגו שאחד הרבנים באייראפה יבוא לקינות.
יש נוהגים להושיב את הרב מגריבוב ליד הדרשן, ואין זה מעכב אלא אם בנו הוא מראשי העסקנים.
נהגו להראות על הסקרינס את ארי' פראנקל עם עיר פלוגס באזניו, ואת הרב פילעפ עם אצבעות באזניו, ואינו מעכב.
לפני המעמד נוהגים לומר במייק בלשון אידיש אכטונג אכטונג. ואם אמר באנגליש יצא ידי חובתו.
יש נוהגין לחלק דענישים, יש עושים אותה כמין שוקולד ויש עושים אותה כמין קינמון, נהרא נהרא ופשטיה.

די איבעריגע לאז איך צו משה געציל.

לץ איינער! דו פאקסט מיר אינעם נטעי גבריאל אריין!
ער"ח סיון נקבע ע"י רבנא דבאראפארקא מאנסיא ולעיקווידא, ליום הכינוס השנתי, שבו כונסים ומקהילים כל תושבי העיר לשמוע דברים חוצבים וחציבים, לוהטין ולהיבין, לעמוד על נפשם ועל זרעם, מסכנת הטעכנעלאגיע.

י"א דהיום נקבע על שם ולזכרון המעמד הנשגב שבו התכנסו אלפי רבבות ישראל (גם לרבות כלביהן...) בעיר שדה, לשמוע של"ס תורה מאדמרא דזשיבאע, ודברי כבושין ממרנא דסגלא.

בווילאמסבורג לא נהגו מעולם לכנס את העם. ויש שנתנו טעם לשבח, דתערובות איסור בבע"ח אפילו באלף לא בטיל. ויש שכתבו דמחמת תערובות איסור אין לאסור הואיל והאיסור אינו בכלל בריה, אבל ישראל עם קדושים החמירו על עצמם אפילו על טיפת תערובות כשעורה.

יש שכתבו דבימינו אלה דכבר נעקר הטעכנעלאגיע המשחית ממחנינו אין לאסוף את העם, דאף בימים ההם פקפקו הרבה בדבר הזה לכנוס יהודים עם כיפת סרוגות בחדא מחתא עם אלו שלא כרעו לבעל ולא שינו את לשונם, והוראות שעה לאותו דור היתה. אולם דעת רוב הפוסקים, דאין לשנות, ובפרט שבשנות האחרונות נשתרבב ל"ע במחנינו הכלי הטמא הנקרא ריקארדע"ר שבכלי כזו אפשר לקלוט שיחות לא כשרות ר"ל, ורבים חללים הפילה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:04 am
דורך קאווע טרינקער
פיין פיין,,, אבער מיט אזא גרויסע פענע וואס דו האסט איינגעקויפט, ווארט איך ('ך רעדט בשם דר'עולם) פאר א לענג'ס און א טיפ'ס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:13 am
דורך משה געציל
איך בין צו פארנומען מסדר זיין מיין מקום ביים כינוס שלא לבייש את החסידים...

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:44 am
דורך טשולענט
-

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:16 am
דורך טשולענט
די פריערדיגע בילד איז א טיילווייזע מאפע וויאזוי עס וועט אויסזעהן היינט ביים מעמד הדר קבלוה אין ראקלענד באולדערס, געט א קוק אין וועלכע סעקשן די רבנים וועלן זיצן

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:39 am
דורך מורינו הרב
ווי אזוי גייט מען דורכפירן דעם מעמד אונטער אזא גאס רעגן?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:13 am
דורך שמעקעדיג
פאלגענד זענען עטליכע שו"ת וואס דער רבי שליט"א האט פארענטפערט לרבים השואלים את הדרך ילכו בה:

פראגע: צי דארף איך גיין צום כינוס 'הדר קבלוה', כדי נישט צו זיין א פורש מן הציבור און זיך משתתף זיין ביי א קידוש שם שמים, ווי אזוי פיל אידן וועלן ענטפערן אמן יהש"ר?
ענטפער: אויב ביסטו מקפיד יעדע יאר צו פארן אויף אומאן כדי צו אנטייל נעמען אין דעם קידוש שם שמים ווי אזויפיל אידן ענטפערן אמן און זאגן תשליך, דאן איז א קלער, אבער אויב נישט ביסטו פטור, ווייל מי שאמר לאומאן ויפריש וכו'.

פראגע: צי דארף מען דען נישט גיין מתקן זיין און מחזק זיין דעם ענין פון קדושה ביי אידן?
ענטפער: אודאי דארף מען מחזק זיין אזא חשוב'ע זאך, און מען פרובירט דאס טאקע צו טאן ביי יעדע מעמד, אסיפה, של"ש תורה, כינוס התעוררות, בכל יום ובכל עת. ומה נשתנה הלילה הזה וכו'.

פראגע: אבער די רבנים ועסקנים פארפירן אז מען זאל גיין כדי צוצוהעלפן אין די מערכה כבידה קעגן דעם שטן מיט זיינע כלים טמאים!
ענטפער: די עסקנים זענען כפויי טובה, באמת וואלט א איד אן א אינטערנעט נישט געטארט מאכן א ברכה יעדן טאג 'שעשה לי כל צרכי' פונקט ווי א מענטש אן שיך, נאר ספק ברכות להקל, ממילא איז מען נישט מחמיר. אבער בימי חז"ל וואלט מען בלי ספק מתקן געווען א מעמד "הכרת הטוב" פארן באשעפער פארן אונז צושטעלן אזעלכע געוואלדיגע נוצליכע כלים וואס העלפט ארויס יעדן איד באשר הוא שם, דירעקט אדער אומדירעקט, אפילו די רבנים הגאונים זעלבסט זענען נהנה מזיו האינטערנעט ווען זייערע עשירים און נגידים אין זייערע קהלות טוען ביזנעס אויפן אינטערנעט, און היתכן צו נעמען א מתנה פון השי"ת און עס אזוי צוריקווארפן אין פנים.

פראגע: אבער למעשה זעען מיר דאך אז מענטשן ווערן נכשל דורך די מתנה?
ענטפער: שאלה גדולה שאלת, בני. אין היסטאריע פון אסאך מעשיות זעהען מיר, אז סיי ווען מען האט געוואלט געבן פאר א איד א מתנה פון הימל, האט עס געמוזט קומען באגלייט מיט א נסיון, אמאל האט זיך אליהו הנביא פארשטעלט ווי א ארחי פרחי, אנדערע מאל דער שטן המשחית אליינס, אויסצופרובירן דעם מענטש וואס דארף באשאנקען ווערן מיט א מתנה, ווייל מען קען נישט געבן א מתנה פון הימל אן דעם וואס זאל מיטקומען א נסיון, אזוי ארבעט דער סיסטעם אויף דער וועלט. און ווי גרעסער די מתנה, אלס גרעסער דער נסיון.

אצינד דארפן מיר זוכן מיטלען ווי אזוי צו איבערקומען די שוועריגקייטן. און דאס איז, קודם דאנקען השי"ת פאר די געוואלדיגע מתנה, דער אינטערנעט בכלליות און יעדע כלי פאר זיך בפרטיות, און דערנאך אינסטולירן פילטערס אז מען זאל נישט קענען אנקומען וואו מען דארף נישט און נישט נכשל ווערן אין די נסיונות וואס דער אינטערנעט שטעלט מיט זיך פאר.

פראגע: אבער רבי, נישט יעדער פאלגט, אסאך טוען נישט דאס מינימום פון אינסטולירן א פילטער? וואס דארף מען טון דערצו?
ענטפער: עס איז געוויס א עוולה, אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.

(וענו השואלים: יישר כח, רבי, איר דערלייכט אונז די אויגן! ונשקו על ידיו הקדושים, ויצאו מביתו נאוה קודש)

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:18 am
דורך לייבעלע
מורינו הרב האט געשריבן:ווי אזוי גייט מען דורכפירן דעם מעמד אונטער אזא גאס רעגן?


איך האב געטראכט דאס זעלבע ,

זייענדיג א יליד מאנסי פאר קרוב צו 10 יאר בין איך שוין באקאנט מיטן סדר דא און די אלע רבנים ,
ידידים פרעגן מיר די לעצטע פאר טעג, אויב כ'גיי צום כינוס. וווען איך ענטפער בשלילה, שטעלן זיי אן אפאר אויגן אויף מיר, הייתכן
איך ענטפער אז כ'האב שוין געהערט פון רבי חיים יושע 10 דרשות אנטקעגן דעם נגע , פון רבי משה גרין איבער 18 דרשות. איבעראאל איז ער דאך די לעצטע יארן דער ראש המדברים, ר' אפרים וואקסמען האבעך שוין געהערט לעצטע יאר ביי די כינוס הענקי, ובכן זעה איך נישט וואס נאך יאך קען מוסיף זיין צו הערן, און צאלען 10 דאלאר אין דעם גאס רעגן און פאר'תכלעווען 4 שעה בלויז צו הערן נעגאטיווע וויי געשרייען ווי שלעכט אינז זענען נעבאך אין דעם נידעריגען דור,

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:55 am
דורך קאווע טרינקער
דער בלאט באריכט מיט קידוש-הדר-קבלוהו אותיות איבער א מעמד קידוש השם וואס קומט פאר אין מאנסי!

וואסי?

הערט!

גלייבט מיר נישט, צייגט אייך אליינס איבער:

"קידוש השם אין מאנסי: באזונדערע אסיפה פאר אידיש, און פאר ענגליש רעדענדע"

טאקע א קידוש השם, נעבאך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:19 pm
דורך דולה ומשקה
שעפטל האט געשריבן:סקווירא מאכט זינטאג ביי זיך אין לאנד


יענע אסיפה בשיכון סקווירא איז נישט אנטקעגן דער אינטערנעט, שיכון סקווירא איז ב"ה פראבלעם-פריי, נאך מימות "דער טאהטעעעע"
דער אסיפה אין שיכון סקווירא איז אנטקעגן די פארהאסטע טמא'ענע כלי המנוול ביותר ה"ה 'ריקארדערס'.
רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי שליט"א זעהט דער ירידות הדורות אלץ א דיירעקט תוצאה פון די "ריקארדערס" כ"ש פון די וואס האבן רח"ל די 'סקרינס'.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:21 pm
דורך מורינו הרב
מנשה איז דא?

לעבעדיג זאל זיין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:30 pm
דורך יאנקל
שמעקעדיג, דאס איז אייגנס? איך מיין אז דאס איז דער שענסטער ארטיקל וואס איך האב נאר געלייענט וועגן דעם אינטערנעט. ארויסגעברענגט דעם ענין אזוי קלאר, אן ליצנות, און מיט זאכליכע אידישע דיבורים. פייוו סטארס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
קען מיר איינער מסביר זיין די שנאה כבושה פאר די כינוסים.
איך האב נאכנישט באגעגנט דער טעראר, און אין מיינע אויגן איז עס שיינע כינוסי התעוררות ערב שבועות, וואו איך האף מיך משתתף צו זיין, און אנגעווארעמט ווערן, אויב ס'וועט נישט רעגענען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:01 pm
דורך קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די שנאה כבושה פאר די כינוסים.

מיין טענה: פארוואס גרייטסו אן נאר 7000 בענקלעך, ווען דו רופסט 13,000 ב"פ יוצא צבא בישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
מאראנצן, כ'האב דיר געענטפערט אין אישי.
און אויב איינער פילט אז דער כינוס ברענגט אים טאקע א התעוררות (צו וואס?) איז אדרבה ואדרבה. צו אים זענען מיינע דיבורים נישט געוואנדן.

(יאנקל, ס'איז מיינס, כ'בין באשאנקען געווארן פאר א קורצע צייט מיטן כח פון רבינו שליט"א)