בלאט 5 פון 5

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:29 am
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.

זי פאר זיך (רות ליכטנשטיין) איז אויך ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך, די "אייזענע פרוי" פון חרדי'שע דזשורנאליזם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:09 am
דורך הוגה
רות ליכטנשטיין פארפיגט אויך איבער א גרויסע ארגענעזאציע וואס נעמט צאם און פובליצירט ליטעראטור איבער די האלעקאוסט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:44 am
דורך ירח בן יומו
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.

זי פאר זיך (רות ליכטנשטיין) איז אויך ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך, די "אייזענע פרוי" פון חרדי'שע דזשורנאליזם.

נו, געגאנגען

Re: ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:41 pm
דורך רימון
בילד

Re: ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:50 pm
דורך רימון
יא. די געשיכטע פון אבראהאם אינעם טיימס:

http://mobile.nytimes.com/2005/02/08/bo ... erer=&_r=0

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 8:15 am
דורך שצם_חנכל
א אויבנאויפיגע זוך ווייזט אז מען האט נאכנישט גערעדט דא איבערן בוך “The marrying of Chani Kaufman”, א נאוועל וואס פאלגט נאך עטליכע חסידישע פארפעלקער און פארשעמט נישט סיי וועלעכע טיפישע האליוואד פילם אויף חסידים.

די מחברת פארלאזט זיך אויף איר ״וואוסענשאפט״ געבויט אויף א יאר טיטשען אין א היימישע לאנדאנע סקול אן געהעריג פארשען די נושאים וואס זי שרייבט. די בוך איז קענטליך נישט אריבער פרוף רידינג פון א היימישע און איז מלא וגדוש מיט קאמישע טעותים איבער חסידישע מנהגים און קולטור.

מיין ווד״פ מאמענט, ווען הרב קויפמאן - א רב פון א קליינע שול - חלומט ווי ער איז גאר משה רבינו זעלבסט ווען זיין שלאפלאזע ווייב וועקט אים אויף פונקט פאר ער האלט ביים שפאלטען די ים.

איך האב אויסגעהערט די אודיא-בוך וואס הערט זיך נאכמער קאמיש, אלע ״ch״ ווערן א ״ח״, דאס ארבעט גאנץ פיין פאר חני׳ס חתן ביז רבקה קאכט פאר חיים׳ן א ׳חולענט׳...

https://www.amazon.com/dp/B01K3I1K2U

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 4:22 am
דורך טאמבל סאס
כהאב נאך קיינעם נישט געזען רעדן וועגן דעם

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 7:24 am
דורך הוגה
טאמבל סאס האט געשריבן:כהאב נאך קיינעם נישט געזען רעדן וועגן דעם

נו, שרייב א review. איז עס גוט? אינטערעסאנט?

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 9:07 am
דורך טאמבל סאס
כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 2:21 pm
דורך קוקי
.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 3:52 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?

על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:00 pm
דורך טאמבל סאס
איך באציה מיך צו די פרעמדע לייענער.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?

על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.

ריכטיג: אבער נישט אזעלכע .."מחברים"...ווי פראפעסאר היילמאן. וואס פארשטייט איבער חסידים און חסידות ווי מיין באבע האט פארשטאנען צו בויען ראקעטן...!

ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 10:14 pm
דורך חוקר ודורש
דער באקאנטער פראפעסער מנחם פרידמן איז אוועק דעם כ׳ אדר, פרידמן איז געווען באקאנט אלץ דער חוקר בה׳ הידיעה פון די חרדישע באפעלקערונג אין א״י, פרידמן איז געווען אנדערש ווי רוב חוקרים מיט דעם וואס ער איז אויפגעוואקסען אין בני ברק אין געלערנט אין ליטווישע ישיבות אזוי האט ער געקענט די זאך פון די נאנט, דא קען מען ליינען אן ארטיקעל פון זיין תלמיד׳סטע וואס באוויינט זיין פטירה https://www.makorrishon.co.il/magazine/dyukan/218813/.

דא זענען בילדער פון זיינע ביכער:
בילד
בילד
בילד
בילד

אזוי אויך איז דער באקאנטע בוך ״הגדולים״ געשריבען געווארן לכבודו ובהשראתו פון פרידמן. זיין בוך אויפן ליובאוויטשע רבי האט ער געשריבען צוזאמען מיט פראפ׳ שמואל היילמאן וואס איז געווען באשריבען אינעם וועקער נומער 9, דעם בוך קען מען אויך פארשאפען אויף די ענגלישע שפראך. אונטערסאנט אז שמואל היילמאן איז אויך באוואוסט אלץ דער חוקר פון חרדים אין אמעריקע.

דא קען מען זען אן ארטיקעל פון ר׳ חיים ראפופורט פון לאנדאן (א חב״ד׳סקער) מיט ביקורות אויפן בוך וואס באשרייבט דעם ליובאוויטשער רבי.

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 8:20 am
דורך מונטסורי
געווען א רעצענזיע אינם פארווערטס:
https://forward.com/yiddish/461312/oy-o ... r-is-a-goy

Oy! Oy! Oy!: The Teacher Is a Goy by Henry Saltzman
https://www.amazon.com/dp/1642938807

ס׳דערמאנט מיר פון ״Teacha״ און ס׳ווילט זיך מיר קויפן, אבער דער ״צו ליינען״ ליסטע איז לאנג און די צייט איז קורץ, אויב איינער קען זיך מרחם זיין און רעצענזירן דא מיט א היימישען טעם זאל אים דער אויבערשטער בענטשען ממעון הברכות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 6:58 pm
דורך מנחם ציון
sounds interesting

Re: ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 8:12 pm
דורך צפור בודד

Re: ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 8:28 pm
דורך צפור בודד

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 11:35 pm
דורך איך אויך
צפור בודד האט געשריבן:https://www.amazon.com/dp/B08MV2MW3V/ref=cm_sw_r_cp_awdb_t1_jX78FbG0XQCB3בילד

קוקט אויס ווי א נארישע פיקציע און שוואכער נארישע שרייבער.

Re: ארעסט פון טראמפ

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 3:17 am
דורך שערי יושר
מיט גרויס פרייד און עקסטאז נעמט כלל ישראל אויף די פרייליכע נייעס אז ענדליך איז שוין ארויסגעקומען פון דריק די לאנג ערווארטע בוך "חרדי וטוב לו" פונעם באגאבטן מייסטער שרייבער און דזשורנאליסט ר' טוביה טענענבוים,


ר' טוביה איז וואו באקאנט איינער פון די מערסט באגאבטע און געשמאק צו ליינען שרייבערס פון די היינטיגע אידישע וועלט, זיין סטיל איז אראפארען צו פלעצער פאר א וויילע און אפהאלטען אינטערוויוס און אראפשרייבן אלע אנקעדאטן אויף גאר א אינטערעסאנטע און קאמישע וועג

פאר די בוך איז ער ארפגעפארן וואוינען פאר איבער א יאר אין מאה שערים וואו ער האט פארברענגט מיט די קנאים און אינטערוויוט צענדליגע מענטשן,


די בוך איז אויף העברעיש, די ענגלישע איבערזעצונג וועט האפענטליך ארויסקומען זומער


בילד: ר' טוביה פארברענגט מיט חסידישע בחורים אינעם שוקבילד

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
בילד

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 10:50 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
ס׳איז מיר גאר א חידוש אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט דא דעם געוואלדיגן בוך שתיקת החרדים פון שייע בריזל

ער רעדט וועגן די חרדישע היפּאקריציע…

דער מחבר איז נאך אלס א חסיד פון א באוואוסטע רבי׳שע משפחה
(ער טענה׳ט אז ס׳איז זיין פעמילי אבּסעשן צו בלייבן חסידיש).

און דאס בוך איז שוין ארויסגעקומען א ערך פון דרייסיג יאר צוריק.

https://www.booksefer.co.il/index.php?d ... &category=


https://www.booksefer.co.il/index.php?dir=site&page=catalog&op=item&cs=47942&langpage=heb&category=

Re: ביכער איבער חרדים און חסידים

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 4:33 am
דורך שערי יושר
וואס איז די סיבה פארוואס שרייבערס גיבן ארויס ביכער פון זייער לעבן אין באצייכענען עס אלץ פיקציע אנשטאטס ביאגראפיה?