איך האב פיינט GMAIL

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איינע פון די געוואלדיגע אומגעבעטענע טובות פון גוגל איז א "sign in" פיעטשער אין קראום. דאס קען העלפן אריבערברענגען דיינע בוקמארקס און אנדערע פרעפערענצן צו א צווייטע קאמפיוטער אדער עני דעווייס ווי דו סיינסט זיך אריין צו יענע קראום. ממש וואונדערליך, ניין?

בין איך געזעצן ביי א חבר'ס קאמפיוטער אפאר טאג צוריק און כ'האב געוואלט עפעס דאונלאודן פון מיין "גוגל מוזיק", אבער גוגל האט מיר נישט ערלויבט, ווייל "קראום" איז אריינגעסיינט מיט מיין חבר'ס נאמען, נישט מיט מיינס. בלית ברירה האט איך זיך טעמפארערי אריינגעסיינט מיט מיין אקאונט, וראה זה פלא, אפילו נאכן צוריקסיינען צום חבר'ס אקאונט, זענען אלע מיינע צענדליגער בוקמארקס געבליבן אויסגעמישט מיט זיינע!!

מען קען פלאצן פון גוגל. אזעלכע בהמות.
וירח ה' את ריח הניחוח
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

האלא רעג דיך נישט,

סאיז דא א פשוטע עצה אויף דעם, וואס איז ספיציעל געמאכט פארדעם, דאס איז די incognito אפשען, אדער cntrl shift n, די שארטקאט פאר א נייע incgnito טעב,

דאן קענסטו רואיג אריינסיינען, און די רגע די פארמאכסט דעם טעב בלייבט נישט קיין זכר פון דיר פון דיין אקאונט אדער דיינע בוקמארקס
פארשפארט