בלאט 5 פון 19
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:50 am
דורך ירא שמים
סמיר אויך שווער געווען די קשיא וכמדומה אז כהאב געזען רעדן דערוועגן , און כקען דיר נישט ענטפערן , און ביזעדרווייל איז עס מיר נישט נוגע איז מיר עס נישט נוגע איז א תשובה נישט אזוי וויכטיג ,אבער אויף אזוי פיל ווייס איך יא אז אזוי שטייט אין אריז״ל , און אזוי האבן רבוה״ק תלמידי בעש״ט הק ׳ געטון וואס האבן מלביש געווען זייער עבודה אין דברים גשמיים , וואס לכאורה די לעצטע ביי וועם מהאט געזען אזא עבודה איז געווען דער הייליגער בעלזער רב ,הגם סזענען געווען צדיקים ווי די צאנזער רב אדער חידושי הרי״ם אבני נזר וואס עיקר עסקם איז געווען אין פ׳ לימוד התורה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט עפעס אן אהנונג וואס דארט שטייט און וואס דארט מיינט? ער קומט לייקענען דער זהר? אלע מאמרי חז"ל פון כל חפציה לא ישוו בה? אלע ספרי מוסר ויראה וואס רעדען וועגען נארמאלער מעלות פון א מענטש?
מלביש געווען בעבודות גשמיות דארף קיין סאך נישט מיינען. א מענטש וואס טוט אלס כדת וכדין, ער עסט לש"ש, מיינענדיג דערמיט אז ער עסט וואס זיין גוף פאדערט צו בלייבען לעבען און טוהן מצוות, הייסט זיין עסען אויך א קרבן בעבודה גשמית. ס'איז נישט דא קיין סבה זיך איינצורעדען אז עבודה מיינט טוהן מאדנע זאכען, און ס'איז נישט דא קיין שום מקור דערצו אין חז"ל וספרי יראה.
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:06 pm
דורך ירא שמים
ער לייקנט נישט דעם זהר ,ער זאגט אז יחודים איז תורה פלוס , און וואו סשטייט אין חז״ל , בעלזער רב פלעגט זאגן ווען מהאט עם געפרעגט וואו סשטייט האט ער גענטפערט אז עטס וועטס לערנען וועט עטס זען אז אלס שטייט , ד.ה. ליטוואק סדא זאכן וואס שטייט און סאיז נגלה נאר פאר די זכי הראות , ווען די וועסט וויסען וואס די אלע מאדנע אגדות חז״ל מיינען וועסטו אפשר פארשטיין וואס בעלזער רב האט געטוען וד״ל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:16 pm
דורך קאצקע ציקער
ליטוואק דו האסט יא געצימבלט דו האסט נישט סתם געפרעגט מיט א תמימות עובדות אויפן בעלזא רב זי"ע נאר דו האסט חוזק געמאכט ווי מען מאכט אזא גאנטצע בראטעל אויף עים נאר ווייל ער איז געווען אין בעט מיטן שטריימל פאר 17 שעה, טוה מיר א טובה יא...
ליטוואק איך פארשטיי אין דיין חינוך האט מען דיר געלערנט טעירע טעירע טעירע אבער וויסן זאלסטו אז תורה אן יראת שמים איז טעירע אויך ניט דא ס'גארנישט ווערד!!
די יודן זענען זיך געגאנגען שמד'ן מיט די גמרא אינטערן ארעם ווייל ס'ביטול טעירע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליטוואק איך פארשטיי אין דיין חינוך האט מען דיר געלערנט טעירע טעירע טעירע אבער וויסן זאלסטו אז תורה אן יראת שמים איז טעירע אויך ניט דא ס'גארנישט ווערד!!
איך האב שוין אויך געהערט די אלע לאזונגען. דאס מיינט אז לערנען תורה און נישט ליגען מיט'ן שטריימען זיבעצען שעה אין א צי איז גארנישט ווערט? אדער לערנען תורה און אויסמישען יארטשעוו מיט יארטשעווקע איז א וועג צו שמד? אז דו רעדסט יר"ש, רעד יר"ש. נישט פוסטקייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:26 pm
דורך קאצקע ציקער
ליטוואק קענסט מיר זאגן פארוואס שאקעלען זיך אריין ליטוואקעס מיט געבויגענע הוטן ביי סקולענער רבי?
וואס טרעפן זיי ביי דעם תמימות'דיגע יוד?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:27 pm
דורך ירא שמים
קאצקע פליז האק נישט אריין סקולענע רבי ווען מרעדט פון בעלזער רב.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין אהנונג. אפשר שוואכער self-esteem. מיר 'עסטו נישט טרעפען דארט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:37 pm
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:קאצקע פליז האק נישט אריין סקולענע רבי ווען מרעדט פון בעלזער רב.
איך וויל ארויסברענגן א פאוינט חכם
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:47 pm
דורך ירא שמים
נו לאמיר הערן , ישר כח פאר די קאפלימענט[emoji1]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:51 pm
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:נו לאמיר הערן , ישר כח פאר די קאפלימענט[emoji1]
אז אפילו די ליטוואקעס זעהן שוין איין היינטצוטאגס אז ביי זיי איז נישט דא גארניקס נאר דעפרעסטע משוגאים
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:00 pm
דורך ירא שמים
כווייס נישט פארוואס דו זאגסט אזוי , עכ״פ דא קומט עס זיכער נישט אריין.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:32 pm
דורך ירא שמים
די גמרא פון עירובין נג ע״ב דערמאנט מיר פון די מעשה פון יארטשוב איז נישט יארטשיווקע ״ אמהתא דבי רבי כי הוה משתעיא בלשון חכמה אמרה הכי עלת נקפת בכד ידאון נישריא לקיניהון וכד הוה בעי דליתבון הוה אמרה להו יעדי בתר חברתה מינה ותתקפי עלת בכד כאילפא דאזלא בימא רבי יוסי בר אסיין כי הוה משתעי בלשון חכמה אמר עשו לי שור במשפט בטור מסכן וכד הוה שאיל באושפיזא אמר הכי גבר פום דין חי מה זו טובה יש רבי אבהו כי הוה משתעי בלשון חכמה הוה אמר הכי אתריגו לפחמין ארקיעו לזהבין ועשו לי שני מגידי בעלטה איכא דאמרי ויעשו לי בהן שני מגידי בעלטה ״.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2015 10:53 pm
דורך ירא שמים
או די גמרא פון אנהייב המוכר את הספינה דערמאנט מיר די מעשה פון די יעקעס , ליטוואק קענסט די מעשה ?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2015 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:או די גמרא פון אנהייב המוכר את הספינה דערמאנט מיר די מעשה פון די יעקעס , ליטוואק קענסט די מעשה ?
ירא שמים: נו, מאך מיך נישט אזוי שטארק נייגעריג. זאג שוין...!
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 08, 2015 11:26 pm
דורך ירא שמים
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:31 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
פין וועלכע ספר איז דאס?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:33 am
דורך ירא שמים
אדמור״י בעלזא
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:49 pm
דורך איש חזון
אנטשולדיגט פאר'ן מקפיץ זיין דעם אשכול שלא בעונתו. נאר נזדמנה לידי לפני כמה חדשים אן "עבודת מחקר לשם קבלת תואר מוסמך" פון געוויסע סטודנט\דוקטור\פרופסר "עידו הררי" פון "האוניברסיטה העברית בירושלים" מיט'ן נאמען " 'כפרת כל ישראל' – הנהגתו החסידית של ר' אהרן מבעלז והבניית הכריזמה של הקרבן". וועל איך עס ארויפשטעלן דא לתועלת הציבור.
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין "אפיציעל" נתפרסם געווארן, ועכ"פ דער מחבר האט מיך געבעטן אז אויב איך האב הערות זאל אים שיקן.
איך האב עס אדערווייל נאכנישט דורכגעליינט, נאר געבליקט דא און דארט. וכנראה איז עס (אויסער זיין "מחקר" וואס איך האב נאכנישט משקיע געווען דערין) גאנץ א שיינע ליקוט פון, פון גאר באקאנטע ביז גאנץ באקאנטע מקורות.
הרי שלכם לפניכם
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:50 pm
דורך איש חזון
שוין, יעצט זעה איך אז שלהי 2015 איז דאס ארויף
אויפ'ן אינטרנט פאר'ן ציבור הרחב.
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:55 pm
דורך איש חזון
למעשה, וויפיל א חוקר וועט פרובירן צו פארשטיין שפת החסידים וועט זיך אלץ מאכן שמייכלדיגע טעויות...
פאלגנד איז איין הערה וואס איך וועל אים אפשר שיקן:
ער שרייבט אין עמוד 40:
באותה שנה אורס ר' אהרן לבת דודו מלכה, בתו של ר' שמואל מסקול בנו בכורו של ר' יהושע, ובשנת תרנ"ו נישאו. לשניים
נולדו תשעה ילדים, וזאת על אף מסורות רבות שלפיהן היה ר' אהרן פרוש מאשתו. נראה שמלכתחילה ביקש
לחיות חיי פרישות, אולם כאשר אביו שמע על כך הוא פנה לבנו והורה לו לקיים את מצוות פרו ורבו. תגובה דומה
הגיב ר' ישכר דוב לאחר שרופא בדק את בנו וקבע שאם ימשיך להינזר מאוכל ושינה, לא יאריך ימים.
האב איך צוגעשריבן:
בודאי שאינו כן. הלא משה רבינו האריז"ל הבעש"ט ויתר הדמיות שראה ר' אהרן כרבותיו וכו' הולידו ילדים... בודאי אין סתירה בין פרישות להולדה כדי לקיים מצות הבורא. אלא יתכן שבעברית המדוברת המונח "פרישות" מתפרשת כפרישות כליל כמו האיסיים (?) וכדומה, אבל לא זה הפירוש של "פרישות" שנאמר ע"י חסידים.
ועיקר הכוונה של פרישות הוא שמעבר למינומום הנצרך להוליד לא נתחבר עם אשתו, וכפי שכפאו שד. וע"פ המסופר היא התלוננה אצל חמיה שנאלץ להוכיח את בנו ע"ז ואח"כ אמר לה שהיה בוש להסתכל בפניו של בנו בשעת התוכחה... ומסופר גם שהיא אמרה שהיא רוצה בנים קדושים כאלו אבל לא בעל כזה...
מספרים שהוא לא הסתכל עליה גם בשעת זיווג וכל שכן שלא בשעת זיווג [בתלמוד ורמב"ם מובא שכך נהגו פרושי אומתינו].
אבער סוף כל סוף זעהט אויס אז ער האט געטרייט זיין בעסט (כוונתי לעובדות ולא נכנסתי עדיין לפרשנות שלו וכמש"ל).
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:01 pm
דורך איש חזון
נאך א קלייניגקייט, וואס פון דעם זעט מען די געוואלדיגע ידיעה פון פשוט'ע יודיש-רעדנדע יודן לעומת הויך געשעצטע סטודנטן ( בבדיחותא
):
אין עמ' 64 שרייבט ער (הערה 434):
ישנו יסוד להניח שלמעשה היתה זו (זיווגו האחרונה - א. ח.) חתונתו השלישית של ר' אהרן, ושעוד לפני כן נישא ב 1947 אלא שנישואין אלה לא -
עלו יפה ונסתיימו בגירושין מהירים. לשמועה זו מצאתי מקור כתוב אחד בלבד, וכמובן לא חסידי: ראה גוטווירט, לידתה מחדש עמ' 90.
האב איך צוגעשריבן:
ידוע ומפורסם. ובפורום האידישאי אייוועלט מוזכר שם אביה ושכחתיו.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא האט איהר דער אינפארמאציע וועגען דער זיווג שני פון דער בעלזער רב.
ער האט חתונה געהאט אין תש"ו מיט די טאכטער פון ר' יצחק מאיר האגער פון סאווראן סטאנאוויץ, וואס זיין ווייב איז געווען א באב"ד א בעלזער חסידית'טע, דוכט זיך אייניקלאך פון א ברודער פונ'ם שר שלום.
איר שוועסטער האט געהייראט הרה"ג ר' אהרן בערענשטיין זצ"ל ראב"ד " אגודת ישראל", (שווער פונעם מונקאטשער רב שליט"א, שטעל זיך פאר ער וואלט געדארפט רעדען פונ'ם בעלזער פעטער!) זיי זענען געבליבען א יאר צייט, צו א ביסל מער, און די גבאים האבען ערלעדיגט מ'זאל עס ענדיגען. זי איז דעמאלס געווען אן אכצן יעריג מיידעל. זי איז אוועק, אומפארהייראט, אין תשי"ד. דער מסדר הגט איז געווען דער טשעבינער רב, וואס האט ארויסגעשיקט די גבאים ווען ער האט געפרעגט דער בעלזער רב צו ס'איז מרצונו וכו' כנהוג ביי א גט, ווילענדיג הערען אלס כדת וכדין, נישט אז די גבאים זאלען רעדען פאר איהם.
אינטרעסאנט אז דער בעלזער רב האט גענומען א היתר מאה רבנים, נישט ווילענדיג צו פארלאזען אויף דעם אז זיין זיוו"ר איז טאקע געשטארבען. דארט האבען געחתמ'ט פארשידענע באקאנטע נעמען, הרב אברהם חיים נאה, הרב מאטיל סלונימער, הרב שמואל הלוי וואזנער, סאטמאר רב, הרב אהרן ראטה, הרב חנוך דוב פאדווא, מיט נאך נעמען וואס איך ווייס נישט פונקט ווער זיי זענען; חנניא יו"ט ליפא טייטלבוים, ישראל טויסיג, יצחק ווינגארטען, מנחם נחום ליעבערמאן, ישראל יצחק היילפרין, יצחק אייזיק אייזען, יחזקאל הירשמאן, מאיר שווארץ, צבי דוד הירשמאן,הרב מנחם זאב שיק,
הרב מאיר חיים אונגר, הרב דוב סוקולובסקיק (אבין של הרב מאיר שמחה שליט"א?), הרב יהושע מענדעל עהרענבערג, ברוך האגער, און נאך. עי'
כאן. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען פאר'ן זיוו"ש צו נאך דעם.
עכ"פ א פארצרה'טע לעבען, א היתר מאה און א גט און אוועק קינדערלאז.