בלאט 5 פון 9
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 11:09 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט צו די גאנצע מעשה איז אמת, סך הכול דאס איז נעכטען געוועהן די שמועס דארט ביים טיש
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:20 pm
דורך א איד
וואס איז געווען די שמועס? אז בעריש איז זיי געקומען אין חלום?
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
כאמור
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:26 pm
דורך גאנצל
ס'איז נישטא וואס צו רעדן אז די רבי שליט"א האט געטון אסאך מאדנע זאכן אבער דעס איז נישט קיין שום תירוץ אים צו רודפ'ן און מ'האט עס נאך אריין געלייגט אין אידישקייט א מין רשעותדיגע בלאף
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 10:10 pm
דורך איש את רעהו
מען קען הערן די דרשה וואס ער רעדט איבער די איבערבעטונג
7187056060
#5
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 11:10 pm
דורך קאווע טרינקער
איש את רעהו האט געשריבן:מען קען הערן די דרשה וואס ער רעדט איבער די איבערבעטונג
7187056060
#5
הערליך הערליך.
I like him
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 12:23 am
דורך שמעון וואלף
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די דעטאלן, ווער עס ווייסט זאל ביטע אויסקלארן.
ר' בעריש לויפער איז געווען א זין פון ר' שלום?
פארוואס האט ער אזוי פארפירט, האט ער געהאט קינדער אדער אנדערע משפחה וואס זענען געווען חסידים פון ר' מיכל?
וואלף גוטמאן, מי הוא זה? פון מונקאטש? און וואס איז געווען זיין ראלע אין די מערכה קעגן ר' מיכל?
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 1:11 am
דורך דעת תורה
יא
ברודער
?, ?, מחבר ספר מתי שוא
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 1:18 am
דורך א איד
בעריש איז געווען א זון פון ר׳ שלום, ער האט פארפירט ווייל זיין ברודער פינחס און זיינע שוואגערס אהרן פר״מ מיט אלטר לאנדא (נאך דארט) און שמואל טייטלבוים (שוין נישט דארט) און יצחק משה פרענקל (חצי חצי) זענען געווען פארכאפט אינעם כת, וואס קריכט אוועק פונעם רעבינזיכרוינעליווראכעס דרך.
וואלף גוטמאן איז געווארן א קאונסלער אין מונקאטש בעת ווען ר׳ מעכל איז געווען מנהל דארט, אין ר׳ מעכל האט עם אויפגענומען דארט און צוגעשטעלט א דזשאב און עם מקרב געווען, און ווי באקאנט דאס ווארט פון צדיקים הקודמים, אז פאר א טובה ווארפט מען צוריק שטיינער, ר׳ מעכל האט פשוט פארגעסן עם צו געבן א פעקל קליינע שטיינדלעך (אדער בדרך צחות: אז ער האט עם בטעות געגעבן א זעקל פון גרויסע שטיינער) און דער אינגערמאן נעבעך האט אויסגעטראפן די מעשיות וואס מען האט שפעטער געדרוקט אונטער נאמען גביות עדות, ווי כאילו מען האט גובה עדות געווען, אז ר׳ מעכל האט געטוהן געוויסע עבירות חמורות, און פראסטע זאכן.
און דאס איז געווען פאנטאזיעס פון דעם וואלף גוטמאן.
התנצלות: איך נעם נישט פאראנטווארליכקייט אויף דיזען תגובה, דאס האב איך באקומען פון איינע פון חסידי ר׳ מעכל זז״ג.
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 1:33 am
דורך א איד
המלוכה והממשלה האט געשריבן:געהערט ר' מעכל'ס דרשה. כ'בין מקנא דעם איד'ס עולם הזה.
איך בין עס נישט מקנא, און איך וואונטש עס נישט פאר מיינע שונאים.
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 5:02 am
דורך סמיילי
ווי קען מען זעהן די קונטרס מתי שוא???
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:22 am
דורך געוואלדיג
אין טוילעט אדער קירכע.
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:46 am
דורך בעל מדות
איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:14 am
דורך יעקב
דא האט איר די בילד ווי הרב ר אהרן ליינט פאר די בריוו, 2טע נאך אים זענען 4 קינדער פון ר בעריש לויפער ע"ה וואס זענען געקומען איבערבעטען
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:16 am
דורך יעקב
דא האט איר די בריוו, אז די וועלט איז נישט הפקר
דער מאור ושמש זי"ע האט געזאגט אין קראקא, אז אלע וואס האבען אים גערודפט לשם שמים, וועלען זייערע קינדער זיין חסידים, - און ווער עס האט אים גערודפט שלא שמים (נאר פשוטע גנבים שווינדלער) וועלען זייערע קינדער זיין אפיקורסים, און אזוי איז טאקע געווען
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:25 am
דורך שמעקעדיג
שוין 3 מאל געזעהן דא דעם בילד און דעם בריוו.
די אלע לייענען טאקע נישט בעפאר מען פאוסט נייע תגובות?
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:26 am
דורך ישמעאל הכהן
בעל מדות האט געשריבן:איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.
סאקונדע איז נישט גוט געספעלט
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:38 am
דורך יעקב
נאך א בילד, מיט 4 קינדער, אנגעהובען די 3טע, צייל 1 2, נאכדעם זענען די 4 קינדער פון בעריש
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:52 am
דורך diff
אז ס'דא נייע פראבלעמען לוינט שלום מאכן מיט די אלטע
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 12:30 pm
דורך גאנצל
הייסט די רבי שליט"א האט זיך געזוכט איבערצובעטן מיט די לויפער'ס
לייג דיך צוריק און שלאף געזונטערהייט
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 3:12 pm
דורך בעל מדות
ישמעאל הכהן האט געשריבן:בעל מדות האט געשריבן:איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.
סאקונדע איז נישט גוט געספעלט
פיין דאס איז א תגובה און דאס איז א אשכול נאמען.
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:אונז ווארט מיר נאך אויף די ניקים החומים בצימעס, עפעס האבן זיי איינגענומען א שטילשווייגעניש דערווייל. וואס איך האב געמאכט ריסוירטש דערווייל, איז נישט געווען קיין חלום, נאר בעריש׳ס קינדער האבן געוואלט טוהן עפעס לטובת נשמת אביהם, און זיי זענען געקומען צום ניקלשבורגערס טיש עם איבערבעטן.
א איד: אפשר האבן זיי געזעהן זאכן בהקיץ וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז אפשר איז כדאי איבערצובעטן א איד וועם מ'האט געצאפט די בלוט און מבזה געווען ברבים פאר אזויפיל יארן...?!
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 4:23 pm
דורך געוואלדיג
שמעתי בדרך צחות אז די מעשה פון א חלום איז א הכרח, ווייל אויב נישט וויאזוי קענען זיי איבער בעטן אויף עפעס וואס זייער טאטע האט געהאלטן אז עס איז לש"ש און ריכטיג צו טוהן, אי לאו אז ער איז געקומען אין חלום פארציילן די אמת, ומסתמא כן היה ויהי לפלא.