בלאט 5 פון 13

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:48 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען אפשר זאגן וועם מ'זעהט אין די ווידיאו? די טאטע איז א ברודער פון אדמו"ר מינקאטש/דינוב? איז ער אסאך יונגער פון זיי? (כ'זעה דאך אז ער האט נאך א 13 יעריגע אינגעל)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:52 pm
דורך יעדער לאכט
ראשעקאל האט געשריבן:איינער קען אפשר זאגן וועם מ'זעהט אין די ווידיאו? די טאטע איז א ברודער פון אדמו"ר מינקאטש/דינוב? איז ער אסאך יונגער פון זיי? (כ'זעה דאך אז ער האט נאך א 13 יעריגע אינגעל)

ער איז א קינד פון די צווייטע ווייב, ער איז א ברידער מיט האדמו"ר ממינקאטש/דינוב נאר פון טאטן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:27 pm
דורך דריידל
אין מיינע ארכיון פארמאג איך א קאפי פון די צוואה. ס'איז נישט אזוי קלאר, שטעל איך דא ארויף די תוכן ווי פאלגענד:

אחרי שהבנים שלי מאשתי הראשונה אינם שומעים..... ולמרות אזהרת בד"ץ ירושלים ובי"ד הרבני בתל אביב ולמרות הדברים שהשמיע ש"ב הרה"צ מהורר"י אבד"ק סטמור בחיים חיותו, זי"ע.....

דא לאזט ער זיך אריין אין א בירור הלכה איבער איינער וואס באזיכט נישט זיי טאטע'ס קבר פאר עטליכע יאר אויב ער מעג נאך גיין.

לאור הנ"ל הנני מצווה כדלהלן:

בני חיים אלעזר לא יבא להלוויתי ולא יאמר קדיש אחרי ולא יבקר את קברי. האיסור הזה חל גם על אישתו.

בני משה ליב לא יבא להלוויתי ולא יאמר קדיש אחרי ולא יבקר את קברי. האיסור הזה חל גם על אשתו וגם על בניו ובנותיו.

בתי יוטא לא תבוא להלוויתי ולא תזכיר אותי בהזכרת נשמות ולא תבקר את קברי. האיסור, הזה חל גם על בעלה ועל בניה ובנותיה ונכדיה ונכדותיה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:24 am
דורך שרייבער
אינטערעסאנט, דער ערשטער איז נאר ער מיטן ווייב, די צווייטע איז שוין אויך בניו ובנותיו, דער דריטער איז אויף נכדיה ונכדותיה
און וואס איז מיטן דינובער? ער מעג יא?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:25 am
דורך יעדער לאכט
שרייבער האט געשריבן:אינטערעסאנט, דער ערשטער איז נאר ער מיטן ווייב, די צווייטע איז שוין אויך בניו ובנותיו, דער דריטער איז אויף נכדיה ונכדותיה
און וואס איז מיטן דינובער? ער מעג יא?

אויף אים איז ער נישט געווען גערעגט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:06 am
דורך ארבעס
פארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:16 am
דורך קאווע טרינקער
ווייל זיי זענען אראפ פון וועג, ל"ע, נישט מקיים געווען מצות כיבוד אב.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:21 am
דורך דריידל
אין די צוואה שרייבט ער אז זיי האבן אים אויסגעטיילט צרות און מצער געווען מיט'ן ריפן אין ערכאות. איך מיין אז דאס איז געווען איבער די ירושה חפצים פונעם מנחת אלעזר וואס ער האט געוואלט פארקויפן און די קינדער האבן עס געוואלט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 8:11 am
דורך כוכב
משהו מיוחד די ווידעא, מ'זעט ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער, אגב דער עלטערער ברודער זעט אויס פונקט ווי רח"א בן האדמו"ר.

בר דעת האט געשריבן:ווער איז משה לייב

אייגנטליך משה ליב, דער נאמען פון האדמו"ר ממונקאטש בארא פארק.
נאך ר' משה ליב סאסובער, וכידוע איז ער דבוק במדותיו מיט ארויסנעמען אידן פון תפיסות (פאר א קאמישאן פארשטייט זיך...).

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:21 am
דורך יעדער לאכט
ארבעס האט געשריבן:פארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?

ער האט געוואלט מאכן געלט פון פארקויפן די ירושה חפיצים פון הייליגן מנח"א זי"ע, די מונקאטשע חסידים בראשם פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א האבן דאס נישט געקענט צוקוקן האבן זיי דאס אפגעהאלטן מיטן טענה'נען אז ער איז דער מונקאטשע רבי און אלעס באלאנגט פאר אים.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מלחמה איז נישט געווען מיטן טאטן, נאר מיט די ווייב.
זי האט נעבעך אראפגעפירט דעם מאן און זי האט אים נישט געלאזט זיך פירן ברבנות, זי האט גע'רודפ'ט די קינדער נכדי המנ"א זי"ע און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, די קינדער האבן נעבעך געוואלגערט פון איין בית יתומים צו די אנדערע די עלצטע זון הערשי ע"ה האט אליינס קעיר גענומען פון די געשוויסטער און שפעטער געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע פון וואס ער איז שוין געבליבן א אינוואליד עד יום מותו.
ער האט מיט איר חתונה געהאט נאך די מלחמה ווען ער איז געקומען אויף אר"י שבור ורצוץ מיט א שטוב מיט 5 קליינע קינדער ער האט זיך געפרייט איינער קוקט אויף אים און ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א סאברא.
סוף ימיו האט ער נעבעך באוויינט זיין ביטערע גורל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:41 am
דורך בר דעת
כוכב האט געשריבן:משהו מיוחד די ווידעא, מ'זעט ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער, אגב דער עלטערער ברודער זעט אויס פונקט ווי רח"א בן האדמו"ר.

בר דעת האט געשריבן:ווער איז משה לייב

אייגנטליך משה ליב, דער נאמען פון האדמו"ר ממונקאטש בארא פארק.
נאך ר' משה ליב סאסובער, וכידוע איז ער דבוק במדותיו מיט ארויסנעמען אידן פון תפיסות (פאר א קאמישאן פארשטייט זיך...).

נישט שיין. ווער זאגט אז מונקאטשער רב נעמט קאמישאן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:42 am
דורך בר דעת
יעדער לאכט האט געשריבן:
ארבעס האט געשריבן:פארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?

ער האט געוואלט מאכן געלט פון פארקויפן די ירושה חפיצים פון הייליגן מנח"א זי"ע, די מונקאטשע חסידים בראשם פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א האבן דאס נישט געקענט צוקוקן האבן זיי דאס אפגעהאלטן מיטן טענה'נען אז ער איז דער מונקאטשע רבי און אלעס באלאנגט פאר אים.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מלחמה איז נישט געווען מיטן טאטן, נאר מיט די ווייב.
זי האט נעבעך אראפגעפירט דעם מאן און זי האט אים נישט געלאזט זיך פירן ברבנות, זי האט גע'רודפ'ט די קינדער נכדי המנ"א זי"ע און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, די קינדער האבן נעבעך געוואלגערט פון איין בית יתומים צו די אנדערע די עלצטע זון הערשי ע"ה האט אליינס קעיר גענומען פון די געשוויסטער און שפעטער געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע פון וואס ער איז שוין געבליבן א אינוואליד עד יום מותו.
ער האט מיט איר חתונה געהאט נאך די מלחמה ווען ער איז געקומען אויף אר"י שבור ורצוץ מיט א שטוב מיט 5 קליינע קינדער ער האט זיך געפרייט איינער קוקט אויף אים און ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א סאברא.
סוף ימיו האט ער נעבעך באוויינט זיין ביטערע גורל.

דאס איז איין זייט פון די מעשה. די אנדערע איז אז די מונקאטשער אונגארישע האבן פיינט געהאט רבי ברוך כל ימיו און אים געצאפט די בלוט סוף ימיו. די אינסיידס פון א שטוב , ווי עס איז פארמישט א געוואלד מיט רגש און אינטימע פרטים וועט א דרויסנדיגער קיינמאל נישט וויסן באמת

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:46 am
דורך יעדער לאכט
בר דעת האט געשריבן:

קען זיין דאס האט אויך צוגעהאלפן אז ער זאל נעמען אזא שידוך, אבער פארדעם ווארפט נאך א טאטע נישט אוועק קיין קינדער. זי איז געווען א געפערליכע פרוי. ער וואלט קיינמאל נישט אויסגעזעהן אזוי ווען נישט איר!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:48 am
דורך הוגה
פעסקא פרידמאן, די שוועסטער פון ר' ברוכ'ל און די מחבר פון די געוואלדיגע בוך going forward, שרייבט די מעשה אינגאנצן אנדערש און עס איז זייער מסתבר איז די מעשה איז ווי זי פארציילט. אן אריינגיין וואס איז פארגעקומען אין מונקאטש פאר און בשעת די קריג, נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווען שבור ורצוץ, מיט א משפחה פון קליינע קינדערלעך. זיין רעביצן, די מאמע פון די קינדערלעך איז ליידער יונגערהייט אוועק. ווען די יונגערע שוועסטער פעסקא איז אנגעקומען פון שווייץ קיין ארץ ישראל (נאכן ווערן געראטעוועט מיט די זעלבע קאסטנער באן ווי די סאטמארער רב ז"ל) האט זיך געפונען איר ברודער'ס משפחה אין א שרעקליכע צושטאנד. זי האט זיך באלד אריינגעלייגט בעובי הקורה צו ווערן די מאמע פון די קינדער, זיי פיטערן, ארויסנעמען שפאצירן, שוקן אין חדר, נעמען צום דאקטאר וכו'. אין די זעלבע צייט האט זי קוים מיט צרות געטראפן אפאר יודן זיך צו דערבארעמען אויף די משפחה מיט אפאר גרייצער, אז זיי זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער. אבער נאך א שטיק צייט האט זי געמוזט אוועקפארן פון דארט און גיין אויפשטעלן איר אייגענע שטוב. אין דער קאנטאקסט איז געשעהן די איבעריגע חלק פון די מעשה. רבי ברוכ'ל האט פשוט נישט געקענט צושטעלן פאר זיינע קינדער די מינדעסטע באדערפענישן, און צוליב דעם האט ער (און אנדערע נאנטע) געהאלטן אז ס'איז לטובה פאר די קינדער אויב ער שוקט זיי וואוינען דארט וואו מען יא קער נעמען פון זיי. צו טייטלן אויף א איד וואס האט קוים איבערגעלעבט די קריג, זיין ווייב איז אוועק, נישט געקענט צושטעלן די מינדעסטע באדערפינישן פאר זיינע קינדער וכו' אז ער איז שלעכטע פארן שוקן זיינע קינדער אין א בית יתומים, איז אן אכזריות גדולה!!! פון וואו נעמט זיך די שטיינערנע הארץ צו מאכן אזא accusation? ביזט נאך א צדיק אז דו ווארפסט ארויף די שולד אויף די צווייטע ווייב! ביזט אמאל געווען אין זיינע שיך? עס איז פארשטענדליך אויך אז די קינדער זעלבסט זאלן האבן ריזענטמענט צו זייער טאטע, אבער ווער ביסטו?

.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:17 pm
דורך יעדער לאכט
הוגה האט געשריבן:פעסקא פרידמאן, די שוועסטער פון ר' ברוכ'ל און די מחבר פון די געוואלדיגע בוך going forward, שרייבט די מעשה אינגאנצן אנדערש און עס איז זייער מסתבר איז די מעשה איז ווי זי פארציילט. אן אריינגיין וואס איז פארגעקומען אין מונקאטש פאר און בשעת די קריג, נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווען שבור ורצוץ, מיט א משפחה פון קליינע קינדערלעך. זיין רעביצן, די מאמע פון די קינדערלעך איז ליידער יונגערהייט אוועק. ווען די יונגערע שוועסטער פעסקא איז אנגעקומען פון שווייץ קיין ארץ ישראל (נאכן ווערן געראטעוועט מיט די זעלבע קאסטנער באן ווי די סאטמארער רב ז"ל) האט זיך געפונען איר ברודער'ס משפחה אין א שרעקליכע צושטאנד. זי האט זיך באלד אריינגעלייגט בעובי הקורה צו ווערן די מאמע פון די קינדער, זיי פיטערן, ארויסנעמען שפאצירן, שוקן אין חדר, נעמען צום דאקטאר וכו'. אין די זעלבע צייט האט זי קוים מיט צרות געטראפן אפאר יודן זיך צו דערבארעמען אויף די משפחה מיט אפאר גרייצער, אז זיי זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער. אבער נאך א שטיק צייט האט זי געמוזט אוועקפארן פון דארט און גיין אויפשטעלן איר אייגענע שטוב. אין דער קאנטאקסט איז געשעהן די איבעריגע חלק פון די מעשה. רבי ברוכ'ל האט פשוט נישט געקענט צושטעלן פאר זיינע קינדער די מינדעסטע באדערפענישן, און צוליב דעם האט ער (און אנדערע נאנטע) געהאלטן אז ס'איז לטובה פאר די קינדער אויב ער שוקט זיי וואוינען דארט וואו מען יא קער נעמען פון זיי. צו טייטלן אויף א איד וואס האט קוים איבערגעלעבט די קריג, זיין ווייב איז אוועק, נישט געקענט צושטעלן די מינדעסטע באדערפינישן פאר זיינע קינדער וכו' אז ער איז שלעכטע פארן שוקן זיינע קינדער אין א בית יתומים, איז אן אכזריות גדולה!!! פון וואו נעמט זיך די שטיינערנע הארץ צו מאכן אזא accusation? ביזט נאך א צדיק אז דו ווארפסט ארויף די שולד אויף די צווייטע ווייב! ביזט אמאל געווען אין זיינע שיך? עס איז פארשטענדליך אויך אז די קינדער זעלבסט זאלן האבן ריזענטמענט צו זייער טאטע, אבער ווער ביסטו?

.

האסט מיך נישט גוט פארשטאנען (אפשר האב איך מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. ואתכם הסליחה).
כ'האב חס ושלום נישט געלייגט די שולד אויפן טאטן. ער איז א וויקטעם אפשר נאך גרעסער פון זיינע קינדער. כ'האב נאר ראגירט צו בר דעת וואס האט געזאגט אז די מעשה פארוואס אלעס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט איז ווייל אין מונקאטש האט מען אים גע'רודפ'ט האב איך געשריבן אז פאר רדיפות אין א שטאט ווארפט מען נישט אוועק קיין קינדער, סאו זיין סברה מאכט נישט קיין סענס.
איך האב קלאר געשריבן (קוק צוריק) אז צוליב דעם וואס די נייע ווייב האט זיי גע'רודפט' האבן זיי נעבעך געמוזט גיין וואלגערען אין בתי יתומים.
די מעשה וואס דו ברענגסט מיט פעסקא פריעדמאן איז בכלל נישט קיין סתירה צו מיינע ווערסיע חוץ וואס זי באשילדיגט נישט די נייע ווייב און די מציאות הדברים איז אז זי האט זיי משלח געווען. אבער חס מלהזכיר צו באשילדיגן דעם טאטן!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:18 pm
דורך דולה ומשקה
דער "יום הששי" צייטונג האט האט פובלעצירט בשעתו דעם צוואה מיט א גאנצע באשרייבונג דערוועגן, איך האב א קאפי דערפון, אבער ס'וועט מיר נעמען א שטיק צייט צו טרעפען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:03 pm
דורך Kool man
מונקאטשער רבי שליט"א העלפט ארויס יודען אין פדיון שבויים שלא על מנת לקבל פרס, ס'פעלט אים נישט קיין געלט און נכסים, ער טוט'ס אינגאנעצן לשם מצוה!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:30 pm
דורך יעדער לאכט
יאפ. איך האב קרובים וועם ער האט געהאלפן שלא על מנת לקבל פרס!
כוכב ברויך מפייס זיין כ"ק אדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א פארן מלעג זיין אויף אים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 6:49 pm
דורך איך אויך
א רגע ,איז נישט די צווייטע ווייב קודם געווען זיינע קינדערס נעני/בעביסיטער? (און דאס איז געווען א חלק פון די טענות פון די מונקאטשער חסידים אויף עם) עפעס אזוי געדענק איך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:28 am
דורך הדד בן בדד
אויך אזוי געהערט שוין כמה פעמים, איז טאקע דא איינער דא וואס ווייסט צו עס איז דא עפעס אמת אין דעם?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:32 am
דורך [NAMELESS]
אמת ויציב!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:40 pm
דורך איחוד פעלד
איך האב געהערט פין עלטערע אידען אז די פרוי מיט וועמען ער האט חתונה געהאט איז גאר געוועהן דער מיידעל וואס מען האט געדונגען פין זיי קער צו נעמען.

אויב אמת, וואסע פשט אז זי זאל גאר זיין דער רודף פין די קינדער?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:52 pm
דורך יעדער לאכט
ווייל זי האט געהאט אייגענע קינדער, און זי האט געקענט באשטיין אז די המשכה זאל זיך ציען פון אירע קינדער.