בלאט 5 פון 11
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:27 pm
דורך מורינו הרב
שוין מען איז אנגעקומען.
יעדע אשכול מוז אריינפארן אין די סאטמארע פאליטיק. יא, עס האט טאקע גענומען אביסל, אבער די חברה זענען דא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:28 pm
דורך שת.אדמזאהן
מורינו הרב האט געשריבן:נאך איין שאלה:
וואס איז דיין מיינונג בנוגע די האנדלונג פון די ראשי-הקהילה, וואס טייל האבן דא ערווענט אז זיי האבן כסדר פראבירט נאכצומאכן סאטמאר, און זיך אריינלייגן אין גרויסע הויזן וואס איז גרעסער פון זייער מאס.
וואס האלסטו איבער דעם? - יש דברים בגו?
פרעגסט מיך? איך בין נישט פון די ראשי הקהילה, ממילא ווייס איך נישט וואס טוט זיך אפ ביי קהל'ס מיטונגען.
וואס מיינט איר נאכצומאכן סאטאמר? מיט שפריצען ספרעי פעינט אויף בתי מדרשים? ווארפן פאשקעווילען אין די גאסען? איבערפארן מענטשען? גיין צו ערכאות?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:32 pm
דורך לכבוד שבת קודש
טענק יו מיסטער אדאמסאהן פאר דיין אינטערוויו וואס דו האסט געגעבן אויף קאווע שטיבל, מיר פארשטייען אז דיין צייט איז געענגט און מיר טוען דעריבער אפרישיעיטן וואס דו האסט אונז געשאנקען פון דיין צייט אויפצוקלערן דער נושא.
איר האט נאך עפעס א מעסעזש איבערצוגעבן פארן ציבור, איידער מיר ענדיגן דעם אינטערוויו?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:34 pm
דורך זר זהב
ווארט קודם לייג אריין א עד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:38 pm
דורך שת.אדמזאהן
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איר האט נאך עפעס א מעסעזש איבערצוגעבן פארן ציבור, איידער מיר ענדיגן דעם אינטערוויו?
ניין.
-
איך וועל זיין צוריק שפעט נאכמיטאג צו ענטפערען נאך פראגעס (אויב עס וועט זיין).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:40 pm
דורך מורינו הרב
אדאמסאן קען נישט פארפאסן זיין טעגליכע נאכמיטאג ברעיק וואס ער האט יעדן טאג.
פארפאלן; א ברעיק איז א ברעיק, ער איז יעצט אויף לאנטש.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:25 pm
דורך יואב
איינער האט ער מיר אהער געלינקט, און איך וויל בעזר ה' מגיב זיין איבער אזא שאנדפולע נושא. איך בין פשוט זייער פארנומען יעצט. איך האב אדורך געבלעטערט דעם אשכול בלויז גאר גאר אויבערפלעכליך, ליינעדיג מייסטענס די קליינטשיגע תגובות. וואס מאכט מיר יא יעצט שרייבן, איז סתם צו זאגן פאר איך אויך, ניו יארק, און אנדערע ניקס. איך ווייס נישט צו ס'איז טיפשות, צו רשעות, אבער עט ליעסט אינעם דאזיגן אשכול באלאנגט נישט קיין וויצן אויף פאפא. אביסל שכל, און מענטשליכקייט. לדעתי זאלן דאס די גבאים אויסמעקן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
שת.אדמזאהן האט געשריבן:ער איז דער מנהיג פון די קהילה און מוסדות, דבר גדול ודבר קטן, אלעס גייט דורך זיין הסכמה. ער איז א שטארקע (אביסעל איבער די מאס) פרומער, און פראבירט זיך צו האלטן פארצייטיש
א מאנסיער שוואגער מיינער האט מיר פארציילט (בערך א האלב יאר צוריק אדער מער) וועגן עפעס א פאליטיק וואס האט זיך אפגעשפילט אין די מאנסי פאפא מיידל סקול, ווי דער פאפא'ר רבי האט אפגעזאגט די הויפט פרינציפל וועלכע האט געפירט יארן לאנג די סקול אויף א הערליכען פארנעם (ער זאגט מיר אז ס'איז געווען פון די בעסטע סקולס אין אירע הענט, אבער כ'קען עס נישט מברר זיין), וועגן עפעס א פרומקייט אין לבוש וועלכע דער פאפא רבי האט געוואלט איינפירן אין די מוסד און זי האט אים מסביר געווען אז פארן היינטיגן דור איז עס צופיל, און עס איז נישט כדאי, און זי האט עס נישט געוואלט פארלאנגען. ער זאגט מיר אז זינט דעמאלס גייט די סקול כאדאראם (פ.הירש דרייעט זיך דא?) און עס איז שוין אפילו אראפגעפארן א גרופע רבנים פון מאנסי צו פאפא רבי'ן זיך איינבעטן ער זאל איר צוריקנעמען, אבער והוא בשלו ער וויל נישט הערן דערפון.
איך האב שוין גראדע לאנג פארגעסן פון די שמועס - וועלכע איז דאן נאר געווען בדרך אגב בתוך אחת השיחים - אבער ס'איז מיר יעצט ארויפגעשווימען אין זכרון נאכדעם וואס הרב אדמזאהן האט געשריבן דאס אויבנדערמאנטע, איך מייין עס שטימט יעדע ווארט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:41 pm
דורך זר זהב
ווייזט דאס נישט אויף קורצקעפיגקייט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:50 pm
דורך איחוד פעלד
מיר האט אמאהל געזאגט א פאפאנער, אז דער וועלט טוט זייער אונטערשאצען פאפא רבי, מען האלט פאר אסאך א שוואכערע בעל שכל און בעל מדות און ת"ח ווי ער איז באמת.
און אז מען רעדט שוין, אויף דער עיקר שאלה פארוואס מען מאכט אזויפיל חוזק פין פאפא, איז דא צוויי סיבות,
איינס ווייל עס איז אין ווילי, און די סאטמארע מאכען אייביג זיכער אז זיי זענען קעניג, און דער אנדערע איז אפילו קיין עבד אויך נישט, און זיי טוהן זיי דערנידערען אויף ווי ווייט מעגליך.
צוויי, ווייל זייער רבי איז לכאורה די שוואכסטע פין אלע רביס, ודי בזה לעת עתה. מען דארף נישט מאריך זיין בדרוש, אבער יעדער פארשטייט אליין, אז ווען עס קומט צו מעלות און חסרונות, דארף מען נישט מאריך זיין אין חסרונות.
אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ווייזט דאס נישט אויף קורצקעפיגקייט?
לאו דוקא. ס'איז לענ"ד די זעלבע קעפיגקייט פון סאטמאר רב צו פארלאנגען פאלם אין זיינע מוסדות.
אבער לאמיר הערן פון אדמזאהן זיין אפיניאן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:53 pm
דורך זר זהב
עקסקיוז מי? האט סאטמאר רב געפייערט א גוטע פרינציפעל און געלאזט פאלן א סקול צוליב סימס?
דו ביזט א שוואכער פארגלייכער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:54 pm
דורך זר זהב
און וואס האט סימס מיט סאטמאר אדער פרומקייט? איך זעה פרויען אין פלעטבוש מיט שטרימפ פיס קאליר און ס'האט למען השם שווארצע סימס. איז זי אויך א סאטמארער?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:56 pm
דורך שת.אדמזאהן
איך קען נישט זאגן בעסער ווי אייך, הרב שמעקעדיג.
ביי יעדעם קלאפט אויס די קורצקעפיקייט ערגעץ אנדערשט.
בנוגע מאנסי, ווייס איך גארנישט. איך האב גארנישט געהערט, איך וועל פרעגן מיינע חברים פון מאנסי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:59 pm
דורך שת.אדמזאהן
איחוד פעלד האט געשריבן:אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?
מן הסתם פרעגסטו מיר. איך בין נישט קיין "נציג" פון פאפא.
דיין שאלה איז געווען [פאסיג] ווען דער אשכול האט נאך געהאט די ברוינע קאליר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:01 pm
דורך איחוד פעלד
שת.אדמזאהן האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?
מן הסתם פרעגסטו מיר. איך בין נישט קיין "נציג" פון פאפא.
דיין שאלה איז געווען ווען דער אשכול האט נאך געהאט די ברוינע קאליר.
ברוין שווארץ, וואס א חילוק.
וואס איז די מעשה מיט די ליספ?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:12 pm
דורך I'm back
אקעי, נאך איינער האט עפעס דברי בזיון אויף די פאפא רבי, וואס איך גלייב האט נישט געטשעפעט קיין איינער פון ענק דא?
מען קען מאכן א וויץ און געגאנגען ווייטער. אבער צו וואס דארף יעדער צווייטע ניק קומען און מסביר זיין ווי נישט קלוג ער איז לויט ווי עטס פארשטייטס?
עס איז שוין יא דא א רבי און א חסידות וואס פירט זיך און גלייבט מיט א פשטות, דארף מען האלטן אין איין חוזק מאכן?
איך פארשטיי נישט פארוואס די גבאים מעקן נישט טייל תגובות.
איי געס באריסטא איז למעשה נישט קיין פאפא חסיד...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:15 pm
דורך I'm back
זר זהב האט געשריבן:ווארט קודם לייג אריין א עד
[tag]זר זהב[/tag], ווען געסטו א אינטערוויא אויף חצר הרה'צ ר' יעקב מאיר?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:15 pm
דורך זר זהב
אויב מיינסטע מיר ביניך בכלל נישט אויף דעם טשעפע וואגאן. איך האב נאר רעאגירט צו שמעקעדיג'ס געשיכטע. איך האב קיינעם נישט באשמירט. יענע געשיכטע קוקט נישט אויס ווי א קלוגער אקט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:16 pm
דורך סאשי פיש
ווער האט עס ארויסגענומען פון צימעס און געלייגט אין געזעלשאפט????
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:17 pm
דורך I'm back
איך האב גראדע דיר נישט געמיינט. [tag]זר זהב[/tag]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:21 pm
דורך איך אויך
איחוד פעלד האט געשריבן:מיר האט אמאהל געזאגט א פאפאנער, אז דער וועלט טוט זייער אונטערשאצען פאפא רבי, מען האלט פאר אסאך א שוואכערע בעל שכל און בעל מדות און ת"ח ווי ער איז באמת.
און אז מען רעדט שוין, אויף דער עיקר שאלה פארוואס מען מאכט אזויפיל חוזק פין פאפא, איז דא צוויי סיבות,
איינס ווייל עס איז אין ווילי, און די סאטמארע מאכען אייביג זיכער אז זיי זענען קעניג, און דער אנדערע איז אפילו קיין עבד אויך נישט, און זיי טוהן זיי דערנידערען אויף ווי ווייט מעגליך.
צוויי, ווייל זייער רבי איז לכאורה די שוואכסטע פין אלע רביס, ודי בזה לעת עתה. מען דארף נישט מאריך זיין בדרוש, אבער יעדער פארשטייט אליין, אז ווען עס קומט צו מעלות און חסרונות, דארף מען נישט מאריך זיין אין חסרונות.
אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?
גאנץ מעגליך אז פה קבור הכלב ,למעשה האט דער רבי א רעפוטאציע אין גאס אלס נישט צו גרויסער חכם. קען זיין עס איז א פאלשע אימפרעשון אבער דאס איז די מציאות און מעגליך אז דאס געבט ארויס די בליק אויף זיין עולם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:23 pm
דורך ישמעאל הכהן
מהרז"ל מסאטמער הייסט אויפען גאס א גרעסערער תלמיד חכים? אה באמרעק יעצט איר זאגט חכם נישט ת"ח