בלאט 5 פון 8

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד א שאד זיך צו טענה׳ן, עס קען נאר ארויסקומען א בזיון תלמיד חכם פון דעם.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:08 pm
דורך זר זהב
איך טענה נישט. איך גלייב די מעשה וואס ער פארציילט

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:09 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:מיינסט אז אין 100 יאר ארום גייט נישט זיין איין אזא מעשה אויפן זאלביטובער?

ווער איז דאס?

און וואס גייט דען זיין 100 יאר ארום אז מ'זאל קענען איינרעדן מענטשן באבע מעשיות,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:12 pm
דורך זר זהב
נישט 100 יאר. שוין היינט. און ס'לאו דוקא איינרעדן, ס'קען זיין אמת, אבער ס'מיינט גארנישט. א'ווי ס'שטייט אז ווען 10 מענטשן פארגלייבן זיך אין איינעם קען יענער טון מופתים.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:12 pm
דורך גאלד
ממי_שאמרו האט געשריבן:גאלד א שאד זיך צו טענה׳ן, עס קען נאר ארויסקומען א בזיון תלמיד חכם פון דעם.


פארוואס עפעס?

ווייל ער האט געהאט מתנגדים וואס העלן אפשפעטן?

וועלכער רבי, מנהיג צו גדול האט דען נישט געהאט מתנגדים לצים, זאל מען זיך צוליב די לצים מונע זיין פון דערציילן ספורי צדיקים?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:16 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:נישט 100 יאר. שוין היינט. און ס'לאו דוקא איינרעדן, ס'קען זיין אמת, אבער ס'מיינט גארנישט. א'ווי ס'שטייט אז ווען 10 מענטשן פארגלייבן זיך אין איינעם קען יענער טון מופתים.

דאס איז דאך אבער נישט נוגע אהער, ווייל דער ברך משה איז דאך טאקע געווען א צדיק

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:23 pm
דורך זר זהב
יעדער טענה'ט אז ''זיין רבי'' איז טאקע טאקע טאקע א צדיק.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:29 pm
דורך קאווע טרינקער
שעפטל האט געשריבן:די רבי זצ"ל מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'באבוב זצ"ל אין פלארידע

שיינע קליפ. ייש"כ.
שיין צו זעהן ווי מהר"מ הערט זיך צו די באבוב'ע ברוך אל עליון

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:31 pm
דורך זר זהב
וואוו איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א באבובע ניגון.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:34 pm
דורך גאלד
כעל דעציילן נאך א מעשה פלא, א איד א גביר א פילאנטראפיסט וואס איך קען גוט, איז אריינגעפאלן אין א שווערער פלאנטער מיט זיינע געשעפטן ס'האט איהם געדראט אז ער זאל ממש בלייבן בעירום ובחוסר, צוליב וואס גרויסע מארגעדשס זענען איבערגעשריבן געווארן אויף זיין נאמען, איז ער אריין זיך מזכיר זיין ביים ספינקער רבי'ן זצ"ל ר' הערשעלע, דער ספינקער רבי האט איהם געזאגט אז דאס איז צו א פארצווייגטער פארפלאנטערער ענין גיי אריבער צום סאטמאר רבי'ן (דער ברך משה), ער איז א קלוגער איד ער פארשטייט בעסער צו די ענינים, ער איז אריבער צום ברך משה און אלעס צולייגט, אינמיטן האקט אריין דער רבי און פרעגט: מאן יימר אז זיי וועלן טרעפן די ארגינעלע פאפירן ווי מ'האט איבערגעשריבן די מארטגעדשעס אפשר איז עס פארלוירן, דער איד איז צימישט געווארן, היעלה על הדעת אז פונקט אזא זאך זאל געשען, ער האט זיך ווי נישט וויסענדיג געמאכט און ווייטער דערציילט די ענין, און דער רבי האט נישט נאכגלאזט אפשר וועלן זיי נישט טרעפן די פאפירן, דער איד האט זיך געזעגנט צימישט און ציבראכן, נישט מער און נישט ווייניגער א וואך שפעטער רופט איהם אן זיין לויער אז ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר אבער ער האט באקומען א קאל פון די צד שכנגד לויער אז ער איז אינגענצן פטור פון דעם עסק ווייל זיי זעהן נישט און קיין שום פאפירן אז ער זאל זיין דער אחראי אויף די מארטגעדשעס, און דער מענטש האט מער קיינמאל געהערט פון דעם עסק, והי' לפלא,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:44 am
דורך איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:01 am
דורך לעמיל
איך אויך מ'רעדט נישט אזוי אויף א איד וואס לעבט שוין נישט אביסעל ריספעקט דארפסט נישט ארויס ווייזען דיין בלינדע שנאה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:02 am
דורך איך אויך
זיין טויט טוישט נישט קיינע פאקטן. ואגב, עס איז גארנישט קיין בלינדע שנאה ער האט זיך עס זייער ערליך פארדינט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:44 am
דורך גאלד
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:54 pm
דורך שרייבער
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:51 pm
דורך שעפטל
שרייבער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

שרייבער, חוצ'ן לייק דארף איך דיך עקסטער גראטעלירן אויף דעם אייזענעם אויסדריק! א פיין ווארט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:45 pm
דורך [NAMELESS]
צום יארצייט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:59 pm
דורך עפל סיידער
ממי_שאמרו האט געשריבן:צום יארצייט.

האט אמ"ג געהאלטען זיין יערליכע הספד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין בין געווען איינמאל אלץ אינגע בחור אין קעמפ מיט חברים זיך קוויטל'ן ביים ברך משה. איינער פון מיינע חברים א לץ גדול האט מיר געשריבן די קוויטל מיט משוגענע בקשות ווי למשל איך זאל ווערן א צדיק א נביא וכו מיט כל מיני ליצנות. עכ"פ איך האב אלע מאל געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן אויפן קוויטל, האב איך נישט געוואוסט דעם אינהאלט. בקיצור מ'גייט אריין צום רעבין און משה גבאי ליינט פאר און ווארפטס זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיגער, דער עולם לאכט מיט און די רבי ווינשט במאירת פניו, מיט'ן פילסטן תמימות, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. איך האב דעם בחור געוואלט הארגענען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
עפל סיידער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:צום יארצייט.

האט אמ"ג געהאלטען זיין יערליכע הספד.


סארי פאר מיין עם הארצות, וואס איז אמ״ג חוץ פון או מיין גאד?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:07 pm
דורך ישמעאל הכהן
אלטר משה ג"ב?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:21 pm
דורך עפל סיידער
ממי_שאמרו האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:צום יארצייט.

האט אמ"ג געהאלטען זיין יערליכע הספד.


סארי פאר מיין עם הארצות, וואס איז אמ״ג חוץ פון או מיין גאד?


ישמעאל הכהן האט געשריבן:אלטר משה ג"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 8:09 am
דורך פלעין יודיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין בין געווען איינמאל אלץ אינגע בחור אין קעמפ מיט חברים זיך קוויטל'ן ביים ברך משה. איינער פון מיינע חברים א לץ גדול האט מיר געשריבן די קוויטל מיט משוגענע בקשות ווי למשל איך זאל ווערן א צדיק א נביא וכו מיט כל מיני ליצנות. עכ"פ איך האב אלע מאל געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן אויפן קוויטל, האב איך נישט געוואוסט דעם אינהאלט. בקיצור מ'גייט אריין צום רעבין און משה גבאי ליינט פאר און ווארפטס זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיגער, דער עולם לאכט מיט און די רבי ווינשט במאירת פניו, מיט'ן פילסטן תמימות, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. איך האב דעם בחור געוואלט הארגענען.

האסט פארגעסן אויסציפירען, אז פון דאן אהן זענען דיינע וואנצעס פלוצלינג רויט געווארן (ע''ש יין כי יתאדם, וצדיקים נמשלו ליין) בקיצור די ברכה איז מקויים געווארן