בלאט 5 פון 16

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:52 pm
דורך בדחן
הוגה האט געשריבן:אויב איז אמת דער מעשה פארשטיי איך זייער גוט פארוואס די צוויי פרויען און זייערע משפחות זאלן האבן א פערזענליכע vendetta אקעגן מיס גרינוואלד. (טראץ דעם וואס פון אן אינטעלעקטואלע שטאנדפונקט איז פארשטענדליך אז נישט דאס איז געווען גרינוואלד'ס מטרה.) .


אויף דעם האט שוין שרגא געענפערט א יאר צוריק:
שרגא האט געשריבן:ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.


די נקודה איז זייער פארשטענדליך, ווען דו וועסט ענדיגען דן זיין לכף זכות יעדעם איינעם וואס גיבט ארויס א בוך קעגן כלל ישראל, אדער באשרייבט זיי נעגאטיוו און די צייטונגען, אדער אויף טעלעווישען, אדער אויף ווידיא אויפן אינטערנעט, אדער סתם אזוי ווי נישט, זאלסטע אויך דן לכף זכות די ערליכע אידן וואס ווערען נפגע דערפון און זיי ווערט באשמיצט, און פארשטיין יעדע ביזנעסמאן פארוועם עס מאכט שאדען, און זאלסט פארשטיין אז עס איז אבסעלוט נישט דא קיין פלאטץ פאר א שותומ"צ צו האבן מיטגעפיל אדער פארשטעדעניש, און זאלסט פארשטיין פארוואס דיין צושטעל צו אמיש איז אינגאנצן נישט די זעלבע, און עס פארענפערט נישט גארנישט.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 1:23 pm
דורך בדחן
הוגה האט געשריבן:אבער דאס נעמט אבער נישט אוועק די גענעראלע קאנצענזוס אז די מידיע און די יוצאי הסאסייעטי מעגן און וועלן אלץ האבן ביקורת אויפן סאסייעטי (כדוגמת האמיש וואס איך האב געברענגט) און אין דזשענעראל האט עס נישט קיין עפעקט אויפן סאסייעטי בכלל, אויסער גראדואלע טוישן צום גוטן.


וואס פארא גערעדאכטס איז דאס? דו האלסט באמת אזוי? לאמיר זען שרייב ארויס דיין משפחה נאמען לאמיר עס אנהייבן צו באשמיצען און בארעדן דערנאך זאלסטע מיר זאגן אז עס האט נישט געהאט קיין שום עפעקט אויף דיר אדער אויפן משפחה און עס האט גאר געהאט גראדואלע טוישן צום גוטן,

עס זענענן דא צוויי צענדליגער מענטשן וואס שטייען נישט פאר גארנישט, רוב שותומ"צ בלינקען נישט אויף זייער זייט, מען באדערט זיי נישט, מען שטערט זיי נישט, אבער זיי קימען כסדר מיט אטאקעס און העצע, באשמיצען מיט אלע ערליי אופנים וואס שייך, און..? עס האט נישט קיין עפעקט? קיינעם גייט עס נישט אן?

איך גיי דיר זאגען אזאך וואס איך ווייס אז די ווייסט דערפון דאך וויל איך דיר עס איבערזאגען, פאר רוב מענטשן באדערט ווען מען בארעדט זיי.. קען זיין אז עס איז מאדענע אז עס איז אזוי, אבער עס איז א טבע הבריאה און מען קען עס נישט טוישן, ישראל אע"פ שלא חטא ישראל הוא און זיין בלוט איז אויך רויט,

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:33 pm
דורך טעפל
איך פארשטיי נישט איין זאך (פון אלע צענדליגע שאלות), מ'האט גענומען פונקט לאזערען און געוואלט פארענטפערען אז ער האט א מעשוגענעם טאטען, איז פארוואס איז ער געגאנגען אףדערעך (ארענדזע פאפוטשען בלע"ז) נאכען לערנען אין א גוטע ישיבה, און נאך גוט חתונה האבען?? ווי קומט זיין טאטע דא אריין יעצט?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:39 pm
דורך איך אויך
לאזער האט חתונה געהאט?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:42 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:לאזער האט חתונה געהאט?

יא, כ'האב עס געהערט פון איהם אליין.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:לאזער האט חתונה געהאט?

ס'געווען אמאל, בזיווג ראשון. יעצט גייט ער מיט אן איירישע-קאטוילישע שיקסע. (ס'א א רחמנות אויף איר).
בדוו. אראנדזשע סליפערס האט גארנישט צו טון מיט או. טי. די. ס'ווייזט אז א שרייפ'ל איז לויז ערגעץ. אדער א טשיפ איז אויסגעברענט.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום דין, די 7 מינוטגע קליפ פארציילט נישט גענוג
http://zeek.forward.com/articles/117822/

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:54 am
דורך הוגה
וועלכע קליפ רעדסטו פון?

אגב, דער ארטיקל איז זייער on track, די אופן וואס otd'ס ווערן געדזשאדזשד מיט general misconceptions, איז אן אינסאלט צו אונזערע און זייער אינטעליגענץ. כאילו אלע פון זיי האבן געהאט די זעלבע פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי וואס די גולם המקשה האט, און צוליב דעם האט ער א טוץ מיט קשיות אויף די otd.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:57 am
דורך סאשי פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום דין, די 7 מינוטגע קליפ פארציילט נישט גענוג
http://zeek.forward.com/articles/117822/

איך זע נישט קיין קליפ

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:57 am
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט געטראכט הויעך, אז שלום'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אלץ א שטיקל ענטפער צו דעם אשכול.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 12:29 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט געטראכט הויעך, אז שלום'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אלץ א שטיקל ענטפער צו דעם אשכול.

ביז כ'הא געליינט שלום דיענ'ס ארטיקל (וואו ער געט א נותן טעם פאר זיין אפפארן) האביך עים געגעיבן מער גערעכט און געבלעימט אונזער חינוך סיסטעם אלס א שטארקע סיבה פארוואס די חברה פארן אפ. אבער נאכ'ן ליינען זיין מאמר איז מיר קלאר געווארן אז זיין גאנצער אמונה סיסטעם איז שוין געווען פארפוילט פון אינווייניג, לאנג פאר ער האט אראפגעווארפן די חסידישע מלבושים פון זיך. (ר'האט עס איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט,לעת הצורך. אזוי זאגט ער). לדוגמא. אין דעם "זיק" ארטיקל זאגט ער אז ווען זיין אינגל האט איהם געפרעגט (נאך זייענדיג אן ערליכער איד, לפנים) אויב ושתי האט עכט געהאט א "טעיל", האט ער שוין נישט געקענט זיך איינהאלטן אויף דעם ליגנט וואס חז"ל האבן אונז פרובירט איינצורעדן און האט איהם געזאגט אז די מעשה איז נישט אמת. כאטש ער האט נישט געגלייבט די גאנצע מעשה פון מגילת אסתר. פון דא זעט מען אז זיין גאנצע אמונה איז שוין געווען נפגע, (מעגליך ווייל זיין טאטע איז געווען א בי. טי. און האט נישט געקענט משריש זיין אמונה אין זיינע קינדער.) און ער איז געווען ווי א בוים וואס איז פארפוילט פון אינעווייניג.

הבהרה צו מיין פריערדיגע תגובה

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 12:35 pm
דורך berlbalaguleh
די ראי' וואס איך ברענג אז זיין (שלום דיען'ס) אמונה איז שוין געווען נפגע לאנג פאר ער איז אפיציעל געווארן "או.טי.די." איז נישט ווייל ר'האט נישט געגלייבט די דעה אין חז"ל אז ושתי האט באקומען א זנב, און דערפאר האט זי נישט געוואלט קומען ווען אחשורוש האט זי גערופן. נאר ווייל ר'האט געהאלטן אז חז"ל האבן אונז פרובירט איינצורעדן ליגנס און באבע מעשיות. (עפ"ל(.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:04 am
דורך ונבנתה העיר
שלום אחי, צר לי עליך מאד, איך האב דעם רושם אויף דיר - ובפרט פון וואס דו האט געשריבן ביי אונז - אז דו ביסט א פארשטענדליכער און קלוגער איד, ווי קומט צו דיר זיך צו דערקלערן 'עיטיעסט' אויף אזעלכע גרונדן? געבויעט האלב אויף הרגש און האלב אויף שיין-קלינגענדיגע פראזן?

אלס א קלוגער איד שטעל איך זיך פאר אז דו האסט זיך אמאל געזעצט טראכטן: איז דא דא א גאט אויף די וועלט? אפשר איז עולם קדמון? איז טבע גאט? דארף א נברא א בורא? וכו' וכו', כ'מיין, דאס זענען דאך נצחיות'דיגע שאלות אין וועכע די גרעסטע קעפ האבן געהארעוועט.

איז ווען דו זאגסט מיר: יא אודאי, איך גיי עפעס גלייבן ווייל פלוני בן פלוני האט אזוי געזאגט? איך האב מיר גענומען ספרי חקירה, איך האב געהארעוועט אין יו-טוב ויכוחים, איך האב זיך אליין מתבודד געווען אויפן בארג 10 יאהר פאר'ן דערקלערן אז גאט איז טויט, נו מילא, דורכאויס די היסטאריע זענען געווען גאנץ קלוגע עיטיעסטן.

אבל אהה! וואס זאגסטו מיר? ווייל עס האט דיר אויסגעזעהן צו אלטמאדיש צו זאגן [אפי' עס איז דא א גאט, ווייל אז נישט איז דאס דאך צירקולער ריזאניג] אז גאט האט געמאכט א נס צו ראטעווען די אידן, און לדעתך האסטו אויסגעשפילט דעם כלל פון אין אדם מוריש שקר מיט'ן עס פארציילן פאר דיין אינגל [וואס איך גלייב אז עס וועט יעדער מסכים זיין אז דער כלל רעדט פון מוריש זיין א דרך חיים וואס דער טאטע ווייסט איז שקר], אדער ווייל עס געפעלט דיר נישט דער ארטאדאקסיש'ער סיסטעם, אדער אפאר שיינע פראזן ווי that anyone but we as individuals can determine our own truths and values, דאס איז דיין פילאזאפישער\סייענטיפישער מעטאד מברר צו זיין צו עס איז דא א גאט? דאס ליגט ביי דיר אין שאפע נעבן דעם רמב"ם און אריסטו, רלב"ג און שפינאזא? כ'מיין אין וועלכע יונעווערס זענען ליגנט-זאגענדע רבנים\גלייבן אין טעקסט און atheism א סיבה און מסובב?

האסט פארלוירן טראסט? דו ביסט מלא חימה אויף אלעס וואס מען האט דיך איינגערעדט? גוט איך הער, atheism איז אבער א שכל'דיגע מסקנא און מען קען נאר צוקומען צו איהר מיט די כלי השכל, אידישקייט קומט נישט אריין אין דעם בילד, קודם זיי מברר\מחליט צו איז דא א גאט וואס אנגעצינדן דעם ביג-בענג אדער נישט, אויב יא וועסטו דערנאך גיין טראכטן צו די מציאות פון א גאט איז אויך מחייב עס זאל זיין רעליגיע און אויב יא וועלכע? אפשר קריסטינטום, אפשר אידישקייט וכו'.

ווי אזוי קען מען פון דעם ענף אפ-פרעגן דעם שורש?

פרענקלי, איים קווייט דיסעפוינטעד אין יו, שלום, אויב דאס איז נישט לב שליט על המוח, וואס איז?

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:23 am
דורך דעת תורה
אין א אנדערע אשכול לאנג צוריק האט ער גישריבן אז זיין ערשטע פייגל אין קאפ איז געווען צו אנטדעקן אז די תורה האט ענליכע דינים ווי די קאוד אוו האמאראבי.

ווען ער וואלט געלערנט בעפאר אביסל ראשונים מפרשי המקרא וואלט ער געזען דארטן אומצאליגע מאל דעם חידוש, אז אסאך פון די דיני התורה זענען געגעבן געווארן לאפוקי פון די דיני עכו"ם, און א חלק פון זיי האט דער אייבישטער פשוט געמוזט זיי געבן אזא דין ווייל זיי זענען געווען געוואוינט דערצו א.א.וו.

ווי האט ר' אייזל חריף געזאגט פאר יענעם משכיל: איר זענט נישט קיין משכיל, איר זענט א פשוטער עם הארץ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 7:20 pm
דורך שלום דין
ונבנתה העיר האט געשריבן:אבל אהה! וואס זאגסטו מיר? ווייל עס האט דיר אויסגעזעהן צו אלטמאדיש צו זאגן [אפי' עס איז דא א גאט, ווייל אז נישט איז דאס דאך צירקולער ריזאניג] אז גאט האט געמאכט א נס צו ראטעווען די אידן, און לדעתך האסטו אויסגעשפילט דעם כלל פון אין אדם מוריש שקר מיט'ן עס פארציילן פאר דיין אינגל [וואס איך גלייב אז עס וועט יעדער מסכים זיין אז דער כלל רעדט פון מוריש זיין א דרך חיים וואס דער טאטע ווייסט איז שקר], אדער ווייל עס געפעלט דיר נישט דער ארטאדאקסיש'ער סיסטעם, אדער אפאר שיינע פראזן ווי that anyone but we as individuals can determine our own truths and values, דאס איז דיין פילאזאפישער\סייענטיפישער מעטאד מברר צו זיין צו עס איז דא א גאט? דאס ליגט ביי דיר אין שאפע נעבן דעם רמב"ם און אריסטו, רלב"ג און שפינאזא? כ'מיין אין וועלכע יונעווערס זענען ליגנט-זאגענדע רבנים\גלייבן אין טעקסט און atheism א סיבה און מסובב?


האסט שלעכט פארשטאנען דעם ארטיקל, הרב ונבנתה. גארנישט וואס איך האב געשריבן איז א "סיבה און מסובב" אויף אטעיזם. דער "זיק" ארטיקל איז נישט געווען מסביר צו זיין מיין אייגענע התדרדרות פון מאמין צו נישט-גלויביקער, נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה, וכו'.

איך האב דערמאנט מיין אייגן אטעיזם נאר ווי עס איז נוגע געווען פאר די מעשה שהיה מיט דעם סאטמארער איד וואס האט זיך געלאזט הערן זיינע מתוקים מדבש ומנופת צופים'דיקע דיבורים אז מיין אטעיזם איז פשוט א תוצאה פון סקווירא קליינקעפיגקייט. מיין נקודה מיט די מעשה איז סתם געווען אויף אנצוווייזן אז די אלע מאדערנע וואס מיינען אז ביי זיי הערשט "מעסיגקייט" זאלן זיך נישט פאטשן אזוי אין בויך. ווייל אויך דער סאטמארער רעדט זיך איין ער איז מעסיג כלפי אנדערע. ווי דער סאטמארער איד האט מיר דרך אגב דעמאלס פארזיכערט: "א סאטמארער איז נאך קיינמאל נישט געווארן קיין אטעיסט." ודברים עמוקים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 7:34 pm
דורך הוגה
[tag]שלום דין[/tag], כ'האב הנאה; כ'האב פונקט היינט געזאגט פאר א חבר מיינער אז די עולם האט בכלל נישט פארשטאנען דיין ארטיקל. זיי מיינען אז דו האסט עס געשריבן להסביר דיין כפירה, דערווייל האסטו בעצם נאר מסביר געווען דיין מהלך אלץ דוגמא, צו פארשטיין געבן ווי דער עולם פארשטייט בכלל נישט די otds, און מען misjudged זיי. כעין די סאטמארער יונגערמאן וואס דו האסט געטראפן אין טשולענט. ועל סמך די misjudgment פרעגט מען קשיות און מ'בויט בנינים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:38 pm
דורך בדחן
שלום דין האט געשריבן:האסט שלעכט פארשטאנען דעם ארטיקל, הרב ונבנתה. גארנישט וואס איך האב געשריבן איז א "סיבה און מסובב" אויף אטעיזם. דער "זיק" ארטיקל איז נישט געווען מסביר צו זיין מיין אייגענע התדרדרות פון מאמין צו נישט-גלויביקער, נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה,.


דאס איז איין סיבה, עס איז דא נאך א סיבה דערצו, ווייל וויבאלד די ODT זענענן געווענליך די חברה מיט די שוואכערע באגרעצונגען צו תאוות, {כידוע אז רובא דרובע אפגעפארענע קימט פון האבן תאוות לדבר האסור} און זיי האבן נישט די כח המעצר ווי דער אלגעמיינער מענטש, זיי האבן נישט דאס וואס די ספרים טייטשען אויף ומותר אדם מן הבהמה אי"ן - דאס הייסט זיי האבן נישט געהאט די כח צו זאגען "ניין" אויף זייער יצר הרע אדער תאווה, דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס זיי גייען ביזען סוף, ווייל וויבאלד זיי זענען געווענליך פון די עלעמענט וואס גייען נאך ווי די הארץ און אויגן טראגט זיי אן אריינטראכטען א טיפע מחשבה צו עס איז ווערט אדער ריכטיג, זיי האבן נישט די כח זיך צוריק צוהאלטן צו גארנישט, והא ראיה זיי זענען מפקיר זייערע אייגענע קינדער - זייער פלייש און און בלוט - צו די גאס פאר אביסל תאוות, עס איז א דיפעקט וואס האט לאוו דווקא א שייכות מיט יודשקייט.

לכבוד הרב הוגה

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:45 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:[tag]שלום דין[/tag], כ'האב הנאה; כ'האב פונקט היינט געזאגט פאר א חבר מיינער אז די עולם האט בכלל נישט פארשטאנען דיין ארטיקל. זיי מיינען אז דו האסט עס געשריבן להסביר דיין כפירה, דערווייל האסטו בעצם נאר מסביר געווען דיין מהלך אלץ דוגמא, צו פארשטיין געבן ווי דער עולם פארשטייט בכלל נישט די otds, און מען misjudged זיי. כעין די סאטמארער יונגערמאן וואס דו האסט געטראפן אין טשולענט. ועל סמך די misjudgment פרעגט מען קשיות און מ'בויט בנינים.

איך האב שוין איינמאל פארשטאנען שלום דיען'ס ארטיקל אין זיק. איך קען נאך א ביסל ליינען און פארשטיין ענגליש. ער(ש.ד.) שרייבט זייער קלאר און כ'האב א הנאה צו ליינען זיינע ארטיקלען. נאר איך האב געשריבן מיין פערזענליכע אבזערוואציע. אז איך דארף א "רי-אססעססמענט". ווייל כ'האב אייביג געמיינט אז שלום דיען איז א מאמין באלוקי ישראל, נאר נישט א פראקטיצירנדער יוד, וואס די חיצוניות'דיגע סיבה איז געווען די צו פיהל בהמה'שע רעסטריקשנס פון זיין (און אנדערע פארמאכטע קרייזן) קרייז. נאר וואס איך האב ארויסגענומען פון זיין ארטיקל אין זיק איז, אז ר'האט (ליידער) פארלוירן די אמונה אויך. חוץ דעים וואס ער לערנט פאלש פשט אין דעם מאמר חז"ל (גמרא או מדרש) אז ושתי האט געהאט א "טעיל" ווייל אז ער פערזענליך האלט נישט אזוי. מיט דעם אליינס וואלט ער נאכנישט פאררעכנט געווארן פאר אן אפיקורס. ווייל דאס איז דאך נאר איין מיינונג. ער מוז נישט האלטן אזוי. אבער ווען ער זאגט (און האלט) אז ער גלייבט נישט די איבעריגע טייל פון מגילת אסתר מיינט דאס אז ער האט נישט קיין קאנפידענס אין די ווערטער און מיינונגען פון חז"ל. דאו פאלט ביי איהם אוועק די גאנצע תורה. אזוי א מענטש קען שוין נישט זיין א מאמין אין גאט.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:21 am
דורך יואליש
דאו פאלט ביי איהם אוועק די גאנצע תורה. אזוי א מענטש קען שוין נישט זיין א מאמין אין גאט.


איינער וואס גלייבט נישט אין תורה מן השמים קען נישט גלייבן אין א גאט? דאן פארוואס ברויך דער רמב"ם באזונדערע אני מאמין'ס פאר איטליכע?

[tag]בדחן[/tag] כ'האב נארוואס געזעהן א שפאגל נייע קליפ אויף יוא טוב ווי א חסידישע איד מיט א ווייסע בארד פארציילט פאר א שכן זיין באהאלטענע לעבן אין די תאווה וועלט, נישט וויסענדיג אז ער ווערט אפגעפילמט. אינטערעסאנט איז אז אין קעגענזאץ צו בדחן'ס סייענטיפישע טאריע פון תאווה באהערשער ווס. נישט באהערשער, איז דער איד נישט אפגעפארן און בתוך עמו הוא יושבת און איז ממלא תאוותו. ולא זו, אין יעדע מיטעלע סייז בית מדרש קען מען טרעפן אין די "ברכת כהנים" זיצן געניג בעלי תאווה אויף צו מאכן אן אלוהינו ביים בענטשן. אינטערעסאנט אז זייער זיך נישט קענען באהערשן האט זיי נישט באוואויגן אויסצוטוהן דאס שטריימל און בעקישע.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:30 am
דורך בדחן
[tag]יואליש[/tag] כאפסט נישט? דאס איז זיין גבורה, ער באווייזט צו קאנטערלירען די תאווה אז ער זאל נישט פארלירען דערמיט אלעס, און ער זאל האבן ווייטער זיין משפחה און סביבה (מן הסתם מיט א אינערליכע האפענוג אז איין טאג זאל ער זיך קענענן אינגאנצן גובר זיין דערויף) כאטש אז ער איז פארכאפט אינעם תאווה,

לעומת זה האבן מיר די וואס האבן נישט די מינדערסטע סארט גבורה, און זיי זענענן שוואך ווי א פלוג אז גארנישט שטייט זיי נישט אין וועג ניטאמאל זייער טובה אדער די טובה פון זייערע קינדער, און זיי מאכען אלעס חרוב פאר א פאר מינוט תאווה, דאס איז גארנישט מיט וואס זיך צו גרויסן, און עס איז נישט דא קיין פשטים אריינצולערנענן דערין, עס איז א פרעזענליכע דורכפאל און א דיפעקט פאר יענעם באטרעפענדען,

און נאכאמאל, איך רעדט נישט פון קיין יחידים, איך רעדט פון באופן כללי פון די סארט מענטשן וואס פארלאזן יודשקייט צוליב תאוות, און ווי באוויסט איז דאס די גרעסערע מערהייט פון יענע מענטשן.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:32 am
דורך דעת תורה
כ'יואליש, גלייבן אין גאט קען מען מדעת עצמו, די סברא זאגט אז ס'איז דא א גאט דער שכל איז אזוי מחייב, מען קען פילאזאפירן לעולם ועד וואס ער איז און ווי שטארק אינוואלווד אין די וועלט ער איז, אבער בעיקרון קען דאך נישט זיין אז דער ביג בענג איז פון זיך אליין געשען. און דאס איז דאך געווען די הכרה וואס אברהם אבינו איז מדעת עצמו צוגעקומען.

מען קען אבער אויף קיין פאל נישט פון זיך אליינס אויסבויען אז גאט האט געגעבן א תורה ביים בארג סיני און אלעס אראפ עד ימינו אנו, דאס מוז צוגיין מיט אמונה און קבלה. וואסערע שייכות האט דאס מיט אמונה אין מציאות ה'?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:34 am
דורך יואליש
וואס מיינסטו מיט "קאנטרעלירן" די תאווה? סך הכל זאגסטו אז מ'קען זיין א נבל ברשות הסיסטעם, טא צופאלט די טעאריע.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:56 am
דורך שלום דין
בדחן האט געשריבן:ווייל וויבאלד די ODT זענענן געווענליך די חברה מיט די שוואכערע באגרעצונגען צו תאוות, {כידוע אז רובא דרובע אפגעפארענע קימט פון האבן תאוות לדבר האסור} און זיי האבן נישט די כח המעצר ווי דער אלגעמיינער מענטש, זיי האבן נישט דאס וואס די ספרים טייטשען אויף ומותר אדם מן הבהמה אי"ן - דאס הייסט זיי האבן נישט געהאט די כח צו זאגען "ניין" אויף זייער יצר הרע אדער תאווה


פלאי פלאים ווי א מענטש קען צוזאמווארפן א הויפן שטותים און איינרעדענישן וואס שטימען נישט מיט פאקט און נישט מיט לאגיק, אלץ פשוט זיך גוט צו פילן מיט זיך און זיין וועלטל. לדעתי איז דאס פון די גרעסטע פראבלעם פון די חרד'ישע וועלט: די פיליזאפישע און אידעאלאגישע באזיס איז אזוי שוואך אז ווען מען זעט די וועלכע אנטלויפן האט מען נישט וואס צו זאגן חוץ זיך צו נעמען פסיכאנאליזירן מיט איינגערעדטע החלטות.

איך בין נישט פון די וועלכע האלטן אז חרד'ישע אידן זענען ערגער -- מאראליש, עטיש, גייסטיש, וכו' -- ווי סיי וועלכע אומה ולשון. אבער אויב באזידלען, לאמיר עס אפשר צולייגן אויף קליין געלט...

דאס אז אטלאנטיק-סיטי און מאנהעטטענער סטריפ-קלאבס און די ראקעוועי ביטשעס זענען אנגעפילט מיט חרד'ישע אידן (וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם) איז א דבר ידוע פאר יעדן גוי אין דעם גאנצן טריי-סטעיט געגנד. דאס אז די זונות איבער דעם גאנצן געגנט גיבן אן אז זייערע קליענטן זענען פראפארציאנאל א ריזיגן חלק חרד'ישע אידן, איז אויכט א זאך וואס יעדער ווייסט. דאס אז אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע". דאס אז יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין, איז מעשים בכל יום אין יעדן באר און קלאב אין צפון וויליאמסבורג.

איז וואס האקסטו אין קאפ אריין וועגן די וועלכע האבן נישט דעם כח המעצר אויף זייערע יצר הרע'ס...