בלאט 5 פון 11

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 5:55 pm
דורך מורינו הרב
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי קאווע טרינקער, שוין איך דער אינגערמאן, ס'איז נישט גרינג אראפצושלינגען אזא פליק פאר א בלויזע מחשבה, הגם הרהורי עבירה קשין מעבירה...
אפשר זאלסטו אים מנחם זיין שפעטער אז חרטה און תשובה העלפט, מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, דו האלטסט עס פריוואט און ער זאל נישט זארגן.


כשמעקעדיג ועוד לקרוא...
פשוט א רחמנות אויף א אידיש נפש.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 5:56 pm
דורך טעפל
קאווע שטיבל= א ווינקל אייך אפצוהיטען פון אומגוטע מחשבות..

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 5:56 pm
דורך מ גפני
shlomyg האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:איך האלט אז משום לפני עור זאלסטו יא איר שיקן אן אימעיל


זיי מסביר

אפשר וועט ער פרובירן זיך ארויסצודרייען אבער זי -נישט וויסנדיג איבערדעם אז מ'ווייסט- וועט אים FORCEN דערצו

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 5:59 pm
דורך מורינו הרב
מיר אלע שטייען פארגאפט און ווארטן צו הערן וואס עס קאכט זיך אויס דארט. מיר ווארטן צו הערן אפדעיטדס.

שלמה, שכרך הרבה מאוד. דו ראטעוועסט א אידיש נפש פון שאול תחתית. זאל עס טאקע העלפן אז ער זאל זיך צריקקערן בתכלית השלימות אל קור מחצבתו.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 5:59 pm
דורך shlomyg
מורינו הרב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי קאווע טרינקער, שוין איך דער אינגערמאן, ס'איז נישט גרינג אראפצושלינגען אזא פליק פאר א בלויזע מחשבה, הגם הרהורי עבירה קשין מעבירה...
אפשר זאלסטו אים מנחם זיין שפעטער אז חרטה און תשובה העלפט, מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, דו האלטסט עס פריוואט און ער זאל נישט זארגן.


כשמעקעדיג ועוד לקרוא...
פשוט א רחמנות אויף א אידיש נפש.


וואס איז מיט די רחמנות אויף א אידישע נשמה?
וואס איז מיט די רחמנות אויף 2 אידישע משפחות?
איך מיין אז בעזר השם ס'געווען די ריכטיגע שריט!

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:01 pm
דורך יואליש
קאווע טרינקער האט געשריבן:סארי, אבער ס'איז נישט קיין עטישע פאסטען, unless איר ארבעט פאר היימלאנד פארזיכערונג


כ'האב אמאל געטראפן א ליובאוויטש'ער איד אין פלארידא וואס פארוואלט דארט אויף א גאנצע שטאב וואס זייער תפקיד איז אונטערצוהערן בי ענד עיטש טעלעפאנס. ס'איז זייער נארמאל דאס צו טוהן, אבער די קאמפעני מיז מודיע זיין פאראויס.


***
די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז consider yourself forewarned

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:06 pm
דורך מורינו הרב
shlomyg האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי קאווע טרינקער, שוין איך דער אינגערמאן, ס'איז נישט גרינג אראפצושלינגען אזא פליק פאר א בלויזע מחשבה, הגם הרהורי עבירה קשין מעבירה...
אפשר זאלסטו אים מנחם זיין שפעטער אז חרטה און תשובה העלפט, מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, דו האלטסט עס פריוואט און ער זאל נישט זארגן.


כשמעקעדיג ועוד לקרוא...
פשוט א רחמנות אויף א אידיש נפש.


וואס איז מיט די רחמנות אויף א אידישע נשמה?
וואס איז מיט די רחמנות אויף 2 אידישע משפחות?
איך מיין אז בעזר השם ס'געווען די ריכטיגע שריט!


האססט געטאן א ריכטיגע שריט, אבער כדאי צו טון דער ענין בשלימות און נישט זיין בלויז א שלעכטער, נאר אויך טון עשה טוב, דאן מארגן - ווען ער ווועט קומען צייטליך צו די ארבעט - בעזר השם - קענסטו אים שיקן נאך אן אימעיל מיט דברי חיזוק ונחמה, זאגנדיג אז ער האט גוט געטאן אז ער האט צוריקגעצויגן פון זיינע פלענער, און אז דער אויבערשטער איז א חנון המרבה לסלוח, און יעדער איד קען נאך אנקוומען צו די העכסטע מדריגה, וכו'...

שרייב אים עטליכע אדרעסן וואו ער קען זיך ווענדן נאך הילף, און אז מען וועט אים אויפנעמען בזרועות פתוחות, און אז ער זאל נישט זיין באזארגט, אלעס איז אין געהיים, און כל זמן ער פירט זיך אויף ערליך וועט עס אים גארנישט שאדן, וכו'...

קענסט אים אויך שרייבן אז עס איז א השגחה פרטית אז עס איז אנגעקומען צו דיר, כדאי דו זאלסט זיין דער שליח אים אפצוהאלטן, און אז אלעס פירט זיך פון הימל, און דו וועסט נישט רעדן ווילאנג ער איז וואויל...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:10 pm
דורך shlomyg
איך וועל אייך לאזן וויסן מארגען בע"ה וואס ס'איז געווארען

א גיטע נאכט

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:11 pm
דורך מורינו הרב
ער איז נאכנישט צוריקגעקומען?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:12 pm
דורך מ גפני
@מורינו הרב , די האלטסט נישט אז ער וועט פרובירן זיך נוקם צו זיין אין אונזער חבר שלמה נ"י? זאל ענדערש בלייבן אנאנים

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:14 pm
דורך זר זהב
איך הער אז סיז אווער. סשוין דא נייעס, און שלמה באקומט סנדקאות דזשאסט פארן פרובירן.

פאר סאם ריזען גלייך איך נישט דעם אשכול סוי פארגיוו מיי סארקאזם

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:17 pm
דורך געפילטע פיש
מורינו הרב האט געשריבן:איך וויל זיך האלטן צום נושא, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן מיט א שאלה צו קופערניקוס - נישט ווייל איך האב א מיינונג דערין, דירעקט נישט, נאר איך בין נייגעריג צו האבן קלארער זיין מהלך...

אויב ווייסטו אז דער מענטש גייט מארגן מאלעסטן אן אכט יעריגע יונגל, מעג מען אים אפהאלטן דורך שיקן אן אימעיל אדער זאגן זיין רב?

(ביטע זיך האלטן ווייטער צום נושא האשכול)

גייסט פארגלייכן צוויי קאנסענטינג אדאלטס צו מעשה רציחה?

יואליש האט געשריבן:
***
די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז consider yourself forewarned

שלמה, שיק עם נאך א אימעיל מיט די ריכטיגע גרעמער.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:19 pm
דורך MickyMouse
מורינו הרב האט געשריבן:איך וויל זיך האלטן צום נושא, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן מיט א שאלה צו קופערניקוס - נישט ווייל איך האב א מיינונג דערין, דירעקט נישט, נאר איך בין נייגעריג צו האבן קלארער זיין מהלך...

אויב ווייסטו אז דער מענטש גייט מארגן מאלעסטן אן אכט יעריגע יונגל, מעג מען אים אפהאלטן דורך שיקן אן אימעיל אדער זאגן זיין רב?

(ביטע זיך האלטן ווייטער צום נושא האשכול)

דא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:20 pm
דורך מאראנצןזאפט
לאמיר אלע פרובירן אריינטראכטן וואס רבינו לעיקוואד וועט זאגן צו דער אשכול.
איך ווייס נישט וואס, אבער קאלט ווערט מיר אין אלע ביינער פון וואס ס'ווארט אפ אונזער ר' שלמה.
א פעני אין דער פישקע פאר פודסטעפס אז אלעס זאל זיך ענדיגן בכי טוב.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:21 pm
דורך מורינו הרב
MickyMouse האט געשריבן:דא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.


איין קינד ווערט מאלעסטערט? - צוויי גאנצע משפחות פון קינדער און זייערע קינד'ס קינדער...

צוויי משפחות בישראל, על נשיהם וטפם, איז ביי דיר א קלייניגקייט?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:25 pm
דורך פרישער
אמאל ווען איינער ווערט דערמאנט אז עס דרייצעך דא א וועלטעל וועקט ער זיך אויף ווי פון א טיפען שלאף

איך האף אז דער אינגערמאן איז נישט געלאפן צים וואשינגטאן בריק ווייל נעכטען האט עס שוין עימצער פראבירט און איז אדורך געפאלען

עס זאל זיין צו האפען אז דער אינגערמאן טיט איצט תשיבה און איז נישט איצט מחליט אז פוקר זיין עפענטליך איז דו וועי טו גא

אדער וועט מארגען דא קומען א תגובה ווי איינער וויינט זיך אויס אז ער האט פארלוירן זיין בחורה ווען סיז געווארן נתגלה עטרה

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:28 pm
דורך מורינו הרב
פאר דעם האב איך טאקע געשריבן אז מען דארף אים אויך מנחם זיין און זאגן אפאר גוטע ווערטער...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:28 pm
דורך טעפל
לעטס וועיט און סי..ענד האפ פאר גוד..

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:29 pm
דורך MickyMouse
מורינו הרב האט געשריבן:
MickyMouse האט געשריבן:דא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.


איין קינד ווערט מאלעסטערט? - צוויי גאנצע משפחות פון קינדער און זייערע קינד'ס קינדער...

צוויי משפחות בישראל, על נשיהם וטפם, איז ביי דיר א קלייניגקייט?

האסט א גיטע פונקט.
איך האלט אבער אז די רעדע דא איז צי ראטעווען די מאמענט. נישט די פאטענטשעל פיוטשאר.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:40 pm
דורך מורינו הרב
איך וויל זיך נישט אריינלאזן אין דער נושא דא, מען דארף דערויף רעדן אין א צווייטן אשכול, אבער איך וועל נאר איין מאל ענטפערן, און מער וויל איך נישט אריינקריכן אין דער נושא דא, נאר אין א באזוונדערן אשכול וואאס וועט געמאכט זיין פאר דעם.

איך פארשטיי נישט פונקטליך דער מאמענט און פיוטשער... סיי ביי מאלעסטעישן און סיי ביי טשידן, קומט ארויס דער פראבלעם אין דער פיוטשער. סיי ביי מאלעסטעישן און סיי ביי טשידן ווערט דער חטא אפגעטאן אויפן מאמענט. ואם תרצה לומר מן התורה, וועל איך דיר ענטפערן אז טשידן איז פיל א הארבערע איסור לפי התורה ווי מאלעסטעישן וואס איז אויך גאר א הארבע איסור (איך גיי נישט אריין אין די פועל יוצא - די היזיקות וואס ווערט אפגעטאן - וואס ביי טשידן ווערט עס אויך אפגעטאן פאר אלע קינדער, און אפשר נאך שטערקער).

אשר על כן פארשטיי איך נישט פארוואס מאלעסטעישן זאל זיין ארגער ווי טשידן. ממה-נפשך: אויב רעדסטו תורה'דיג - איסור אשת-איש איז פיל הארבער; אויב רעדסטו קבלה'דיג - דער פגם למעלה איז פיל שטערקער; אויב רעדסטו פראקטיש - גוי'איש גערעדט, נישט ווי א מאמין - איז די אפעקט ביי אשת איש פיל הארבער, נאך וואס עס שאדט פאר צוויי גאנצע משפחות בישראל און עס איז קרוב הדבר (הלוואי נישט), אז עס זאל זיך ענדיגן גוט...

ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מאלעסטעישן זאל הארבער זיין... אויסער איין סברה וואס מען קען יא זאגן - אז די ווינט פארט היינט אזוי...

און וויבאלד איך וויל נישט אוועקפירן די שמועס פון די רעלסן... וועל איך זיך פרייען צו דעבאטירן מיט דיר דעם נושא אין א צווייטן אשכול, נישט דא. דא וועל איך אי"ה מער נישט מגיב זיין בענין זה.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 6:43 pm
דורך זר זהב
מורינו הרב האט געשריבן: אויב רעדסטו פראקטיש - גוי'איש גערעדט, נישט ווי א מאמין - איז די אפעקט ביי אשת איש פיל הארבער.

you're probably wrong

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 7:23 pm
דורך דייטל
שלמה ג
דארפסט אים זאגן ביסט א יחיד און עס בלייבט ביי דיר, אויב טראכט ער אלע ווייסן קען זיין אומריכטיגע תוצאות מצדו. גיב א מקום אויף תשובה.
איך זע דו ביסט מזכיר שם שמים, אויב מיינסטו אמת׳דיג לשמה, שטייסטו לכאורה גוט.
ווידער, אויב איז דאס א מיטל צו דערשרעקן בשר ודם׳ס מאכסטו א גוטן דזשאב!!

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 7:34 pm
דורך לאליפאפ
א רחמנות אויף עני מענטש וואס גייט מארגן צופרי אויף די זעלבע זייט גאס ווי א פרעמדע פרוי...
בכלל עט זיך מארגן טון א פריע אויפגעשטייעכץ ביי די קאווע ליינער.. פאר פאזיטיוו צו פארקערט חלילה!!