בלאט 5 פון 6

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:29 pm
דורך I'm back
בשבילי! האט געשריבן:ער וואלט זיכער ארויס מיט דיר כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז א חסידישע ערליכע איד קען זיצן צוזאמען און פארברענגען מיט א ציוני.
איז עס א win win situation, מ'קען שוין בוקן דעם רעסטאראנט.


הייסט ער איז אן אראבישע ציוני...?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:15 pm
דורך יין שרף
וואו גייסטו עסן? וועלכע רעסטאראנט פארקויפט סיי כשר און סיי האלאל פלייש...?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:54 am
דורך לאליפאפ
איך וואלט ארויס מיט [tag]סאשי פיש[/tag]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:31 am
דורך שמעקעדיג
דער אשכול דערמאנט מיר זיסע מעמאריס.
אסאך פון מיינע וועטשערען חלומות זענען שוין מקויים געווארן, מ'האט שוין פותר חלום געווען און געשאקלט הענט......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:41 am
דורך געפילטע פיש
נו, טוב פתר צו נישט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
וועלקאם בעק געפילטע,
דו ביסט נאך אלץ אויפן טאפ פון מיין חלום ליסטע.... וואן דעי אי"ה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:וועלקאם בעק געפילטע,
דו ביסט נאך אלץ אויפן טאפ פון מיין חלום ליסטע.... וואן דעי אי"ה.

וויאזוי שטייט נאר אין פסוק. "ויישן ויחלום שנית". ער האטציך איבערגעדרייט אויף די אנדערע זייט און ווייטער געחלומ'ט. אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א, ער זאלל מאריך ימים ונשים זיין, פארציילט איבער די מלחמת היצר וואס האטציך אפגעטון ביי עים אינדערהיים. ווען דער וועקער זייגער האט געקלינגען און ר'האט זיך אויפגעוועקט, האטציך אנגעהויבן א מלחמה צווישן יצר טוב און יצר הרע. דער ייצ"ט האט געהזאגט "שטיי אויף". דער יצה"ר האט געזאגט שטיי נישט אויף. האט ער זיי ארויסגעשיקט אין קאך קריגן, און ער איז ווייטער געשלאפן... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :x :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:49 pm
דורך בשבילי!
ער ענדיגט צו אז צום האט דער ייצ''ט גובר געווען, נאך זיבן שעה זיך קריגן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]ברסלבער[/tag] [tag]שמעקעדיג[/tag] [tag]כוכב[/tag] [tag]ונבנתה העיר[/tag] [tag]אפטעמיסט[/tag]

און נאך, מ'קען אבער נישט כאפן די וועלט אויף איינמאל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:53 pm
דורך אפטעמיסט
העי! אפשר בין איך דיין מאן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
אויב דו ביסט מיין מאן זאלסטו שנעל שיקן דיין ווייב צום וועקסען סטאר. וואנצעס אויף א פרוי איז נישט אין סטייל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:32 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב דו ביסט מיין מאן זאלסטו שנעל שיקן דיין ווייב צום וועקסען סטאר. וואנצעס אויף א פרוי איז נישט אין סטייל.

ס'דא א היימישע פרוי (אויב זי לעיבט נאך) אין וויליאמסבורג. זי פלעיגט אדווערטייזן אין "איד". מ'דארף אנפרעיגן ביי ראובן... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:02 pm
דורך ישראל קאפקע
איך וואלט ארויס מיט @מאטי,
פון די סאמע קלוגסטע ניקס אויף קאווע שטיבל, ער און @יאיר זענען מיינע איינציגסטע ווערדיגע אפאנענטן אויף קאווע שטיבל,
(איך וואלט נישט ארויס וועטשערענען, ס'איז נישט עלעגאנט צו רעדן מיט עסן אין מויל, און א שאד צו פארפאסן יעדע מינוט וואס מיר קענען זיך טענהן :) )

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:34 pm
דורך מאטי
וויי וויי וויי.... קעניינע הארע.. כ'האב זיך ממש יעצט געהאלטן אינמיטן איינשרייבן ביי האראוויץ'ן, האסט מיר איינגעשפארט 15 מאות.
נו ווען גיימיר ארויס (נישט) וועטשערענן?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:55 pm
דורך משבק
אפשר קען מען אראנדשירן א וועטשערע צווישן אסף המזכיר און גנדי? אזא סארט איבערבעטונג צערעמאניע

Re: מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:17 pm
דורך כספי
א אשכול פאר די בוקס :lol: :lol: :lol:

נו וואס זאגט עטס מיט וועם וואלט די עולם ארויס פאר א וועטשערע? און פארוואס?

איך וואלט ארויס מיט @שעפטאל (אבער אן קיינע געווירצן....) פאר א רילאקסינג שווים, @ברוך שפינוזה פאר א הייסן שוויץ און א פארויכערטע שמועס נאכדעם פאר א פאר שעה, און @מי אני מוז איך סתם טרעפן צו קענען מאכן די ברכה שחלק מחכמתו לבשר ודם

Re: מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:20 pm
דורך הערשער
א רייד אויף @ר' בערלס באס וואלט איך נישט אפגעזאגט.

Re: מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:51 pm
דורך שעפטאל
כספי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:17 pm
איך וואלט ארויס מיט @שעפטאל (אבער אן קיינע געווירצן....) פאר א רילאקסינג שווים
שכח!!

מיינסט כ'בין עפעס א דראגי? :lol:
כ'האב ליב מיין מצב דא, כ'זיך נישט צו אנטלויפן..

כ'האב זיך פשוט געלאזט אויסהיילן אביסל, און געגאנגען ווייטער.
--

פאר א שווים אין א אוט דאר האט טאבּ, דארף מען ווארטן פאר די קומעדיגע שניי. בררר די שניי אויפן קאפ. אההה די הייסע וואסער.

א שאד האסט עס פארפאסט לעצטע וואך :P

Re: מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:01 pm
דורך שעפטאל
יעך וואלט ארויס מיט @אלפא און @דיכטער
פארוואס? ווייל כ'האב ליב ענקער ענערגיע

לויט ענקערע תגובות
אלפא איז מער די געוואג'טע פילאזאף
דיכטער איז מער די איינגעהאלטענע סייענטיסט
הצד השווה שבהם, ביידע לאזן זיך טראכטן, ביידע זענען אינטער געציפט, ביידע זענען פרייליכע ליבליכע ניקים :P

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך וואלט געגאנגען קלאבן מיט סיי וועלכע ניק נישט קיין נ"מ ווער, מיר זענען אלע די זעלבע לוזערס סייווי.

Re: מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:29 pm
דורך שעפטאל
ברוך. וואס מאכט איינעם א לוזער?

אז ער וויל אויספיגירן זיין לעבן, זיין וועג? אלע אפעטונעטי'ס זענען אפן פאר אהים.

אפשר איינער וואס איז סטאק אין א סייקל, דשאב, מערידש, און ער וועט זיך איין טאג אויפוועקן (מידל עידש קרייסיס) און זיך כאפן "כ'האב פארברענגט אזוי פיהל יאהרן ווי כ'וויל נישט זיין, און כ'ווייס נאכנישט וואס איך וויל? אפשר איז יענער א לוזער?

איך זעה דיך בכלל נישט נאנט צו א לוזער, אזוי אויך זיך, און אלע לעכטיגע ניקים דא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:27 pm
דורך ברוך שפינוזה
@שעפטאל: יעדער איז א לוזער אויף זיין אייגענארטיגן וועג, אויף דעם וועלט זענען מיר כדלים וכרשים דפקנו דלתיך. א געווינער צו זיין איז דא גענוג צייט אויף יענער וועלט, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, אבער אויף דעם וועלט זענען מיר געקומען זיך אויסצולערנען צו נעמען ווי א לוזער און נישט נאר זיצן פון אויבן און געבן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:28 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל: איך עפרישיעט זייער דיין ׳לעכטיגע׳ בליק אויף אונז, ס׳הייבט אויף מיין גייסט. אבער עט די ענד אוו דע דעי, איז מיר נאך אינטערסאנטער ברוך׳ס אינוויטאציע בתוך שאר הניקים על אף אז ער האט אונז אנגערופן ׳לוזער׳... [אבער נאר ווייל ער האט זיך אויך אינקלודעד ;) ]