בלאט 5 פון 5

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:17 am
דורך טעפל
הסקר נגמר בתאריך מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:28 pm

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:20 am
דורך [NAMELESS]
באקימען אין אימעל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:21 am
דורך פיינע קאווע
היינט צופרי נאכן דאווענען זענען מיר א גרופע פון אפאר אינגעלייט געגאנגען צו די בודקעס. איינער האט געהאט דאס צעטעלע פון דבר יום ביומו. פארוועם נידערמאן האט געהייסען שטימען האבן מיר געשטימט קאפויער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:24 am
דורך זר זהב
דו כיטרע יונגעלע! אזא העזה! וואו נעמט מען אזא גאטס זאג שעפעלע

ס'מוז זיין אז דו האסט דאס געקענט טון נאר ווייל ביזט געווען מיט א גרופ אינגעלייט. אליינס וואסלטו זיך דאס נישט דערוואגט :לאךהויך:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:32 pm
דורך איחוד פעלד
דער אמת איז אז נישט קיין חילוק פארוועם מען וואט, אויב מען וואט בכלל טוט מען א טובה פאר די מנהיגי העדה, ווייל ווען קאנדידאטען את וואטס קומען אריין בכלל פין דער געגענט טוהן זיי טובות (עהעם) פאר דער געגענט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:25 pm
דורך שעפטל
נחום טאמפסאן.jpg
נחום טאמפסאן.jpg (71.17 KiB) געזען געווארן 1597 מאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:28 pm
דורך outspoken
נחום ראזענבערג איז זיכער געווארען popular ...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:56 pm
דורך שעפטל
יעצט אין בארא פארק

יעצט אין ב''פ.jpg
יעצט אין ב''פ.jpg (68.73 KiB) געזען געווארן 1209 מאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:11 pm
דורך גאנצל
שעפטל האט געשריבן:
נצבד האט געשריבן:דאס בעסטע איז, אז מ'שטימט בכלל נישט פאר דיסטריקט אטוירני, ווען מ'איז נישט גענוג קליג צו וויסען עתידות, לאזט מען די טשיפס פאלען אין פלאץ אליינס

וועיקאפ קאל:

וואס גייט דא פאר?

קען מען טאקע פארנארן מענטשן אזוי שנעל?

עטץ האטס פארגעסן וויאזוי אפאר חדשים צוריק האבן זיך מענטשן געשוואוירן אז מ'גייט דעם דיסטריקט אטורני טשארלס היינס ארויסווארפן ביים גענאק? נאכדעם וואס יעדע שני וחמישי האט ער ארעסטירט נאך א איד (פארשטייט זיך די ארעסט האט געדארפט פארקומען באישון לילה, ווען מ'איז נאך אנגעטוען מיט די נאכט העמד, להגדיל הטראסק והאדירה) מיט א פרעסע קאנפרענץ מיט דריי פערטל סטעף אויס'געשורה'ט אונטער אים, כדי די פרעסע קאנפרענצעס פון מעלדן אז מ'האט געבראכן נאך א רינג פון אידישע מאפיאנערן זאלן מער אפקלינגען אין די מידיא, און אויב האט דאס די מידיא נישט אפגעקויפט אזוי שטארק ווי ער האט געוואלט האט היינס בכבודו ובעצמו געשריבן א אפ עד אינעם דעילי ניוס און אונז בא'טיטול'ט מיטן שיינעם טיטול "מאפיא" נעעע מאפיא איז נישט גענוג... "ערגער ווי די מאפיא" אזוי ארום זאל דער "מעסעדזש" צו די אידישע קאמיוניטי בעסער אנקומען.

יא אמת די ארונים מיט די זאליס האבן בלית ברירה נאך סטראשערייען פון היינס זעלבסט אינדארסירט היינס, (פאר א סיבה האט ר' משה דוד נידערמאן געגעבן די אינדארסירונג הערשט היינט צופרי) אבער יעדע יחיד פאר זיך בשעת ער גיבט אפ זיין שטימע זאל געבן א טראכט "איין מינוט, וואס טוה איך דא?" גיי איך טאקע יעצט ווייזן אז יא מ'קען האקן שטיקער פון אונזער קאמיוניטי און אונז אנרופן מיט די ערגסטע לשונות צו די מידיא, און אפאר וואכן פאר די עלעקשאנס ווען מ'שטייט אויס צו פארלירען די פאזיציע קומט מען זיך איבערבעטן און לעקן צו אונז?

אויב פילט איר זיך נישט גענוג באקוועם צו וואויטען פאר זיין קעגנער (אגב, ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט זיין קעגנער, אבער אויב שפירט איר אז איר ווילט נישט ממש וואוטען אקעגן איינעם וועם אייער קהילה האט אינדארסירט) דאן לאזט ליידיג ביידע רינגלעך, גיט נישט אייער שטימע פאר טשארלס היינס, ווייזט נישט אז כלל ישראל איז א שטח הפקר, און אויף אונז קען מען טרעטן און פאר די עלעקשאנס זיך אנטוען א קאפעלע און ארום לויפן לעקן און מ'וועט דאס אפקויפן.

געדענקט! שב ואל תעשה עדיף!


ווי איך פארשטיי וויבאלד היינס קען טון אוםנארמאלע גיטע זאכן און אוםנארמאלע שלעכטע זאכן האט מען זייער מורא געהאט פאר אים טאמער ער ווערט אריין קומען אן אונזער אינדרסינג וואס דעמאלס קען ער זיך שרעקליך נוקם זיין אן קיין חשבונות אויף ווייטער וויבאלד ס'איז זיין לעצטע טוירם
און האפן האפט מען אז דורך דעם אינדארסינג וועט ער טון אוםנארמאלע גוטע זאכן והשי"ת יעזור איך גלייב אז די עסקנים האבן שוין לאנג נישט אזוי געשוויצט ביי אן החלטה אזוי ווי ביי די החלטה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:24 pm
דורך גאנצל
outspoken האט געשריבן:נחום ראזענבערג איז זיכער געווארען popular ...


טאמער טאמפסאן געווינט דייט נחום נעמען די גאנצע קרעדיט אויף זיך
טאמער היינס געווינט גייט נחום וויינען אז ס'איז א שווארצע טאג פאר כלל ישראל......

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:14 pm
דורך outspoken
ער שעלט שוין די אמעריקא'נע דזשאסטיס סיסטעם אויף זיין האטליין, ער זאגט רוסלאנד איז געווען בעסער...

http://ia601000.us.archive.org/21/items ... Kippur.mp3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:41 pm
דורך נצבד
גאנצל:
מיין נישט וואוטען פאר היינס איז וועגען, וואס ער "האט געטאן",

ס'קען זיין אז טאמער וואלט איך ווען געווען איבערצייגט אדער געוויסט עתידות, אז פון היינט און ווייטער וועט ער זיך לאזען וואקסען א פאר, און האבען דעם רוקען ביין זיך אויסצולאכען פון די מכם ובכם,און פון די מידיע, וואלט איך זיכער זיך צוגעשטאפט די נאז און געוואוט פאר אים.

אבער וויבאלד איך ווייס נישט די סיבה פארוואס די עסקנים (ווי אויך ביידע סאטמארס) האבען אים אינדארסט, צו אלס מורא אדער אלס בוחר רע במיעוטו,ממילא איז מיין דיפאלט צו קוקען וואס ער האט שוין אפגעטאן.

אין דאס אז עטליעסט די עסקנים האבען אים ענדארסט אין נישט זיין קעגנער,וועט האפענטליך אים בארואיגען אין ער וועט פארשטיין אז ער קען נישט עקספעקטען אז דער "גאנצער" ציבור זאל עם אזוי שנעל האבען מוחל געווען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:59 pm
דורך שעפטל
Hynes leading Thompson by a nose in Brooklyn DA's race, 51.1 to 48.9 % with 4 % precincts reporting

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
בארא פארק איז פארשמירט מיט היינס/מונקאטשער סיינס. ס'איז א בזיון און א ביליגקייט פארן מונקאטשער. איך גלייב נישט זיי האבן געהאט זיין רשות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:07 pm
דורך שעפטל
11% in: @KenThompson4DA leading @HynesForDA 52-48

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:00 pm
דורך וויליאמסבורגער
פרישע צרות פאר טשארלס היינס.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:08 pm
דורך יין שרף
?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:01 pm
דורך lazar
ווער ס'דענקט איז געווען אין די נייעס א סקאנדאל קעגן Charles Hynes נאכדעם וואס ער האט פארלאזט די DA אפיס, ס'האט געהייסן אז מ'גייט אים ארעסטירן, למעשה איז שא שטיל געווארן, ווי אלטר משה ג"ב זאגט מ'האט געמאכט א קאווער-אפ!

איינער ווייסט אפשר וואס ס'גייט פאר אונטער די קוליסן?