בלאט 5 פון 5

Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 11:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אגב, וועגען די יתד ארטיקלען בין איך הונדרעט פערצענט איינשטימיג מיט הוגה. איך געדענק ביים ליינען ווי ס׳האט גע׳עקעלט. מיר זעט אויס אז זיי זוכען א היתר איינעם צו בארעדען, און יעצט איז ישכר כ"ץ וכדו׳ דער קרבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ביי הלכה דארף מען טאקע האבן א ריכטיגע סברה אז ס'זאל שטימען מיט הלכה, אבער פון מ'רעדט נישט אין הלכה איז יעדער בארעכטיגט צו זאגן א סברה. ווילסט, נעם עס אן, אז נישט, איז נישט.

דאס רוף איך אן לייכטזיניג. דו ווילסט זאגען אז לייכטזיניג איז בארעכטיגט ווייל ס׳איז נישט הלכה. זייער פיין. אבער צו דעם האסטו נישט קיין ראשונים און פריערדיגע. זיי האבען עס זייער ערנסט גענומען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בדעת הפני מנחם מ'גור ז"ל

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 12:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. אז דו ווילסט אפילען צו דער אוטאריטעט פון דער גערער רבי, האסטו נישט וואס צו זוכען אין דער אשכול.

ב. איך ווייס נישט וואס האט דאס אהער. משיחיזם, לדעת הרב פנחס מנחם, איז נישט קיין כפירה, נאר א נערישקייט. ווען ס'איז יא כפירה ווייס איך נישט צו דאס איז דער גאנג. מ'דארף כאטש אויסזאגען דער אמת אז דאס איז נישט קיין אידישע גלויבונג. אין ביקורת המקרא בין איך נאך נישט גענוג באהאווענט צו ס'איז טאקע כפירה אין תושבע"פ אדער נאר א קוריאזער מיינונג. אבער דער גערער רבי האט נישט אהער.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסן אז דו ביסט א שך'ניק, און אז ביסט אלערדזשיקט צו די ווארט 'חב"ד'.

נישט יעדער מאל וואס מ'דערמאנט חב"ד אדער גור מיינט עס אז מ'אפיעלט שוין צו זייער אוטאריטעט, ענד סעים מיט רב שך.

שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 1:17 pm
דורך מי אני
Starbucks האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag], [tag]קופערניקוס[/tag], פארשטייט זיך ס׳דא אנדערע וואס בארוהיגן זיך מיט א וויזיט צין א סטריפ קלאב, אפשר איז עס אפילו מער געראטן וואו זיך אריינטוהן אין ביבל קריטיק...
.


https://thetorah.com/when-a-teacher-bel ... rnography/

(בנוגע משיח׳יזם אי נידון כאפיקורסות/מינות עיין בשו״ת בני בנים ח״ד סימן כו.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 4:40 pm
דורך האוועלער רב
עמיצער האט מיר נישט לאנג צוריק נאכגעזאגט פון א קדמון, אז יו"ט של גליות האבן אידן באקומען אלס עונש פאר'ן נישט געהעריג היטן די ימים טובים. מיר איז איינגעפאלן צו נעמען דעם זאג, און מאכן דערמיט אן עקספערימענט.

דאס האב איך געהערט כמ"פ פונעם רה"י ר דוב לנדו אין סלבודקא ער פלעגט עס נאכזאגען פאר די אמעריקאנע בחורים אלעמאהל י"ט שני
סאיז א ירושלמי וגם אני נתתי לכם חוקים לא טובים ומשפטים בל יחיו בהם אז דאס גייט ארויף אויף י"ט שני

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
האוועלער רב: איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם קאנטעקסט פון דעם ירושלמי וואס דו האסט ציטירט. אבער די אונטערשטע שורה פון די גאנצע אינסטיטוציע ..."חובבי תורה"... כאטש זיי האבן אזא שיין קלינגענדיגן נאמען, באזיצן זיי א גייסט פון רעפארמירן אידישקייט. צו פאסן דאס אידישקייט צו די צייט.

אין דעם פרט זענען זיי נישט ווייט פון די אריגינאלע רעפארמער. זיי האבן אויך נאר אנגעהויבן מיט צו פאסן דאס אידישקייט צו די צייט (גייסט). אין די זעלבע צייט האבן זיי אנגעהויבן ראציאנאליזירן אידישקייט. ד.מ. קיום המצוות. זיי האבן געזאגט...פארוואס האט די תורה פארבאטן צו עסן חזיר?! ווייל אין די מדבר האבן די אידן נישט געהאט קיין מעגליכקייט געהעריג צו קאכן און האלטן פריש דאס פלייש. און חזיר, כידוע אנטהאלט א ווארעם (טריקינאסיס) וואס קען שטארק קראנק מאכן. אבער אין די היינטיגע מאדערנע צייט איז דאס נישט שייך. אויך. וואס די תורה האט געזאגט אז אום שבת טאר מען נישט אנצינדן קיין פייער איז געזאגט געווארן אין די אמאליגע צייטן ווען מ'האט געדארפט אנצינדן פייער שטיינער. אבער נישט אין די היינטיגע מאדערנע צייטן ווען מ'באנוצט זיך מיט צינדהאלץ (מעטשעס/שוועבלעך).

דאס איז אינגאנצן אנדערש ווי די ארטאדאקסישע רבנים וועלכע באטראכטן די שאלות פון די היינטיגע טעכנאלאגישע תקופה און זיי פסק'נען איבער זיי. אזוי ווי דער מהרש"ג. ר' שמעון גרינפעלד. וועלכער האט מיט 130 יאר צוריק, בערך געפסקנ'ט איבער די דאמאלס נייע טעכנאלאגישע ערפינדונגען. אדער דער כתב סופר פאר איהם. זיי האבן נישט געבויגן אדער געבראכן די גרונט פרינציפן פון די תורה.

Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:31 pm
דורך סקעפטיקער
א פרישע ארטיקל פארציילט וויאזוי ר' דוד שטיינבערג האט געטוישט זיינע מיינונגען דורכן עוסק זיין אין קירוב
https://www.thetorah.com/blogs/a-tribut ... -steinberg