אלטע חסידישע פאליטיק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
די בעש''ט האט זיך זיכער נישט געפירט ווי די רוזינע, אבער אין רוזין האט מען געהאלטן אז עס האט גענומען א רוזינע צו מוציא זיין מכוח אל הפועל די תורת הבעש''ט.
לגבי "רוזינע רביס" אויב איז נאך דא אזא מושג (לכוראה נישט), איז עס נאר אין סאדיגורא (צאנז'ע דרך איז שוין זיכער נישטא)
לגבי "רוזינע רביס" אויב איז נאך דא אזא מושג (לכוראה נישט), איז עס נאר אין סאדיגורא (צאנז'ע דרך איז שוין זיכער נישטא)
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
big joe האט געשריבן:גראדע דוד אסף טענה'ט אז ער האט נישט געשריבן די בריוו, ער איז פשוט דארט געווען ווען מהאט געמאכט די נוסח.
אבער אין רוזין האט מען גאר שטארק געהאלטן פון אים, עד היום הזה. ווען דו וואלסט אריין צו די סאדיגורא'ס טיש אדער צום קאמפישניצער אדער בוהוש, וואלסטו כסדר געהערט זיין נאמען דערמאנט.\
נו.., אסף גלייבט נישט אז ער האט געשריבען דער בריעף הידוע וויבאלד אז אפילו אלץ אפיקורס גלייבט ער נישט אז ער האט געהאט גענוג ידיעות און הבנה צו קענען שרייבען דער בריעף.. נישט ווייל די גאנצע מעשה איז להד"ם.. אבער דאס איז זיכער אז ער איז נישט 'פשוט געווען דארט' ווען מ'האט דאס געשריבען, כאילו בטעות האט ער דארט באזוכט יענער טאג. עס איז געשריבען געווארען צו מבטא זיין דער דיסעפוינטמענט זיינע מיט חסידיזם וכו'.
איך ווייס אז אין רוזשין דערמאנט מען עם אויך היינט, אבער וויבאלד אז אויך זיי זענען נישט מכחיש אז ער איז אראפ פון וועג, עכ"פ למראה עיניים, און זיי זענען נישט מכחיש די גאנצע מעשה, איז דאס נישט רעלעווענט לגבי די וויכוח. און מאכט זיי נאר אויסקוקען זייער פאני.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:
איך ווייס אז אין רוזשין דערמאנט מען עם אויך היינט, אבער וויבאלד אז אויך זיי זענען נישט מכחיש אז ער איז אראפ פון וועג, עכ"פ למראה עיניים, און זיי זענען נישט מכחיש די גאנצע מעשה, איז דאס נישט רעלעווענט לגבי די וויכוח. און מאכט זיי נאר אויסקוקען זייער פאני.
די ברייטע אין רוזין האלטן אז ער האט געכאפט א נערווען בראך (כעין קאצק), אבער צאנזער רב'ס שנאה צום רוזינע דרך (רחבות) האט אים געמאכט ווילד אויף די ענין.
און פארשטייט זיך אז די הויז מענטשען האבן אנגעהייצט צאנזער רב מיט אסאך מעשיות.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
big joe האט געשריבן:big joe האט געשריבן:און לגבי באיאן, זיין פאטער האט געזאגט "כ'האב צוויי קינדער וואס פליען אין הימל, כ'מיין די עלטערע וועט אנקומען ערשט..."
די רבי'ס עלטערע ברודער ארבייט פאר NASA
כ'מיין אז די הקדמה אויף זיין ספר, אויף מהר"ל, שרייבט די טאטע, אז זיין עלטסטע זוהן איז עוסק בשבילין דרקיע.. אדער אן ענדליך לשון
Under influence
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
big joe האט געשריבן:איך האב געהערט פון גאר אלטע רוזינע חסידים אז די ליאובה'ס ספרים זענען די העכסטע תורות זייט די רוזינע
וכן שמעתי מהסאדיגורא רבי ז''ל
פון דער לויאב'ער איז דא בלויז א קליין ספר'ל וואס קארליבאך האט מלקט געוועהן בשם "דובר מישרים", די תורות זענען אולי שיינע טייטשען אבער גארנישט ספעציעל. יתכן - אויב דאס זאל זיי אמת - איז די כוונה געוועהן אויף די תורות וואס ער האט געזאגט בשנים כתקינם.
שוין העכסטע צייט צו טוישן דעם קעפל צו "מחלוקות צאנז רוזין".
למעשה האט אפילו נישט דער לוחם מלחמת ה' רבי יהושע רוקח אב"ד בעלזא זיך צוגעשטעלט צום צאנז'ער רב, זיין שטיל שווייגענישט איז געוועהן א שטילע הסכמה לטובת סאדיגורא.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
מחלוקת פונעם רש״ב מיטן מלאך
[center]מחלוקת ר׳ שלום דובער שניאורסון זצ״ל (רש״ב) מיט ר׳ חיים אברהם דובער הכהן לוין זצ״ל (מלאך)
[/center]
אין ליובאוויטש איז געווען א נגיד, ר׳ מנחם מאניש מוניסזון און ער האט געברענגט א מלמד פאר זיין זון א גרויסע תלמיד חכם, ר׳ אברהם דובער לוין. אין ליובאוויטש איז ער געווארן זייער נאנט מיטן רבי רש״ב, אויף אזוי ווייט אז די רש״ב האט אים געמאכט א משפיע אין ישיבה און אים געבעטן צו לערנען מיט זיין זון ר׳ יוסף יצחק... עד כאן לית מאן דפליג
[center]שיטת המלאכים[/center]די רבי ריי״צ איז געווארן זייער נאנט מיטן מלאך, און זיך זייער אסאך דורך גערעדט מיט אים. אין תרס״ב ווען די ריי״צ איז געווען צוואנציג יאר אלט און געפירט תומכי תמימים שוין די פערטע יאר, איז די רש״ב געפארן צו ׳וואריסהאפן׳ פאר רפואה צוועקן, און ער האט געהייסן זיין זון מאכן א התוועדות אין ישיבה לכבוד י״ט כסליו, ר״ה לחסידות. דעמאלטס איז די מלאך פונקט אריינגעקומען אינעם הויז פונעם ריי״צ און געטראפן ספרי חיצונים האט ער מבטל געווען די התוועדות. ווען די רש״ב איז אהיים געקומען האט די מלאך אים פארציילט וועגן די ביכער האט די רש״ב אים ארויסגעווארפן.
[center]שיטת חב״ד
[/center]די מלאך האט זיך אריינגעשטופט אין ישיבה ווייל ער האט געוואלט ארויסשטופן די רבי רש״ב און איבערנעמען די ראביסטיווע. ער האט גערעדט קעגן שיטת חב״ד און געזאגט אז ס׳נישטא קיין חידושים אין חסידות. און ער האט פראבירט צו ווערן א רבי דורך מאכן א פילוג, ער האט געהייסן זיינע חברה אין ישיבה נישט זיך צו חבר׳ן מיט אנדער חסידים, מאכן התבודדות אין זיי געשטופט צו מרה שחורה. ווען ער האט געזעהן אז ס׳גייט אים נישט האט ער געמאכט א בילבול אויפן ריי״צ, אז ער ליינט ספרי השכלה. און נאך א חקירה ודרישה ווען עס איז געווען ברור כשמש לכל אז ס׳נישט אמת, האט מען אים ארויס געווארפן פון שטאט באבל וחפוי ראש...
כ׳האב געפרעגט אמאל ר׳ יודל חיטריק ז״ל (א חבד׳סקע איד וואס האט געלעבט ביז 105) פארוואס ער האט זוכה געווען אויפ אזא אריכות ימים? האט ער מיר געזאגט אז ער האלט עס איז א שכר פאר זיין די לעצטע בחור וואס האט זוכה געווען צו ווארפן א שטיין אויפ די מלאך׳ס וואגען, ווען מ׳האט אים פאטריבען... (ער האט געהאט נאך אסאך נערישע שמוץ אויפן מלאך, אבער ער איז געווען א תמימות'דיגע בחור דעמאלטס אין געגלייבט אלעס וואס מ'האט פארקויפט אויפן מלאך.)
און דא איז א חלק פון ר׳ יואל כהן'ס בריעוו בנוגע די מלאכים היינט

"אברהם דער איילער (לוין) הנזכר בקונטרס "ומעין" בשם 'אד"ל דק"ן' אחרי שהלך מליובאוויטש, הי' לו נפילה גדולה, ומעט זמן הי' שיכור, ואח"כ נסע לאמריקה "בלוף מדינה", ואמר שהוא מקובל ועוסק בעניני קבלה, והוא איש אלוקי, הלך בבגדים לבנים וקראו אותו בשם "דער מלאך", הרי הי' משכיל בדא"ח כפי שאומרים, והי' אומר דא"ח בטוב, והצליח ללכוד תחתו כחמשה מנינים איש שהאמינו בו ואומרים שהוא ממלא מקומו של אדמו"ר הצ"צ נ"ע. המלאכים (כה קוראים פה לחסידי המלאך) האלטן ניט מנשיאי חב"ד, רק עד אדמו"ר הצ"צ נ"ע, כי אומרים שהוא (המלאך) הי' ממלא מקומו, ומכ"ק אדמו"ר מהר"ש האלטן זיי ניט, בכ"ז אין מנגדים אליו, משא"כ לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע וכ"ק אדמו"ר זי"ע – יש להם שנאה. יש להם תלמודי תורה וקונים ספרי לימוד עבור ילדיהם מספרי המל"ח, הם קורעים השער בלאט מהספר, כי נזכר שם שם המל"ח תחת נשיאותו של כ"ק אדמו"ר. בשנים אחרי שהתפשטו הפעולות של כ"ק אדמו"ר באמריקה, אעפ"כ הם מחזיקים עדיין בשטותם (כי רבם המלאך הכניס בהם ארס נגד ליובאוויטש), אבל לנגד בגלוי אינם יכולים, רק זה מחלוקת ישנה. בש"פ תולדות הלכתי אליהם לחזור דא"ח, כי הי' מעניין לי וואס איז דאס פארא סארט נפשות, וגם שמעתי שכ"ק שליט"א אמר כמה חדשים מקודם לא' האברכים הגר בסביבת ביהכ"נ של המלאכים: אז מען דארף זיי מקרב זיין, ס'איז פאראן צווישן זיי טייערע יונגע לייט, נאר זיי בלאנדזען. ועל סמך זה הלכתי לחזור שם דא"ח. זה לא היה לי כ"כ בנקל אבל מ"מ נתנו לי רשות לחזור. בכלל איני יודע מה זה "מלאכים", אבל אחת אפשר לומר עליהם בבירור, אז קיין מענטשן זיינען זיי זיכער ניט, הם הולכים כולם עם פיאות ארוכות מען ווארפט זיך אין דאווענען, באמרם שכן היו עושים חסידי רבינו הזקן, ועוד עניני פראות. סך הכל הייתי שם רק שעה וחצי, במילא לא אוכל לתאר היטב, אך את הרעל נגד ליובאוויטש אפשר להכיר ברגע הראשון. בכל שבת חוזר מישהו דא"ח, סדר החזרה: לוקח תניא, לקו"ת, או ספר מאדמו"ר האמצעי, או הצ"צ, ופותח את הספר ואומר בפנים, רק שהוא אומר זה באידיש, והחוזר מתחיל שאקלען זיך בהתלהבות עצומה, ופאותיו הארוכים שליידערן זיך ארום, ואינו יודע חצי תיבה ממה שהוא מדבר, אבל הוא אומר בקול ובחיות, לא חיות פנימי כ"א פשוט בצעקה גדולה, שלזה הם קוראים חיות. ובהרבה ענינים הם דומים להקנאים שבירושלים. אחרי שהחוזר שלהם גמר לחזור – חזרתי אני. מ"מ יש ביניהם גם מתונים, בעלי שכל, שגם הם מאמינים לכל מה שאמר להם המלאך, מ"מ להיותם בעלי שכל רוצים הם לשמוע לפעמים איזה הסבר בדא"ח, ומעיינים בגניבה בכתבי רבותינו הק', עד כדי כך שכשהייתי שם הכרתי כמה אנשים שראיתי שם בביהמד"ר של כ"ק אדמו"ר שליט"א שהם טייערער יונגעלייט, כן ראיתי באחדים שהתענינו והקשיבו היטב את המאמר שחזרתי.. זה הי' הביקור שלי אצלם. אח"כ סיפר לי א' שגם הוא ביקר אצלם, הוא אמנם לא חזר דא"ח אבל הוא ניגן שם כמה ניגונים, כי הם אין יודעים ניגונים. ואחרי תפלת ערבית הציע לו א' לתת לו כסף לנסוע והלך אתו לביתו וישב אתו כמה שעות, העיקר שסיפר לי הנ"ל בעצמו, שכמה מהם זה כבר משך זמן שאין להם מנוחה. הם היו כמה פעמים בזמן אמירת הדא"ח שכ"ק שליט"א אומר (כמובן בהחבא כי אינם רוצים שידעו מזה חבריהם) ואינם יכולים להחליט, כי אין רואים שום רע בכ"ק שליט"א, ואדרבה רואים הפעולות בליובאוויטש בכל אמריקה, ולאידך גיסא אינם יכולים להחליט שרבם המלאך טעה, כי צדיק ומלאך כזה אינו שייך לטעות..."
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער וואס האט געקענט די ריי"ץ, ווייסט אז דער גאנצע ענין פון משכילישע ספרים אין א אויפגעבלאזענע איי, היות ער האט געזאמעלט יעדער אייניצגער געדריקטע ספר/בוך וואס ער האט נאר געקענט לייגן זיין האנט דערויף, ולא עוד ער האט זיך געלאזט קאסטן שווערע טויזענטערס, שוין אלץ יונגערמאן האט ער געהאט א פריוואטע זאמלונג פון איבער טויזענט ספרים, וואס בימים ההם איז דאס געוועהן א געוואלגיגע חידוש, אין די כרכי אגרות קודש זענען פארהאן הונדרעט בריעוון (נאך איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא) ווי ער שרייבט צו מחברים אין סיי ווער מ'זאל שיקן זייערע ספרים, אדער טוישן אין אויב נישט וועט ער צאלן, די סארט בריעוון האט ער געשיקט לכל קצוי תבל בארבע פינות הארץ. ער האט אויך אפגעקויפט צוויי לייברעריס. קומענדיק קיין אמעריקא בשנת תש"א האט שוין געהאט א זאמלונג פון איבער 700 קאלענדערס (לוח), אין איבער 200 הוצאות פון מחזורים.
אין אז עס אינטרעגעקומען צו באקומען סעקיולער ביכער האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיי אויך נישט.
אונז אלע זענען נהנה אויף א געוויסע אופן פון זיין זאמלונג פון ספרים אויף וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דמים תרי משמע, היברו בוקס יוכיח, וכן עוד ועוד.
אין אז עס אינטרעגעקומען צו באקומען סעקיולער ביכער האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיי אויך נישט.
אונז אלע זענען נהנה אויף א געוויסע אופן פון זיין זאמלונג פון ספרים אויף וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דמים תרי משמע, היברו בוקס יוכיח, וכן עוד ועוד.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מונקאטש רב/גער און אגודה מחלוקה
כבין נישט קיין היסטאריקער אין חסידישע פאליטיק האב איך זיך געריבן דאס אויג צי איך ליין גוט. אזוי אומשולדיג אין א לענגערע ארטיקל אין צייטונג פ' כי תצא א אינטערוויו מיט ר' שמואל גלייטמאן ז"ל א ראדאמסקער חסיד. איז דארט דא א קליינער צייטנג'ס אויסשניט (וואס ווען נישט פאר ליידיגיין וואלט איך עס זיכער פארפאסט) פון א באריכט אין א פרייער צייטונג איבער מונקאטשער רב'ס באזוך אין סאסנאווצע (וואו ראדאמסקער רבי ר' שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש זצ"ל הי"ד האט געוואוינט נאך די ערשטע וועלט מלחמה)
ס'ליינט זיך אזוי, ווערבעטים:
איך בין זיכער אז דער רעדאקטאר פון ''די צייטונג'' האט דאס נישט אפגעליינט פאר'ן אריינשטעלן... דאס איז דאך אזוי דזשוסי.. וואס איז דארט פארגעגאנגען? יענער צייטונג קוקט דאך אויס ווי שאלזאהן'ס זיידע. לאמיר הערן פון די אלעס-ווייסער איבער וואס דארט איז פארגעקומען. איז מונקאטשער רב אויך געווען א קנאי?
בין איך איין מונקאטשער?
ס'ליינט זיך אזוי, ווערבעטים:
[center]"דער מונקאטשער רבי אין סאסנאוויעץ
ער שעלט דעם גערער רבי און רופט ארויס געשלעגן צווישן חסידים
סאסנאוויץ, 7 (טעלעפאניש)
אין ראדאמסקער הויף איז פארגעקומען א גרויסע חסידישע שמחה: עס איז פארגעקומען דער ברית פון ראדאמסקער רבי'ס אנ'איינקעל, צו דער שמחה זענען געקומען א פאר טויזענד חסידים פון פוילען און פון אויסלאנד.
עס איז אויך געקומען דער מונקאטשער רבי מיט א סוויטע פון עטליכע צעהנדליג חסידים.
דער מונקאטשער האט אויך מזכה געווען מיט א וויזיט סאסנאוויץ, וואו ער האט נעכטן געפיהרט טיש און געזאגט תורה
ביי דער געלעגענהייט האט דער צדיק זיך אנגערעכענט מיט דער ''אגודה'' און אנגערופען דעם גערער רבי נישט אנדערש ווי: כופר. -- בעת'ן ''תורה זאגן'' האט דער מונקאטשער אויך נישט פארנעמען דעם אגודה פירער ר' אטשע מאיר לעווין, וועלכען ער האט ''געקרוינט'' אלס עוכר-ישראל און אים געשאלטן מיט טויטע קללות.
דערוויסענדיג זיך פון דעם מונקאטשער'ס נייעסטע תורות, האבן די גערער חסידים איינגעארדענט א דעמאנסטראציע און שארף פראטעסטירט געגען די קללות און זלזולים אויפן אדרעס פון די אגודה פירער, וואס זענען געווארפן געווארן דורכ'ן ''הייליגן צדיק'' פון מונקאטש. די ראדאמסקע חסידים זענען אויך נישט געבליבן קיין בעלי חובות און האבן זיך אנגענועמן די קושיוודע (?) פון זייער רבינ'ס גאסט. עס איז געקומען צו געגענזייטיגע געשלעגען , וועלכער זענען ליקווידירט געווארן דורן די פאליציי
דערווייל האט מען ביי מונקאטשער צדיק ארויסגע'גנב'עט פון קעשענע א טייערען גאלדענעם זייגער. דער רבי האט אפילו בעשטימט א בעהלוינונג פון 1500 זלאטעס פאר אויסגעפינען די גניבה, אבער דערוויל איז נאך דעם זייגער נישט געלונגען צו געפינען."[/center]
איך בין זיכער אז דער רעדאקטאר פון ''די צייטונג'' האט דאס נישט אפגעליינט פאר'ן אריינשטעלן... דאס איז דאך אזוי דזשוסי.. וואס איז דארט פארגעגאנגען? יענער צייטונג קוקט דאך אויס ווי שאלזאהן'ס זיידע. לאמיר הערן פון די אלעס-ווייסער איבער וואס דארט איז פארגעקומען. איז מונקאטשער רב אויך געווען א קנאי?
בין איך איין מונקאטשער?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.
שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.
איך האב עס געליינט פון א מתנגדי'ן/משכיליש'ן מקור. ביי חסידים לייקנט מען אפ בכל תוקף. אבער, אביעקטיוו גערעדט. לויט די התנהות פון ר' מנדלי מ'קאצק איז משמע אז ס'איז יא געשהן און ער האט ל"ע געכאפט א נערוון אטאקע... דער חילוק פון אמאל ביז היינט איז, אז אויב היינט פיהלט א רבי אז ער האט קאמפעטישן, שיקט מען עטליכע פון די געטרייע חסידים מ'זאל שניידן טייערס און אויסברעכן שויבן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ידען האט געשריבן:100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..
ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..
מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..
די צייטונגען פון 100 יאר ארום וועלן זיין טאבלעט'ס אויף איי-פאונ'ס וואס א יעדער וועט ארומטראגן אין טאש. מ'וועט קענען דאונלאודן די דברי תורה ומוסר וקנאות אויף די פ' השבוע מיט א לייוו ווידיא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:די תורות זיינע זענען קיים, קענסט אריינבליקען און אליינס מחליט זיין צו עס איז בעסער פון די ברודערס זיינע אדער נישט.
בכל אופן איז נישט פון דעם איז די רעדע. קען זיין ער האט געזאגט מורא'דיגע תורות און איז געווען א בעל כשרון עצום. און עס איז טאקע דא פון עם עטליכע שיינע ווערטער. דאס איז אבער נישט סותר דאס וואס איז געשעהן שפעטער. איינס איז נישט סותר דער אנדערע. אפילו ווען עס וואלט געווען אין די זעלבע תקופה כל שכן אז די אלע תורות זענען פון פריער. אבער זיך מתייחס זיין צו עם ווי א קדוש וטהור נאך דאס וואס ער האט געטוהן איז אביסעלע פאני.
און דאס קומט ניאך פון א ליטוואק...