בלאט 5 פון 5
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:09 pm
דורך שלשלת
עס דערמאנט מיר וואס א אפען-מיינדעד סקווערער חסיד האט מיר אמאל געוויזן אין זייערס א אויסגאבע, אז פאפא רב זצ"ל איז געווען אזא גרויסע חסיד פון סקווערן רבי, אז ער איז אפילו געפארן אויף שבתים צום רבין אין ניו סקווער. זאגט מיר יענער, זעהסט דאס מיינט "אמת'ע - שקר".
וואס הייסט?
איז פאפא רב געווען א סקווערע חסיד? קען זיין אז יא קען זיין אז נישט.
וואטייטשט "קען זיין יא"? פלעגט ער קומען צום סקווערן רבי באזוכן? יא! אבער ער פלעגט גיין צו אלע רבנים.
אבער קיין סקווער איז ער דאך געפארן צום רבין אויף שבת אויך? יא, אמת.
איז דאס נישט גענוג ראי' אז ער איז געווען א חסיד? דאס קען יעדער אליין דיסיידן. דהיינו?
דער חסיד ווייזט פאר זיין זון, דו זעהסט יענע אלטע רב מיטן איינגעבויגענע רוקן וואס קומט יעצט אריין צום טיש, דאס איז פאפא רב, ער האלט זיך פאר א שטארקע חסיד פון רבין, וועגן דעם שלעפט ער זיך צום רבינס טיש, און קומט אהער אויף שבת כאטש זיין שוואכקייט.
דער וואס ווייסט די אמת, איז אזוי געווען: פאפא רב איז דעמאלס אדורך א שווערע אפעראציע. שפעטער איז ער געווען פאר א שטיק צייט אויף אפרוה ביי זיינס א תלמיד און קרוב אין סקווירא וואס איז דעמאלס געווען א גאנץ קליין שטעטעלע. ווען סגעקומען פרייטיג צו נאכטס האט פאפא רב געזאגט, איך מיין אז איך בין דא, פאסט עס איך זאל אריבער גיין צום טיש.
והמבין יבין, ואלו ואלו דא"ח
די מעשה איז נאר א דוגמא, וואס עס קען מיינען אז די אלע צדיקים פון פיערדיגע דור זענען געפארן זיך ווייקן בצל כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א
(אגב, ווען איך בין געווען אין טאהש, בין איך ממש נתפעל און נתעורר געווארן פון טאהשער רביס תהלים זאגן)
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:34 pm
דורך בדחן
שיינע תגובה מר. שלשלת.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:45 am
דורך ר' שמחה
atmybest האט געשריבן:א איד וואס אלע קדושי עליונים פונעם פריערדיגע דור האב געהאט פאר אים כבוד, אלע רבנים זענען צו אים געפארן, צווישן אנדערע, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מספינקא, הרה"ק רבי משה ארי' פריינד, הרה"ק מפאפא, הרה"ק מתולדות אהרן, און נאך.
הדברי ויואל משה מסאטמאר איז צו אים נישט געפארן, נאר אים מפייס געווען בחדרו טאקע נאך די
היסטאריקער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ווען ער זאל האבן קאמפעטישן. איך בין נישט גוט אין הייפא. און ער איז נישט א איד וואס האט אמאל מיט איינעם געשלאגן אדער איינעם בארירט, ער איז זיך געגאנגען זיין וועג.
ביסט דאך א סאטמארער חסיד, שאל אביך ויגדך איבער די
מילך פרשה מיט רביה״ק מסאטמאר ז״ע
ספינקא רבי דארפט איר פורש בשמו זיין וועמען איר מיינט, רבי הערשעלע זיכער נישט וד"ל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:09 am
דורך שרייבער
בדחן האט געשריבן:איך האב יעצט די ערשטע מאל געליינט די אשכול און איך וויל אראפשרייבען מיין סך הכל פינעם אשכול לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.
זר זהב, א זאלוני במקור אבער גלייבט נישט און אים, ער איז דא פארזיכערן אז דער אנדערע סאטמערער רבי באקימט אויך נישט קיין טיטלען,
גאלד, ער גלייבט יא און זיין רבי וואס איז די אנדערע זייט פון זר'ס רבי און ער פארגינט פאר ביידע רבי'ס טיטלען.
קעניגרייך, פראבירט - אן הצלחה - צו צוענדיגען די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן פאר א יאר ביים כינוס אז עס איז נאר דא דריי גדו"י.
שעפטיל שרייבער, ער גלייבט בכלל נישט אין קיין רבי'ס, און פון זייט זאל יעדער באקימען אלע טיטלען אדער זאל קיינער גארנישט באקימען.
בדחן איך קריג מיט דיר, איך האב מיין רבי וועם איך האלט אז די טיטל הקדוש איז נישט אזוי שלעכט אויף אים, און פאר א נויט בין איך שוין יארן צוריק געווען מיט א קוויטל ביי טהאשער רבי אויך
איך בין אינגאנצן נישט אין די קאטאגאריע מענטשן וואס האלטן אז היינט איז נישטא קיין רבי'ס צדיקים, די גמרא עמד ושתלן בכל דור ודור איז קאי וקיים
איך האב נאר בעיקר געוואלט ארויסברענגן די ווייבערישע געפילן וואס אסאך זענען אנגעשטעקט, אז דער טיטל קדוש קען נאר שטימען אויף איינעם וואס וואוינט ווייט פון דיר און דאווענט שפעט, און שאקעלט זיך ביים דאווענען 3 שעה אין א צי וכו' וכו', איך וואלט טיטולירט טאהשער רבי מיט הקדוש פאר אנדערע סיבות, איך זאג נישט אז ס'קומט אים נישט דעם טיטל, אבער ווער ביסטו ראצער צו באשליסן אז ס'קומט נישט פאר פאפער רבי? דו קענסט אים אפילו? חוץ לאכן פון זיין ספירה ציילן (אויב ביסטו עלטער פון 30 ווייסטו וואס איך מיין) האסט אים שוין אמאל באגעגנט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:11 am
דורך שרייבער
שלשלת האט געשריבן:atmybest האט געשריבן:אלע רבנים זענען צו אים געפארן, צווישן אנדערע, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מספינקא, הרה"ק רבי משה ארי' פריינד, הרה"ק מפאפא, הרה"ק מתולדות אהרן, און נאך.
סנישט אביסל מוגזם? אדרבה אויב איז עס אמת, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן מער דיטעילס פון די אלע נסיעות (קען זיין אין אישי אויך)
די אלע רבנים זענען געפארן צום פאפא רבי אויך, איך מיין גיוו מי א ברעיק, זיי זענען געווען אין מאנטריאל זענען זיי אריין אים באזוכן א ביקור נימוסין
יעצט זע איך שלשלת האט שפעטער געשריבן די זעלבע נקודה
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:57 am
דורך קעניגרייך
קעניגרייך האט געשריבן:ריבנוצער רבי איז געקומען ספעציעל צו פארן צו טאהשער רבי פאר א ישועה פאר קינדער כידוע, קרעטשניווער רבי איז ספעציעל געקומען פאר א ברכה פאר א רפואה איך געדענק דאס נאך. אזוי אויך רבי משה אריה פריינד. נאר סאטמאר רב און פאפא רב זענען בגעלעגענהייט געקומען. איך געדענק נאך ווען די ריבנוצער איז ארויס פון קאר אפאר פיס פאר די הויז פון טאהשער רבי און זיך גענומען טאנצען אז צו א צדיק ברויך מען גיין מיט די פיס, אוי איז דאס זיס געווען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:59 am
דורך atmybest
קעניגרייך האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:ריבנוצער רבי איז געקומען ספעציעל צו פארן צו טאהשער רבי פאר א ישועה פאר קינדער כידוע, קרעטשניווער רבי איז ספעציעל געקומען פאר א ברכה פאר א רפואה איך געדענק דאס נאך. אזוי אויך רבי משה אריה פריינד. נאר סאטמאר רב און פאפא רב זענען בגעלעגענהייט געקומען. איך געדענק נאך ווען די ריבנוצער איז ארויס פון קאר אפאר פיס פאר די הויז פון טאהשער רבי און זיך גענומען טאנצען אז צו א צדיק ברויך מען גיין מיט די פיס, אוי איז דאס זיס געווען.
Lol
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:31 am
דורך היסטאריקער
אין די הקדמה צום סה״ק קדושת יום טוב שרייבן די בני המחבר (העצ״ח ורביה״ק מסאטמאר זי״ע) אויף זייער טאטן "קדוש וטהור"
אזוי געדענק איך, אולי טעיתי
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:32 pm
דורך שעפטל
atmybest האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:ריבנוצער רבי איז געקומען ספעציעל צו פארן צו טאהשער רבי פאר א ישועה פאר קינדער כידוע, קרעטשניווער רבי איז ספעציעל געקומען פאר א ברכה פאר א רפואה איך געדענק דאס נאך. אזוי אויך רבי משה אריה פריינד. נאר סאטמאר רב און פאפא רב זענען בגעלעגענהייט געקומען. איך געדענק נאך ווען די ריבנוצער איז ארויס פון קאר אפאר פיס פאר די הויז פון טאהשער רבי און זיך גענומען טאנצען אז צו א צדיק ברויך מען גיין מיט די פיס, אוי איז דאס זיס געווען.
Lol
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:46 pm
דורך קעניגרייך
שעפטל האט געשריבן:atmybest האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:ריבנוצער רבי איז געקומען ספעציעל צו פארן צו טאהשער רבי פאר א ישועה פאר קינדער כידוע, קרעטשניווער רבי איז ספעציעל געקומען פאר א ברכה פאר א רפואה איך געדענק דאס נאך. אזוי אויך רבי משה אריה פריינד. נאר סאטמאר רב און פאפא רב זענען בגעלעגענהייט געקומען. איך געדענק נאך ווען די ריבנוצער איז ארויס פון קאר אפאר פיס פאר די הויז פון טאהשער רבי און זיך גענומען טאנצען אז צו א צדיק ברויך מען גיין מיט די פיס, אוי איז דאס זיס געווען.
Lol
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:47 pm
דורך זר זהב
גענוג מיט די הוללות!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:51 pm
דורך שעפטל
ס'איז צום האפן אז קעניגרייך וואוינט אין טאהש עיר הקודש. אנדערשט פארשטיי איך נישט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:31 pm
דורך קעניגרייך
שעפטל האט געשריבן:ס'איז צום האפן אז קעניגרייך וואוינט אין טאהש עיר הקודש. אנדערשט פארשטיי איך נישט.
שלעכטע געס, איך וואון נישט אין קאנאדא.
וואס איז פשט אין די טיטלן און תוארים?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:07 am
דורך מי אני
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 33&hilite=ובענין זה, אינ׳ם תשובה פאר דעם רעדט ער ארום איבער דעם תואר ״זצ״ל״ ע״ש.
(בנוגע דעם קשר פון גללים צו טיטלען קען מען ציטירן קל וחומר׳ס תגובה אינ׳ם אשכול ולא לזנב פונ׳ם וועקער, ״שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ס'האט מיר געקאסט א פנים שוחקות ביים ליינען דעם פאראגראף וואס דעפינירט דעם שוואנץ. איר הויפט אויפגאבע איז צו ריקן זיך אין א זייט ווען ס'בהמה איז מטיל גללים...״)
Sent from my iPhone using Tapatalk