בלאט 5 פון 6
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:10 am
דורך דעת תורה
ס׳איז א אלטע ליטווישע חקירה צי ״חזקה״ איז א הכרעה, צי א הנהגה. איך זע אבער נישט וויאזוי הכרעה אז מען דארף שרייבן ווי בן אשר זאל מחייב זיין א אמונה אין בן אשר׳ס נוסח אז דאס איז מקובל מסיני. אמונה מעצם טבעה דארף זיין געבויט אויף אמת, בפשטות. מען קען נישט הייסן א מענטש גלייבן אין א זאך וואס איז גאנץ מעגליך נישט אמת.
דער אמת איז, אז שמעתי אומרים בשם צדיקים אז כהיום אז ס׳איז הוכרע מיט אסאך פילאזאפישע ענינים דלא כהרמב״ם, איז מען שוין א אפיקורס אויב גלייבט מען אזוי. ולי צ״ע, ווייל קען דען א הכרעת אחרונים פסק׳נען א הלכה אין א מציאות? וצ״ל התירוץ שהכרעתם מחייבת להאמין בדרך זה. אך כאמור, זה לא מתיישב על הלב, איז דען שייך צו זאגן אז דער מציאות האט זיך געטוישט למפרע? ביי דיני תורה איז אזוי, די תורה איז אזוי געגעבן געווארן אז יעדער דיין זאל פסק׳נען לפי ראות עיניו, ואחרי רבים להטות, און דער דין ווערט לויט ווי זיי פסק׳נען (ובאמת הכרעה גמורה כזו נראה דלא שייכא רק בסנהדרי גדולה). אבער ביי אמונה, בשלמא א זאך וואס איז עתיד לבוא, ניחא, הקב״ה שומר משמרתו של תורה ויעשה כפי שפסקו והכריעו בבי״ד של מטה. אבער אמונה אין א דבר ההוה תמיד אדער א זאך וואס איז שוין געווען, איז שווער צו זאגן -אפילו מיטן ירושלמי׳ס לקל גומר עלי - אז די מציאות זאל זיך טוישן למפרע. און אויב דער מציאות איז טאקע אנדערש, ווי איז שייך צו הייסן גלייבן אין הכרעת הרוב?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:31 am
דורך שליח
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר פרעגט. אוודאי קען נישט קיין הכרעה טוישן די מציאות למפרע, אבער די הכרעה איז דאך נישט סתם אז מ'האט געווארפן גורל, די הכרעה איז דאך ווייל דאס האלטן מיר פאר די אמת, און דאס איז געווען די אמת אלעמאל.
למשל, ס'איז דא א מחלוקת תנאים וויפיל מכות ס'זענען געווען אויפן ים, ובפשטות איז עס א מחלוקת אין מציאות (הגם מ'קען זיך ארויסדרייען אז ס'איז א מחלוקת אין הגדרה), וואס כדברי רש"י כתובות הנ"ל איז נישט שייך ביי דעם אלו ואלו, אין די אמת איז נאר ווי איינעם. נניח ס'וואלט געווען איינס פון די עיקרי אמונה, און מ'וואלט לכאורה מכריע געווען עפ"י גדרי ההלכה ווי ר' עקיבא אז ס'איז געווען מאתיים וחמשים, און ווער ס'גלייבט נישט אזוי וואלט געווען אן אפיקורס. אבער פארשטייט זיך אז די תנאים החולקים האבן זיך געמעגט קריגן, גארנישט אנדערש ווי יעדע הלכה'דיגע שאלה קודם הכרעה. וואלט איר אויך גע'טענה'ט אז ס'שטימט נישט, וויאזוי קען אונזער הכרעה טוישן די מציאות? אוודאי טוישט דאס נישט די מציאות, אבער די מציאות איז אלעמאל געווען אז ס'זענען געווען 250 מכות, ס'איז נאר נתגלה געווארן אחר הכרעה (דאס מיינט דאך הכרעה, אז די אמת איז ווי יענעם, נישט סתם מיר נעמען אזוי אן ווייל מיר ווייסן נישט), און ווילאנג ס'איז נישט נתגלה געווארן איז מען נישט געווען קיין אפיקורס פארן זיך קריגן.
לענינינו, איז מבואר אין ראשונים אזא סברא אז וויאזוי ס'ווערט אנגענומען ביי כלל ישראל אזוי איז עכ"ח די אמת, ווייל דער רבוש"ע וואלט נישט צוגעלאזט מ'זאל זיך טועה זיין, (כ'האב צוגעברענגט די רמב"ן, אבער דוכט זיך ס'שטייט ערגעץ קלארער). אויב האט גאנץ כלל ישראל אנגענומען נוסח המסורה, איז עס אוודאי נישט קיין סיבה צו מאכן דאס די אמת (די אמת קען מען נישט "מאכן", כדבריך), אבער אפשר איז עס א סימן אז דאס איז טאקע די אמת, און דאס איז געווען די אמת מעולם. אבער די תנאים ואמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערע נוסחאות זענען חלילה נישט נכשל געווארן, וויבאלד ס'איז נאך געווען דאן א שאלה אין הלכה. (ודברי הגר"ח "נעבעך אפיקורס אויך אפיקורס" קען בלא"ה נאר שטימען ביי עיקרי אמונה, נישט ביי פרטים).
וה"ה לגבי די פילאזאפישע שאלות וואס איר שרייבט, פארשטייט זיך אז די חולקים על הרמב"ם האלטן אז די אמת איז אלעמאל געווען ווי זיי, נישט זיי האבן עס געטוישט. (כמדומה אז אין ישועות משיחו לאברבנאל שטייט דער יסוד, אז שאלות אין אמונה זענען פונקט ווי אנדערע הלכה'דיגע שאלות שיש בזה חילוק בין קודם הכרעה לאחרי', און מיט דעם פארענטפערט ער דברי ר' הלל אין להם משיח לישראל).
(אגב וואלט איך נייגעריג געווען צו וויסן וועלכע צדיקים און וועלכע ענינים איר מיינט).
דאס אלעס אויב איז טאקע די שאלה אין מציאות. אויב איז די שאלה נאר אין דינים (כאשר צידדתי לעיל) איז דאך פשוט אז הכרעה קען באשאפן נייע דינים אויך (כמ"ש הר"ן שציינתי, ומבואר בדבריו אז נישט נאר בבי"ד הגדול).
למעשה וויאזוי לערנט איר? איז דער חיוב צו גלייבן אין מציאות, אז היסטאריש גערעדט איז אזוי געשטאנען אין די תורה אות באות, אדער אין דין, אז דאס איז למעשה אונזער תורה? אויב אין מציאות, וועלכע נוסח דארף מען גלייבן און פארוואס?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:00 pm
דורך יאיר
איך האב אמאל געהערט אז ווען מען פלעגט קומען דערציילן פאר רבי אביגדור מילער סיי וועלכע סארט מופת, פלעגט ער זיך אנטזאגן צו גלייבן, זאגנדיג, "צו גלייבן אין די עקרי יהדות פאדערט אסאך כוח, און איך זוך נישט קיין איבריגע שוועריקייטן אויב עס פעלט נישט אויס." לענינינו, עס זענען פארהאן גענוג קשיות אויף די אמונה אזוי אויך, וואס פעלט אויס אריינצולייגן נאך אן עיקר יהדות אז יעדער אות פון די היינטיגע חומשים איז מסיני? לויט ווי @שליח לייגט עס אראפ קומט אויס אז וויבאלד עס איז דא אזא חיוב צו גלייבן ממילא קענען מיר שוין מאכן א הכרעה להלכה, און איינמאל מיר האבן די הכרעה להלכה ווערט עס שוין פאררעכנט ווי א מציאות (פאר אונז) אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין מקור פאר אזא חיוב. מיין שאלה איז, וואס פעלט זיך אויס זיך אריינצולייגן מיט א געזונטער קאפ אין א קראנקער בעט, אין די זעלבע צייט וואס די גמרא אנערקענט שוין אז אנן לא בקיאינן בחסירות ויתירות, און דערפאר פסק'נט מען אין שולחן ערוך אז מען קען נישט פסל'ען א תורה באזירט אויף חסירות און יתירות?
נאך א נקודה, די סיבה פארוואס כלל ישראל האט "מכריע" געווען להלכה ווי אונזער היינטיגער נוסח, איז פשוט צוליב דעם דרוק, וואס איין נוסח איז געווארן פארשפרייט איבעראל. ווען מיר שרייבן נאך היינט אין כתבי ידות וואלט ביז היינט געווען צענדליגער נוסחאות. ממילא האט נישט עכט קיין פשט צו זאגן אז דאס איז סיי וועלכע סיבה אדער סימן.
דער איינציגער אויסוועג וואס איך קען זען איז אז יעדער איד דארף באטראכטן זיין ספר תורה מיט קדושת ספר תורה, אריינגערעכנט יעדער אות, אפילו אויב ער ווייסט קלאר אז ס'איז דא טעותים, ווייל אויב נישט וועט מען דאך זאגן אויף יעדער אות אז ס'איז נישט מסיני. דאס איז גאר א שטארקער יסוד, אז דאס באטראכטן אן אות אדער א ווארט מיט קדושת ספר תורה מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע געגעבן געווארן מסיני, און אודאי איז דאס נישט א חיוב אין "אמונה" עס איז נאר א חיוב אין הנהגה. מעגליך אז דאס מיינט שליח צו זאגן.
(כמדומה אז אין ישועות משיחו לאברבנאל שטייט דער יסוד, אז שאלות אין אמונה זענען פונקט ווי אנדערע הלכה'דיגע שאלות שיש בזה חילוק בין קודם הכרעה לאחרי', און מיט דעם פארענטפערט ער דברי ר' הלל אין להם משיח לישראל).
דער חתם סופר זאגט עס אין די תשובות, מעגליך אברבנאל זאגט עס פריער. אבער עס איז ידוע שיטת הרמב"ם אז בעניני אמונה איז נישט שייך קיין הכרעה בדרך הלכה, וכן מסתבר.
בנוגע דעם רמב"ם, כ'האב אמאל געהאט נאך ראיות אז אגרת תימן איז פיל מיט אמונות הכרחיות. ממילא פעלט נישט אויס צו מדחיק זיין דעם רמב"ם, היות ער האט קלאר נישט געהאט קיין פראבלעם מיט'ן שרייבן ליגנט ווי לאנג עס פעלט זיך אויס פאר די אמונה, כמש"כ בספר המורה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:48 pm
דורך נהורא נפישא
דוכט זיך אז דער עולם פארזעהט דא זייער א וויכטיגער אינטערשיד צעווישן די סאמע עיקרי אמונה וואס דער רמב"ם סומירט אין דרייצן און צעווישן דעות כוזבות וואס דאס ווערטאינגאנצען נישט גערעכנט ווי כפירה (הגם מקען די מושג אויך טרעפן interchangeably מיט כפירה) ווייל סאיז נאר אן ענף און א געוויסע עיקר אדער ווייל סאיז גלאט אזוי א סארט דעה וואס נעמט ארום זייער אסאך כאטש ס'רירט אינגאנצען נישט צו די עיקרי אמונה ס'ווערט באטראכט נישט מער ווי שעדליכע דעות אבער ס'האט נישט קיין שום קאנסעקווענצן וויאזוי צו באטראכטן דער מענטש ס'איז נישט מער ווי unfortunate אז יענער האט אזעלעכע מוטעותדיגע דעות
צום ביישפיל דער גאון פון ווילנע באצייכנט דעם רמב"ם אלטץ איינער וואס באזיצט גאר שעדליכע מוטעותדיגע דעות צוליב זיין נישט גלייבן אין די מציאת השדים און אין אנדערע אמונות תפלות וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל צוליב זיין נאכגעשלעפקייט אין פיליזאפיע פונדעסטוועגן האלט איר אים פין די גרעסטע ריזן וואס כלל ישראל האט פארמאגט
די חשמונאים וואס האבן געקעניגט און ארץ ישראל ווערן נישט באשולדיגט און כפירה צוליבן האבן א גרויסן טעות אין דעם אז לא יסור שבט מיהודה אדרבה זיי ווערן באטראכט אלטץ גרויסע צדיקים
אין פריערדיגע תקופות זענען געווען גענוג וואס האבן געהאט היבש פראוויצירנדע דעות קיינמאל האבו אמתע גדולי ישראל דאס נישט פארריפן אלטץ כפירה סיידן אז ס'איז ממש געווען איינע פון די עיקרים אדער אפשר אמאל למיגדר מילתא
ווידעראום היינט צוטאגס באשולדיגט מען שוין מענטשען וואס האבן אנדערע דעות אין הלכה מיט כפירה ווי צום ביישפיל ביי פינוי מתים וואס איז דא באמת שטארקע היתרים און הלכה דערביי
תבנא לדינא פונעם פערספעקטיוו פון אן אנטי-אתחלתא דגאולהניק האט נישט קיין זין אנצוריפען א מזרחיניק אלטץ א כופר חלילה און נישט נאר דאס טאמער די מזרחיניק איז א גרעסערע ירא שמים און איז מקיים די מצות מיט ווייניגער מצות אנשים מלומדה שטייט ער אין פיל א העכערן מדריגה פונעם צוויטן כאטש יענער באזיצט נישט די דעות כוזבות צבש"פ סאיז גלייכער צו ניצן אים אלטץ א שוחט אדער סופר.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:04 pm
דורך שליח
יאיר האט געשריבן:לויט ווי @שליח לייגט עס אראפ קומט אויס אז וויבאלד עס איז דא אזא חיוב צו גלייבן ממילא קענען מיר שוין מאכן א הכרעה להלכה, און איינמאל מיר האבן די הכרעה להלכה ווערט עס שוין פאררעכנט ווי א מציאות (פאר אונז) אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין מקור פאר אזא חיוב. מיין שאלה איז, וואס פעלט זיך אויס זיך אריינצולייגן מיט א געזונטער קאפ אין א קראנקער בעט, אין די זעלבע צייט וואס די גמרא אנערקענט שוין אז אנן לא בקיאינן בחסירות ויתירות, און דערפאר פסק'נט מען אין שולחן ערוך אז מען קען נישט פסל'ען א תורה באזירט אויף חסירות און יתירות?
טאקע נישט ריכטיג, ותפוס לשון אחרון:
יאיר האט געשריבן:דער איינציגער אויסוועג וואס איך קען זען איז אז יעדער איד דארף באטראכטן זיין ספר תורה מיט קדושת ספר תורה, אריינגערעכנט יעדער אות, אפילו אויב ער ווייסט קלאר אז ס'איז דא טעותים, ווייל אויב נישט וועט מען דאך זאגן אויף יעדער אות אז ס'איז נישט מסיני. דאס איז גאר א שטארקער יסוד, אז דאס באטראכטן אן אות אדער א ווארט מיט קדושת ספר תורה מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע געגעבן געווארן מסיני, און אודאי איז דאס נישט א חיוב אין "אמונה" עס איז נאר א חיוב אין הנהגה. מעגליך אז דאס מיינט שליח צו זאגן.
בערך דאס האב איך געמיינט מיטן צווייטן וועג, איר שרייבט עס אבער פיל בעסער. איין זאך וויל איך אבער פארשטיין, איר שרייבט:
יאיר האט געשריבן:נאך א נקודה, די סיבה פארוואס כלל ישראל האט "מכריע" געווען להלכה ווי אונזער היינטיגער נוסח, איז פשוט צוליב דעם דרוק, וואס איין נוסח איז געווארן פארשפרייט איבעראל. ווען מיר שרייבן נאך היינט אין כתבי ידות וואלט ביז היינט געווען צענדליגער נוסחאות. ממילא האט נישט עכט קיין פשט צו זאגן אז דאס איז סיי וועלכע סיבה אדער סימן.
איז דען נישט אונזער נוסח באזירט אויף די הכרעות פונעם רמב"ם, רמ"ה, און שפעטער דער מנחת שי (און אנדערע)? מעגליך אז ווען נישט דפוס וואלט ווייטער געווארן נוסחאות במשך די יארן, אבער למעשה יעצט איז עס מיוסד אויף זייערע הכרעות, ניין?
יאיר האט געשריבן:אבער עס איז ידוע שיטת הרמב"ם אז בעניני אמונה איז נישט שייך קיין הכרעה בדרך הלכה, וכן מסתבר.
וועלכער רמב"ם מיינט איר (בענין ימות המשיח קומט נישט אריין כמובן)? און פארוואס איז מסתבר אזוי? ביטע זייט מרחיב.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:33 pm
דורך הוגה
[justify]
שליח האט געשריבן: חוץ אויב מיינט איר אז אלע נוסחאות זענען באמת געגעבן געווארן, כענין כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, אבער דאס שמעקט שוין פויליש, און ס'האט לכאורה נישט מיט אלו ואלו. און אויך אויב זאגט מען אואדא"ח מיינט דאס נאר אז ביידע האבן א צד ברצונו יתברך (כד' הריטב"א בשם חכמי צרפת), אבער למעשה אחר הכרעה אויב וועט איינער מאכן א מוהל מעסער בשבת וועט ער זיין חייב סקילה, והכ"נ לאחר הכרעה איז א ס"ת נאר כשר למעשה אויב איז עס בנוסח בן אשר.
וואס איז שלעכט צו זאגן אז ס'איז תורה מסיני אלץ כל מה שתלמיד עתיד לחדש? לגבי דיין טענה אז לאחר הכרעה איז צוריק צו איין שיטה, דא איז קיינמאל קיין הכרעה געווען, עס האט נאר אויסגעזעהן בעסער איין נוסח האט מען עס אנגענומען, נישט ווייל מען האט געהאט proof אז דער נוסח דוקא איז מסיני און נישט אנדערע.
אגב, כ'וויל צוריק גיין צו וואס מען האט געשמועסט בתחילת המדובר בנוגע די ספרי תורה וואס זענען איבער געטייטשט געווארן צו גריכיש. לדעתי וואלט יענע נוסח געדארפט זיין די ווייניגסטע קראנט, היות מיר האבן א קבלה אז די שרייבער האבן בכוונה געטוישט, כידוע.
יאיר האט געשריבן:בנוגע דעם רמב"ם, כ'האב אמאל געהאט נאך ראיות אז אגרת תימן איז פיל מיט אמונות הכרחיות. ממילא פעלט נישט אויס צו מדחיק זיין דעם רמב"ם, היות ער האט קלאר נישט געהאט קיין פראבלעם מיט'ן שרייבן ליגנט ווי לאנג עס פעלט זיך אויס פאר די אמונה, כמש"כ בספר המורה.
[tag]יאיר[/tag], אפשר שרייבסטו א מאמר איבער דיין בליק און פארשטאנד פון די אגרת תימן? בנוגע לענינינו, וואו אין מורה זאגט די רמב"ם אז מען מעג משקר זיין לצורך אמונה? ביטע מצטט זיין מיט א מראה מקום. יישר כח.
[tag]נהורא נפישא[/tag], דיין לעצטע תגובה איז א breath of fresh air. מיר לעבן אין א צייט ווען דאס טיטל כופר אדער אפיקורס ווערט ארום געווארפן אזוי פיל אזש עס פילט זיך ווי מען לעבט אין א דור שכולו כופרים. איך האב אלץ געזוכט א ריכטיגערע טערמין, און דעות כוזבות איז גוט אבער מען מוז געדענקן אז אנדערש ווי "כופר" איז דער טערמין up for interpretation.
.[/justify]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:38 pm
דורך לעיקוואד
הוגה האט געשריבן:[justify]לדעתי וואלט יענע נוסח געדארפט זיין די ווייניגסטע קראנט, היות מיר האבן א קבלה אז די שרייבער האבן בכוונה געטוישט, כידוע.
.[/justify]
אפשר איז די 'קבלה' מער א הסבר לאחר המעשה אויף די שינויים וואס מ'האט געטראפען אין די טייטש ווי א קבלה אויף וואס איז געשעהן בשעת מעשה? (למעשה איז נישט קלאר די גאנצע זאך ווייל נישט אלע שינויים וואס די גמרא גיבט איבער זענען דא אין די תרגום השבעים שבידינו און ווידער זענען דא פיל אנדערע שינויים ממילא איז שווער צו וויסען פונקט וואס די גמרא מיינט).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:51 pm
דורך יידל
הוגה האט געשריבן:וואו אין מורה זאגט די רמב"ם אז מען מעג משקר זיין לצורך אמונה? ביטע מצטט זיין מיט א מראה מקום. יישר כח.
עיין כאן
viewtopic.php?p=145727#p145727 בסוף התגובה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:01 pm
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:אפשר איז די 'קבלה' מער א הסבר לאחר המעשה אויף די שינויים וואס מ'האט געטראפען אין די טייטש ווי א קבלה אויף וואס איז געשעהן בשעת מעשה? (למעשה איז נישט קלאר די גאנצע זאך ווייל נישט אלע שינויים וואס די גמרא גיבט איבער זענען דא אין די תרגום השבעים שבידינו און ווידער זענען דא פיל אנדערע שינויים ממילא איז שווער צו וויסען פונקט וואס די גמרא מיינט).
עס איז ריכטיג צו טראכטן אז אפשר צוליב די שינויים האט מען פארציילט די מעשה. אבער לשיטתם פון די וואס פארציילן די מעשה זענען יענע ספרי תורה מער נישט באגלייבט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:15 am
דורך שליח
[tag]הוגה[/tag], כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש מיינט אויך טעותים? אויב יא, וואס איז מיט די זאכן וואס צענזור האט פארדרייט?
ס'זענען טאקע דא אזעלכע וואס נוצן כל מה שתלמיד ותיק אויף זאכן וואס זענען זיכער נישט אמת, ווי למשל אז אתונו של בלעם'ס טענה איז געווען אז טוב לו שלא נברא, (ועי' ארץ צבי ח"ב סי' עד לענין הצענזור), אבער בפשטות מיינט עס נאר חידושים אין הלכה וכדו', וואס ביי דעם איז שייך אלו ואלו דא"ח, און ס'איז אלעס בכלל התורה, נישט קיין טעותים.
[tag]נהורא נפישא[/tag], דאס גייט שוין אריין אין די מחלוקה וואס הייסט אן עיקר, און ווער מאכט אפ וואס איז אן עיקר, און פארוואס שמע ישראל איז מער עיקר ווי תמנע היתה פלגש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:20 am
דורך הוגה
[tag]שליח[/tag], מיין שאלה/טעאריע איז אויב מעגליך אז די חילופי שיטות זענען נישט טעותים נאר טאקע מחלוקות איבער וואס די תורה זאגט, מיט טעמים והסברים. דאס אריין לייגן אדער ארויס נעמען א ווארט איז נישט צוליב א מסורה נאר ענדערש צוליב א שיטה, וואס ביי דעם איז יא שייך אלו ואלו דא"ח.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:04 pm
דורך ונבנתה העיר
(איך האב נישט געטראפן וואו עס צו לייגן, שטעל איך עס אהער.)
זוכענדיג
לעצטענס איבער דעם ביבלישן יוסף האב איך עטליכע מאהל באמערקט אז יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז יוסף האט געהאט א coat of many colors, עס איז אפי' דא א
ניגון מיט דעם נאמען, און עס איז מיר נישט אריין אין קאפ, פון וואו נעמען זיי דאס אז ער האט געהאט אזא בגד?
האט מיר היינט אויפגעבליצט א געדאנק אז דאס קומט אפשר פון כתונת פסים, 'פס' מיינט דאך עפעס א שטרייף אין עברית [פסי ביראות?], נא, ווי אזוי ווערט א בגד געשטרייפט? אז יעדע שטרייף איז אן אנדערע קאליר פון זיין שכן, מה עשה הקב"ה, איך האב נאכגעקוקט אין בייבל, און יא, דארט טייטשט ער בפירוש אז דער פאטער יעקב האט איהם געמאכט א מאנטל פון פילע פארבן.
וויפיהל פשטים איך נישט געהערט אויף כתונת פסים האב איך דעם פשט נאכנישט געהערט, למעשה זעה איך עפעס יא אין
ויקי,
דא איז אויך דא א שטיקל אריכות.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:31 pm
דורך נולד מאוחר
די שבטיםס פלאן צי הרגנן א ברודער פאר גאנץ א קליינע חטא , און דורך דעם מאכן זייער טאטע אומגליקלעך פאר לייף.
וויאזוי פארשטייט מען דאס?
די העכרע זאכן אין א זייט געלייגט, אין מקרא יוצא.
רעדט מען דא פון א באנדע גענגסטערס?
איז דאס געווען די נארם אמאל?
זענען זיי געווען ערליכע ישרתדיגע מענטשען לויט די תורה אין חז''ל? די תורה בראבירט בכלל זיי אראפלייגען ווי שבטי יה, אדער די תורה נעמט אן פאר א פשטת אז זיי זענען געווען שוואך?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:06 pm
דורך יאיר
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, יוסף האט דאך געהאלטן אז זיי האבן א דין בן נח במילא איז אבר מן החי יא אסור ממילא מעגן די אידן יא ארויסגיין פון מצרים ממילא מעג זיך די ים יא שפאלטן, משא"כ די ברודער האבן געהאלטן אז ו' איז להוסיף ממילא איז חצי שיעור יא אסור ממילא איז שלא כדרך הנאתן יא מותר ממילא האבן די אידן א דין עבד למקום ממילא האבן זיי נישט געמעגט ארויסגיין פאר די צייט ממילא טאר זיך די ים נישט שפאלטן.
פרעג איך דיר, קומט זיך דען נישט מיתה פאר יוסף'ן פאר'ן זיין אזא שרעקליכער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:21 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
זיי האבען געטאן מיט זייער ברודער, ענליך צו וואס יעקב האט געטאן מיט זיין ברודער.
יעקב האט צוגענומען דעם באליבטען בכור, פון זיין טאטען, זיינע קינדער האבן געטאן דאס זעלבע מיט אים
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:45 pm
דורך נולד מאוחר
ציגענמען די בכור, מיינסטו די בכורה?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:37 am
דורך נולד מאוחר
ווער האט ארויסגעשלעפט יוסף פונעם גריב און עם פארקויפט? די ברודערס. כמיין רש''י לערענט אזוי אבער פשוט און פסוק שטייט אנדערש.
וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים וַיִּמְשְׁכוּ וַיַּעֲלוּ אֶת יוֹסֵף מִן הַבּוֹר וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים בְּעֶשְׂרִים כָּסֶף וַיָּבִיאוּ אֶת יוֹסֵף מִצְרָיְמָה.
כאטשיג ווען יוסף האט זיך דערקענט צי דו ברידערס האט ער געזאגט "אני יוסף אחיכם אשר מכרתם אתי מצרימה"
קען זיין פשט אז יוסף האט געמיינט אז די ברודער האבן געשיקט די מדנים עם ארויסשלעפן און פארקויפן. אדער ווי די רשב''ם זאגט אז יוסף האט געמיינט ציזאגן עטס האט גורם געווען כזאל פארקויפט ווערן קיין מצרים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 1:04 pm
דורך יידל
לויט רש"י גייט וימשכו ארויף אויף די ברודער. די סיבה פארוואס רש"י איז אזוי מפרש איז וויבאלד שפעטער אין די סדרות איז מבואר אז די ברודער האבן פארקויפט יוסף, לדוגמא וואס יוסף זאגט פאר די ברודער אל תעצבו ואל יחר בעיניכם כי מכרתם אותי הנה. כאטש פארשטייט זיך אז מ'קען דארט מפרש זיין אז דאס מיינט אז די ברודער'ס האבן *גורם* געווען יוסף זאל פארקויפט ווערן, איז אבער פשוט'ער צו לערנען אז דארט איז כפשוטו און דא גייט וימשכו און וימכרו ארויף אויף די ברודער ומקרא מסורס הוא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 1:39 pm
דורך ברסלבער
אין ספר הישר שטייט אז די מדינים האבן אים ארויסגעצויגן, און דאן זענען די ברידער געקומען צו לויפן און געזאגט אז דאס זייערס א קנעכט און זיי האבן אים אריינגעלייגט אין גרוב אלס שטראף, די מדינים האבן נישט געוואלט גלייבן, און די ברידער האבן געוואלט מלחמה האלטן מיט זיי, ביז זיי האבן אויפגעגעבן און מסכים געווען צו צאלן געלט פאר די ברידער אים אפצוקויפן, נאכדעם האבן די מדינים מורא געהאט אז די ברידער וועלן נאכלויפן אים צוריק נעמען, האבן זיי אים ווייטער פארקויפט ביז ער איז אנגעקומען קיין מצרים.
לויט דעם שטימען די פסוקים זייער גוט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 4:09 pm
דורך יידל
נאך וואס כ'האב געשריבן האב איך באמערקט אז ר' [tag]נולד מאוחר[/tag] האט שוין געשריבן א תירוץ אויף דעם דיוק פון יוסף'ס ווערטער אז די ברודער האבן אים פארקויפט. נאר אין נולד'ס ווערטער האבן געפעלט דעם הדגשה אז רש"י טייטשט וימשכו אויף די ברודער, און אז עס איז פשוט'ער צו טייטשן וימשכו אויף די ברודער ווי זאגן אז יוסף האט געמיינט אז די ברודער האבן געשיקט די מדינים/ישמעאלים.
אן אינטערעסאנטער פונקט אין די פרשיות איז אז עס זעט אויס ווי יעקב איז קיינמאל נישט געוואויר געווארן די אמת איבער יוסף'ס אנקומען קיין מצרים. צו ווייסט איינער פון א פריער מפורש וואס בארירט דעם נקודה?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 4:18 pm
דורך ונבנתה העיר
רמב”ן (מ”ה, כ”ז):
"וידברו אליו את כל דברי יוסף" - יראה לי על דרך הפשט שלא הוגד ליעקב כל ימיו כי אחיו מכרו את יוסף אבל חשב כי היה תועה בשדה והמוצאים אותו לקחוהו ומכרו אותו אל מצרים כי אחיו לא רצו להגיד לו חטאתם אף כי יראו לנפשם פן יקצוף ויקללם כאשר עשה בראובן ושמעון ולוי (להלן מט ג-ז) ויוסף במוסרו הטוב לא רצה להגיד לו ולכך נאמר ויצוו אל יוסף לאמר אביך צוה לפני מותו לאמר וגו' ואלו ידע יעקב בענין הזה היה ראוי להם שיחלו פני אביהם במותו לצוות את יוסף מפיו כי ישא פניו ולא ימרה את דברו ולא היו בסכנה ולא יצטרכו לבדות מלבם דברים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:15 pm
דורך נולד מאוחר
ולקחתם לכם פרי עץ הדר ...ושמחתם לפני יהוה אלהיכם שבעת ימים. איז מסתבר על פי פשטות אז ולקחתם מיינט נעמען צי דיר אין שטוב, אזויווי מיר נעמען היינטיגע צייטן בלומען און רויזעס לכבוד שבת ויו"ט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 6:07 am
דורך Buddy