בלאט 5 פון 5

Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:41 am
דורך מיין אמת
John Doe האט געשריבן:
גוגל-הדור האט געשריבן:יונהאיז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.
די געווענליכע אידישע שטעלע איז בכלל נישט צו רעדן פון די נושא. לדעתי איז דאס נישט ווייל ס'איז דא א שיטה דערויף, נאר בשעה וואס דער פראבלעם איז טאקע א גרויסע האבן מיר נישט א פראקטישע רעזאלאציע דערויף בתוך די גדרי התורה פון אן ארטאדאקסישן קוק-ווינקל. רעדן פון דער פראבלעם וועט נאר געבן מער אנערקענונג פאר די ליידענדע מענטשן וואס וועלן זיך פאראייניגן אין גרופעס און מכריח זיין אזעלכע שינויים אין זייער באהאנדלונג וואס איז נישט מעגליך פון אן ארטאקסישן קוק-ווינקל. די אומבאקוועמליכקייט מיט די מציאות צווינגט דאס צו פארבלייבן פון די ענינים שהשתיקה יפה להם.
פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.

לינקתן של גוגל הדור צריכין לימוד.

יא, ס׳איז באמת א שווערע פרשה. גיי זאג א מענטש ער זאל לעבן ווי א מלאך!? אסאך האומאוסעקצועלע יידן פארן טאקע אפ ווייל אין יהדות טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ. אנדערע טוהן וואס זיי טוהן און האפן אז גאט איז א פאטער און וועט פארשטיין.
ה' איז א פאטער, אין ער פארשטייט!!!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:18 am
דורך מיין אמת
ס'איז דא א גמרא וואס דערמאנט "סתרי עריות" אין דורשים בשלשה'' ווייל נפשם של אדם מחמדתן, נראה מזה שיש אופנים שאינו ערווה הגם שבפשטות ערווה היא, ודוק.!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 11:26 am
דורך שמן למאור
המלוכה והממשלה האט געשריבן:https://twitter.com/nytopinion/status/1 ... nytopinion
אינטערסאנט ווי די ווידיאו ענדיגט זיך אז ס'זענען דא בערך 600,000 ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקע, און בערך 60,000 להטבי"ם. זייער א גרויסע ציפער.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
שמן למאור: יא ס'איז א באוואוסטע סטאטיסטיק אז (בערך) 10% פן די באפעלקערונג זענען נוטה צו להטב"י'זם. דאס מיינט נישט אז אלע פן זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון קלאזעט. אזוי ווי יאיר שרקי. וואס איז נאר לעצטנס ארויסגעקומען. און פארדעים האט ער געהאט אפענע טירן (און הערצער) אין אלע חסיד'ישע קרייזן. אפילו אין וויליאמסבורג און קר"י. הויפטזעכליך צוליעב זיינע געקרייזלטע פיאות און שווארצע יארמולקע _(להוציא כיפה סרוגה)...!