בלאט 5 פון 16

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:13 pm
דורך chusid
ווי אויכט כלפי דיין ערשטע חילוק אז דארט האט מען אפגעהאקט פון א רשע, לשיטת אייסיס זענען זייערע קרבנות אויכט רשעים... ביידע אליפורני און די אייסיס קרבנות זענען רשעים מכח ראליגיע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:29 am
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג האט געשריבן:לערנענדיג אביסל הלכות חנוכה, זעה איך אז העליפורנוס האט געהאט אזא מנהג פון "כל ארוסה תיבעל לטפסר תחילה". כ'האב נישט געוואוסט דערוועגן.

איז נישט ביי כת העלבראנס אויך דא אזא גזירה/מצוה?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:52 pm
דורך לא להנאת גופי
כ'האב מיך אלעמאל געווינדערט וויאזוי די חשמונאים האבן געקענט מסדר זיין אזוינע 'רבים ביד מעטים'דיגע הצלחות' , באט טאמיר די טענה'סט אז זיי זענען געגאנגען בנוסח אייסיס איז עס נישט מער ווי פארשטענדליך, ואייסיס עצמו תוכיח, נו פרעגט זיך די באקאנטע שאלה, א''כ ווי איז די נס?? בשלמא לויט די ב''י אז די מלחמה ווערט נישט גערעכנט, שפיר, אבער לויט די פר''ח איז דאך שווער. [און דאס איז טאקע פשט, מסרת גיבורים, 'גיבורים ממש', אבער ביד חלשים?, און פארדעם טאקע קבעו 'ימי חנוכה', די אכט טעג חנוכה, און טאקע חנוכה דייקא..ודו''ק]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:57 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!

ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:14 pm
דורך ישראל קאפקע
זיצן דא חשובע ניקס וואס יעדער קען זיי פאר קלוגע פארשטענדליכע אינגעלייט, און וואונדערן זיך וואס קען זיין די חילוק צווישן אייסיס הרגענען האולסעיל אומגלויביגע אין יאר 2014, צו די חשמונאים אפהאקן די קאפ פון א גענעראל פון אן אקופירנדע מיליטער, וואס צווינגט א רעליגיעזע פאלק עובר צו זיין אדער נישט מקיים זיין די עקרים פון זייער אמונה, אין א וועלט פון צוויי טויזנט יאר צוריק.
זעט איר באמת נישט קיין חילוק?

איי דזשאסט דאונט געט איט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:26 am
דורך שמעקעדיג
ישראל קאפקע האט געשריבן:זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג האט געשריבן:להבדיל מיליאן הבדלות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:39 am
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג האט געשריבן:להבדיל מיליאן הבדלות

איך מיין נישט א 'להבדיל-אלף-אלפי-הבדלות' חילוק, דו זעסט נישט א לאגישער פראגמאטישער חילוק אין די צוויי פעלער?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:59 am
דורך זוכער
געפילטע פיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!

ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.


וואס וואלסטו געטאן מיט דעם פרעזידענט אין אמעריקע (רעפבוליקאנער אדער דעמאקראט), וואס מאכט א געזעץ אז איידער א מיידל גייט אונטער די חופה דארף ער קודם האבן יחידות מיט איר? וואלסטו געלאזט דיין טאכטער גיין?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:לערנענדיג אביסל הלכות חנוכה, זעה איך אז העליפורנוס האט געהאט אזא מנהג פון "כל ארוסה תיבעל לטפסר תחילה". כ'האב נישט געוואוסט דערוועגן.


.

תיבעל להגמון תחילה גייט נאך היינט אן לויט מר. גאטליב

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג האט געשריבן:להבדיל מיליאן הבדלות

איך מיין נישט א 'להבדיל-אלף-אלפי-הבדלות' חילוק, דו זעסט נישט א לאגישער פראגמאטישער חילוק אין די צוויי פעלער?

וואטעווער די אלע ווערטער מיינען, אודאי פארגלייך איך נישט די 2 אין קיין שום הינזיכט, איך האב נאר גערעדט לגבי דעם מיתה משונה פון אראפשניידן א קאפ, אפגעזעהן פון ווער/צו וועמען מען טוט דאס. ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:47 pm
דורך יין שרף
ויבא יוסף את דבתם רעה אל אביהם, יוסף האט געזאגט פאר זייער טאטע אז זיי עסן אבר מן החי. תרגום יונתן זאגט אז ״זיי עסן די פלייש פון די אויער און פון די וויידל וואס זיי פליקען אראפ פון א לעבעדיגע בהמה״...
שרייבט די פירוש יונתן
ושמעתי שכן דרך הרועים בארץ ישמעאל לחתוך אוזן וזנב הבהמה כשהיא חולה כדי שתחזור לבריאותה, וכן הם עשו לרפואה, ויוסף לא ידע כלום מרפואה זו וסבר שלאכילה חתכו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:08 pm
דורך שמעקעדיג
קען זיין בדרך צחות אז דעריבער האבן אים די ברודער פארקויפט פאר די ישמעאלים, כדי ער זאל זיך אויסלערנען דעם מנהג...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:16 pm
דורך יין שרף
:lol:

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 7:46 pm
דורך יין שרף
אונן האט נישט געוואלט זיין ווייב זאל ווערן מעוברת, כדי זי זאל בלייבן שיין...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:00 pm
דורך דריידל
אויף דעיס וואס איז באקאנט אז א לשון הרע וואס דריי מענטשן ווייסן שוין מעג מען ווייטער זאגן, איז מיר געווען איטערעסאנט די רש"י אין ערכין טז.

דמיתאמרא באפי תלתא - שהבעלים אמרוה בפני ג' המגלה אותה אינו לשון הרע שזה גילה תחלה דעתו שאם מגלה אותו אינו חושש דמידע ידע דסופה להגלות דחברך חברא אית ליה וזה מגלה לחבירו וזה לחבירו עד שיודע.

קומט אויס אז די היתר איז גילטיג נאר אויב דער בעל העובדא אליינס האט עס דערציילט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 10:58 pm
דורך יין שרף
[justify]ועל פיך ישק כל עמי. זאגט די מדרש רבה אויף דעם אז אמאל איז געווען די סדר אז די גאנצע פאלק פלעגט קושן די קעניג. האט פרעה געזאגט אז פון היינט און ווייטער זאל יעדער נאר קושן יוסף און נישט פרעה. נאר דער וואס וועט באקומען רשות פון יוסף וועט מעגן קושן פרעה.
איינע פון די מפרשים זאגן על ״פיך״ ישק כל עמי מיינט פשוט אז מ׳זאל אים קושן אויפן מויל...[/justify]

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 11:01 pm
דורך איך אויך
הייסטעס די וויזניצע קושעריי האט יא א מקור..

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 5:45 pm
דורך ונבנתה העיר
די מתנגדים האבן עפעס א חומרא צו מאכן שירטוט ביים שרייבן א פסוק?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 8:41 pm
דורך סאו וואט
לאו דוקא. דאן (תשמ"ג) איז ער נאך געוועהן אונטערן רושם פון בריסק...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז פון תשע"ג, קוק אויף די אנדערע עיינין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:29 am
דורך ישמעאל הכהן
rps20141224_002821.jpg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:33 am
דורך אפטעמיסט
כ'קען נישט גלייבען אז דאס איז פון אן אלמנה פון איינער פון די נרצחים. ס'איז עפעס אויסטערליש קאלט געשריבן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:35 am
דורך ישמעאל הכהן
זי האט עס נישט געשריבן. א שרייבער פארן יתד נאמן שרייבט אראפ שאלות ותשובות וואס זענען אריינגעקומען צו רבנים.