בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:17 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ראשעקאל האט געשריבן:.

ער איז עתוד ליתן הדין פאר'ן אויסגעבן געלט פאר גארנישט. ער האט אלע רעכט צו מאכן קאפיס פאר זיך אליינס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:55 pm
דורך סאשי פיש
שרולי ווערדיגער מיט שלומי טויסיג מיט די סידי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:00 pm
דורך סאשי פיש
אידען מיט די סידי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:02 pm
דורך DotCom
וואס איז פשט אין קול קורא מה למעלה - whatsapp בלע"ז? לאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:57 pm
דורך יתרו
סאיז אינטערעסאנט אנצומערקן דער חידוש פון מיכאל, אויבן אויף איז ער געקנעטן פונעם זעלבן טייג ווי ליפא דרייט זיך מיט די זעלבע עלעמענט, זינגט די זעלבע סטייל ניגונים, טאנצט אויף די זעלבע קאנצערטן האלט די זעלבע אין אידישקייט און פירט זיך אויף מער ווייניגער אייניג (ביז ליפא האט גענצליך אראפגענומען די בארד און פאות) אבער ליפא איז חזיר טרייף אינו מותר לבא בקהל משא"כ מיכאל ווערט אינטערוואיוד אלל אווער מען רופט אים צו היימישע חתונות ער איז אויף קול מבשר איי וועלט וכו' ב'קיצור ער האט עס געמאכט.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער: קענסט טוען וואס עס שמעקט דיר אבער ברויכסט נאר וויסן וויאזוי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:01 pm
דורך נולד מאוחר
''ער האט עס געמאכט'' וואס האט ער געמאכט?
כגלייב נישט אז ער איז האלב אזוי אנגענימען ביי די אנדרע קרייזען ווי ליפא. כרעד פון די מער מאדערענע.
קאנסערטס איווענטס איז ביי אייוועלט נישט דא.
סאיז טאקע אינטערסאנט ציפארשטיין פארוואס ליפא איז מער אסור?
א טעיפ דיסטריביוטער האט מער גטנעהט אז ליפא'ס סידי איז געווען און סאך ווייניגער געשעפטען צי קויפן פון מיכאלס, אין וויליאמסבורג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:07 pm
דורך יאיר
א פשוט'ע סיבה. נעם מיכאל שניצלער'ס ניגונים און קלעב עס ארויף אויף אייזיק האניג, ס'שטימט ווי א שווייצער זייגער. נעם ליפא'ס ניגונים און לייג עס ארויף אויף מיכאל יאקאבזאן, און ס'שטימט ווייטער. פרוביר צו טון פארקערט און ס'שטימט ווי יתרו מיט עשרת הדברות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:11 pm
דורך יתרו
טרעק פייוו שטימט אויך מיט האניג?
און זייט ווען שטימט נישט יתרו מיט עשרת הדברות?
און אנדערע ווערטער זאגסטו ווען ליפא געט ווען ארויס ענליכע טעיפס צו מיכאל וואלט ער נאך היינט געווארן אינטערוואיוד אויף קול מבשר. איך הער איך בין נישט איבערצייגט. כמיין סהאט אויך מיטן נאמען שניטצלער און מיט זיין יארגאנג, וואס איז מותר פאר א פערציג יעריגס פון סענס סטריט איז נישט מותר פאר א יונגע צוצאק פון סקווירא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:40 pm
דורך יאיר
טרעק פייוו איז שוין געווען נאכ'ן אויפבויען א רעפוטאציע פון צענדליגער ווארעמע ניגונים. ליפא'ס גאנצע עליה לגדולה איז געקומען דורך קאפירן דעם טמא'נעם גוי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:44 am
דורך kliger
לך לך האט געשריבן:די ניר -ברודער מעשה האט מער קשיות ווי תירוצים
די גאנצע ניר איבער-געגעבאכץ האט זיך ערשט אנגעהויבן יארן נאך די מלחמה
אבער סא חילוק, ס'הערליכע ניגון פינקי רייסט שטיקער, זאל ער זאגן וואס ער וויל.. זינג נאר


און דער קאפא האט אינגאנצען נאר איינמאל אוועקגעפירט א קינד?

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:02 am
דורך דער (פינטעל) איד
יאיר האט געשריבן:טרעק פייוו איז שוין געווען נאכ'ן אויפבויען א רעפוטאציע פון צענדליגער ווארעמע ניגונים. ליפא'ס גאנצע עליה לגדולה איז געקומען דורך קאפירן דעם טמא'נעם גוי.

איך האף דו מיינסט עס ערנסט און נישט סארקאסטיש. ס'איז א נחת צו ליינען אזא תגובה פון דיר.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:06 pm
דורך מצטמק ויפה
איך גיי ניסלעך פאר די גראמען.

ניגון 2#
פלוצלינג מארגן קומט ער מיט לויפעניש
איך קען דיר נישט געבן קיין ניר בשום אויפן נישט

אזוי פאסירט א צווייטע מאל א דריטע מאל
ער קלאפט קיינער עפענט שוין ניטאמאל

ער הייבט אן רעדן מיט הארץ קלאפעניש
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפאו נישט

אין זכות פון אונזער טאט'ן אברהם
הנה ימים באים

ניגון 5#
יענקל'ס טאטע צוויי טאג שפעטער
קוקט ארום זיין שאדן זעהט ער

זיך געגעסן פארשעמט זיין נאמען
דער געשעפטסמאן ר' אברהמ'ען

יארן שפעטער
א בריוול זעהט ער

מענדי, סענדי, הענדי, (?)
פון היינט מאל אן ווען דו

ניגון 6#
אזוי ליידיג פון געלט די טאש איז
מיט א גרויסע שטוב אזויפיל נפשות

געדרייט און געשפרינגען מיט גרויסע געלטער
זיין שווערע ארבעט נישט אפשטעלט ער

וואס דארף איך זארגן מער
איך בין דאך א מיליאנער

דע סוחר טראגט אפ גלייך פון שטח
די גאנצע מעשה שוין ער זעהט דאך

אבער אלע פאנטאזיעס
א גוטע באווייז זי איז

ניגון 8#
טענצעלע
רענצעלע

קבוצה'לע
ר' איצעלע

א הערינג א מאטיאש
זיי זענען זיך נישט מייאש

דער חסיד ר' שמואל מונקעס
אריינגעקראכן פלינק איז

נישט פארגעסען האט זי
צוריק געקומען מוצאי

דאס ווארט יעצט אינגאנצען דיין איז
לייג מיר פאר דיינע טענות

ניגון 10#
א וואסער טרעגער גאר אן אלטער
די עמערס אויף די פלייצע האלט ער

איין טאג ער וויינט צום בעל הבּית
פארוואס קומט זיך מיר דאס

דיין צער דיין ביטערניש
דעקט שיין דיין שבת טיש

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:26 pm
דורך סלינקי
יעדער טאנצט ווער דען-ניש
ישמח לבב אנוש

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
אויסגעלאשן די סידי ביים זמן כניסת שבת, מוצאי ביים זמן אנגעצינדן און ס'גייט נאך יעצט..
[איך הער נישט צו.. אבער ס'גייט!..]

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:37 pm
דורך סאשי פיש
אבאמא רעד איבער די סידי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xHD74to5b-g[/youtube]

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
Igen, ez lehetséges

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:16 pm
דורך דער (פינטעל) איד
סאשי פיש האט געשריבן:אבאמא רעד איבער די סידי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xHD74to5b-g[/youtube]

דאס איז קלאר נישט אבאמא איך פלעג אסאך הערן אבאמא'ס דרשות און דאס איז נישט ער. איך גיי מיר נישט טאנענען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:51 pm
דורך שמעקעדיג
הילעריוס! אשפגתי מאוד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 9:47 am
דורך טעפל
ס'איז שימי שטאובער..

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:13 am
דורך דער (פינטעל) איד
האב איך נישט געוויסט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:21 pm
דורך פריק
מצטמק ויפה האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר די גראמען.


איך לייג צו:

ניגון 1#

שעה'ן
גאון

אפקומעניש
אימענישט

תמיד-בייז
עמוד-ב'


ניגון 2#
שעפעלע
דעי-אפילו

בלא יודעים
אויפן בוידעם


ניגון #4
טשענס-נישט
קענסט-נישט

ניגון 5#

ביי דין תורה
ווי א מצורע

העפליך
קאך-לעפלעך

ניגון 6#
דאגות
שווייג-איז

איך קען אייך נישט
מיטמאכעניש

טאקע שנעלער
ראקעפעלער

בעט שוין
זעסט-שוין

ניגון #7
אויפלייכטן
שלאכטן

ניגון 8#
אור רישן
היסטארישן


ווארשע פרשא הארשע


מצב
ועד סוף
שא.ץ אויף
אמת ויציב

זייט ער ריקט
מקטריג

ניגון 11#
פייף-דארף

סאסייטי- ענגזייערטי

גיסט, וויסט, מידל איסט





ס'איז זיכער דא נאך

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 5:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
דאנקל
[tag]יאנקל[/tag]

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:27 pm
דורך סאשי פיש
מיכאל גרייט זיך יעצט ארויסצוגעבען א מוזיק ווידיא ביי אן טיים אויף די ראקעפעלער ניגון.

ער חתמנ׳ט זיין נאמען אויפען וואנט.