בלאט 5 פון 5
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:47 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?
Compelling evidence proved the case
איבערגעצייגטע עדות האט אויפגעוויזן די קעיס.
קעיס- איז היינטיגע אידיש, יא?
דעמאלט שטימט עס גוט, איבערצייג(ען), איבערצייגענגע.
נאר אלס '"קאמפעל" מיינט עס "שטארק" איבערצייגענדיג.
Evidence איז לכאורה "באווייזן". Proof איז "אויפווייזן". ווייטער אויף ווייזען מיט א דגוש פון שטארקייט, דאס מיינט proof
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:48 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.
איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?
למשל:
וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?
אזויווי compelling evidence
וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?
אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?
רבינו הבעל עגלה שליט”א?
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע באווייזן...!
Circumference...קענמען אפשר אפטייטשן..."קרייז"...!
אומ-אפפרעגבארע איז גאנץ גוט.
אומשטרייטבארע גלייב איך נישט אז מ׳באנוצט זיך היינטיגע צייטן מיט די ווארט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט באגעגענט.
אבער ס׳איז זייער גוט דיינע אפטייטשן.
אפשר וואלסטו אויפן באס אהיים געדארפט לערנען מיט די קינדער שפראך…
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:48 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable
ווען מ'רעדט פון "עווידענס"/באווייזן מיינט עס יא אומ-אפפרעגבאר
דאס איז שוין א תוצאה (שימוש) אבער נישט פירוש המילות בעצם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:56 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!
כ'האב דאך אלס געמיינט איר זענט א הויך שטודירטער אינטעלעקט..?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ייש"כ. איך פיהר טאקע אן פארשידענע קאנטעסטן מיט די קינדער אויף מיין באס. אין וועלטליכע סאבדזשעקטס ווי שפראכ/ן און אנדערע וועלטליכע סאבדזשעקטס. און להבדיל אין תורה.
דו וועסט זיין סורפרייזט (איבערראשט) וויפיהל ידיעות די קינדער האבן אפילו אין זאכן וואס זענען העכער זייער עידזש...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!
כ'האב דאך אלס געמיינט איר זענט א הויך שטודירטער אינטעלעקט..?
און איך האב געענדיגט אלס בעל עגלה. ב"ה פאר דעים...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:08 pm
דורך זיצער
קרייז, טייטשט א סירקל. אין אלטע אידישע ביכער ניצט מען די ווארט אומקרייז פאר circumference.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:52 pm
דורך שבת אחים
מעגליך compelling evidence
‘פאראנטווארטליכע עדות’
דאכצעך אבער אז פאראנטווארטליך גייט ארויף אויף א מענטש נישט אויף א מציאות?
Re: איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:57 pm
דורך שערי יושר
שבת אחים האט געשריבן:מעגליך compelling evidence
‘פאראנטווארטליכע עדות’
דאכצעך אבער אז פאראנטווארטליך גייט ארויף אויף א מענטש נישט אויף א מציאות?
מקען אפשר זאגן איבערצייגענדע באווייזן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:59 pm
דורך שבת אחים
שערי יושר האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:מעגליך compelling evidence
‘פאראנטווארטליכע עדות’
דאכצעך אבער אז פאראנטווארטליך גייט ארויף אויף א מענטש נישט אויף א מציאות?
מקען אפשר זאגן איבערצייגענדע באווייזן
גערעכט, דאס האב איך געשריבן לכתחילה.
זעה פריער.
דו זאגסט ‘איבערצייגענדע’
איך האב געשריבן מיין איך ‘איבערגצייגטע’
דיינס איז בעסער- יישר כח