בלאט 5 פון 16
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
די מעשה פון דעם דומ"ץ און זיינע מאדנע פסקים דערמאנט מיך פון א באוואוסטע קלאסישע מעשה. אמאל זענען דער רעפארם ראביי און דער ראש הקהל געזיצן ביי א מיטינג שבת נאכמיטאג. אין מיטן פון דעם מיטינג נעמט דער ראש הקהל ארויס א ציגאר און ער וויל אנצינדן און פאררייכערן. רופט זיך אן דער ראביי. נו, שבת. זאגט דער ראש הקהל. יא. טאקע ס'איז יעצט שבת אבער איך וויל פאררייכערן. נישט נאר דאס. נאר ער געט א ציגאר אויך פאר'ן ראביי און ער זאגט. ראביי איך לאז דיך נישט ארויס פון דא ווילאנג דו רייכערסט אויך. אנישט וועסטו מיך גיין בארעדן אז איך רייכער אום שבת. רופט זיך אן דער ראביי..."אויב איך מוז שוין רייכערן, האביך מיינע אייגענע...
אזא פנים האבן די רבנים און די מוצ"ים וועלכע קומען אויף מיט די מאדנע פסקים...!
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
נאטינג ביעטס בערל מיט זיינע מייסעס...
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:22 am
דורך דולה ומשקה
אז דאס איז אזא גרויסע וויכטיגע פסק, מ'דארף נאך איבער מאכען די קידושין בברכה בשם ומלכות, פארוואס שרייבט ער נישט דעם נאמען פון דעם מו"ץ? אזוי אויך דער מו"ץ איז דאס א שיטת יחידאי אדער האט ער נאך זיינס גלייכען וואס שטייען מיט איהם אייניג אין זיינע אשתגע פסקי הלכות?
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:25 am
דורך פרייוויליג
יעלה ויבא האט געשריבן:IMG-20150519-WA0159.jpg
איינער וואס קען שרייבן אזאנע שטותים גדולים ומלהיבים איז מנסך וואסער אויך..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:49 pm
דורך דולה ומשקה
...אין טאקע פארדעם הייסט דער מוסד 'פאפא', וואס פארשטייסטו נישט דו פאפא'נע...?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:24 pm
דורך שצם_חנכל
בסך הכל זענען זיי אביסל פראנויס פון סאטמאר, דאס איז די נייע נארמאל עס האט גארנישט צוטון מיט פאפא
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:42 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
דולה ומשקה האט געשריבן:...אין טאקע פארדעם הייסט דער מוסד 'פאפא', וואס פארשטייסטו נישט דו פאפא'נע...?
פארוואס דארפן זיי שרייבן 2 מאל אז די קינד קען נישט קומען מער אין חדר ?
האט דעס מיט די תקנה ?
אדער מיט די לעדערעד ?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:10 am
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:פארשטיי אליינס, ער מיינט בכלל נישט קיין הלכה, ער האט דא א אגענדא. ופשוט הוא.
וואס איז די אגענדא...? אז מ'זאלל סרחנ'ען...?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:05 pm
דורך דולה ומשקה
נאך איינער מיט א ווייסע בעקטשע וואס באדערט שטארק די אזוי גערופענע חטאים עונות ופשעים פונעם דור. טוה מיר א טובה.
א צעטיל מיט צופיל סתירות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:20 pm
דורך מבקר
איין סתירה פליז?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 7:26 am
דורך קאווע טרינקער
רעדאקטאר אין המודיע איז מציל אירע ליינער פון הרהורים, דורכן מגיה זיין דעם העמעד פון א פארשטארבענעם סאלדאט.
לינקס, ארגינעלען בילד
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:14 pm
דורך שלום על ישראל
יידל האט געשריבן:יא, איך ווייס אז עס זענען פארהאן א טוץ אשכולות איבער דעם נושא, און ס'איז שוין אזוי צוקייעט געווארן דא אין שטיבל אזש מ'מאלט שוין וואסער ווען ס'קומט צום טעמע פון אכשר דרא. דאך, שפיר איך אז מיט די לעצטע ניי-אויפגעקומענע חומרא/משוגעת איז מען אריבער אלע גרעניצן און וויבאלד די נייע "חומרא" קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן לרע עפן איך אויף א נייער אשכול, און אז די גבאים שפירן אז עס איז נישט ריכטיג קענען זיי מצרף זיין דעם אשכול מיטן אכשר דרא אשכול מיסודו של שרגא.
די מעשה איז אזוי. אין וויליאמסבורג ארבעט שוין יארן א געטרייער דאקטאר מחסידי אומות העולם, דר. שאנדו פאטעל. די וואס זענען באקאנט אין די ענינים ווייסן אז דר. פאטעל איז פון די גרעסטע דאקטוירים, אויב נישט דער גרעסטער דאקטאר, אין וויליאמסבורג. דר. פאטעל האט שוין דיאגניזירט צענדליגע אידן מיט קענסער ווען אנדערע דאקטוירים האבן דאס פארזען, דאקטער פאטעל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון הונדערטע אידן בלי שום גוזמא. אפגעזען פון דר. פאטעל'ס סיבות פארן דינען אין וויליאסמבורג אנשטאט זיך ארויפארבעטן אין א גרויסן שפיטאל (וואס ער וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קפאליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון), נעמט דאס נישט אוועק פון דעם פאקט אז דער מענטש האט געטריי באדינט און טוט ווייטער געטריי באדינען דעם וויליאמסבורגן ציבור, און איז בלי שום ספק בגדר חסיד אומה"ע.
עס איז ווי פארשטענליך אז דר. פאטעל, דינענדיג אונזער ציבור פאר צענדליגע יארן, האט זיך באקענט מיט אונזער פאלק פון דער נאענט. דר. פאטעל ווייסט פון פסח און פון פורים, פון חנוכה און פון סוכות. און יא, פון א דאקטער קען מען זעט אויס גארנישט באהאלטן, ווייל דר. פאטעל קען אויך יעדן פאליטיק און וויליאמסבורג, פון ארוני/זאלוני ביז פריוואטע משפחה געפעכטן. גלייבטס מיר, ווען דר. פאטעל שרייבט ווען א בוך איבער וויליאמסבורג וועט ער האבן צו פאקן סחורה ווי גאלד (אדער סחורה ווי גללים, געווואנדן פון וועלכע פערספעקטיוו איר קוקט עס אן).
און יעצט צום פונקט. דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. מען האט זיך שטארק געבעטן ער זאל בלייבן, און אין די ענדע האט ער אויסגעארבעט אן אפמאך מיט ODA אז ער וועט דינען אלץ הויפט פון זייער פידיאטריק יוניט, און אלע אנדערע דאקטוירים וועלן דינען אונטער אים. אן אפמאך וואס איז זה נהנה וזה נהנה וזה נהנה, דר. פאטעל בלייבט אין דאקטעריי, וויליאמסבורג קען ווייטער געניסן פון דר. פאטעל און ODA קען זיך אויפטון מיט דעם לעגענדארישן דאקטאר.
פארשטייט זיך אז ODA נוצט אויס די געלעגנהייט פאר זייער PR, און נוצט דר. פאטעל זיך צו אדווערטייזן. לכאורה, נישט קיין שלעכטער זאך. דר. פאטעל האט לכבוד דעם אדווערטייזמענט זיך געלאזט כאפן א בילד מיט א פראפעסיאנאלעם פאטאגראפירער און געשריבן א קליין בריוול צו די זייט, און מ'האט פון דעם געמאכט א הערליכן אדווערטייזמענט. אבער ווען דער אדווערטייזמענט איז אנגעקומען צום אפיס פון דבר יום ביומו, האבן זיי (אדער אפשר איז עס נאר א יחיד, נישט קיין נפקא מינא) באשלאסן אז וויבאלד דר. פאטעל איז דאך א דאקטער און אויף דאקטוירים שטייט דאך אז טוב שברופאים לגיהינום, נו, קומט דאך אויס אז דר. פאטעל איז א רשע. אויב אזוי, וויאזוי קען די תורה-טרייע פלוג-בלעטעל פון וויליאמסבורג, לוחם מלחמת הקודש, "דבר יום ביומו" מכשיל זיין חלילה טויזענטע וויליאמסבורגע אידן מיטן עובר זיין אויפן איסור נורא פון אסור להסתכל בפני רשע? אומר ועושה, מר. דבר יום ביומו האט זיך נישט געפוילט נאר תיכף ומיד געעפענט ODA'ס אדווערטייזמענט אין פאטאשאפ, סעלקטירט דעם בלור קנעפל און זיכער געמאכט אז ס'זאל חלילה נישט איבערבלייבן קיין שריד ופליט פון אפילו איין פיקסל פון דר. פאטעל'ס פנים. שמח וטוב לב, האט מען געשיקט דעם בלעטל צום דריקער און אזוי איז עס פארשפרייט געווארן אין אלע וויליאמסבורגע בתי מדרשים.
עס איז ביי מיר ברור הונדערט און איין פראצענט אז דער צעטל וועט אנקומען צו דר. פאטעל. און איר קענט זיך אלע אליין פארשטעלן וואס זיין רעאקציע וועט זיין. איך זאג נישט אז עפעס ערנסט וועט געשען. אבער פארוואס אין די וועלט דארפן מיר אויפרעגן דעם געטרייען דאקטער וואס באדינט אונז שוין צענדליגע יארן? ווי אין די וועלט נעמט א אינגערמאן דאס טיפשות הלב אויסצומעקן די פנים פון א מענטש וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן נישט פון איין נאר פון צענדליגע אדער אפילו הונדערטע אידישע קינדער? וואס די מצוה איז ראנג מיט אונז?
איך האף אז מיט דעם בין איך יוצא ידי חובת מחאה. איך האב אריינגערופן אין אפיס פון דבר יום ביומו און געלאזט א מעסעדזש אויסדרוקענדיג מיינע דברי מחאה אויף דעם רשעות'דיגן און טפשות'דיגן אקט, און איך פאדער אויף מיינע פריינט דא אויף קאווע שטיבל אויפצוהייבן א טעלעפאן אדער אפשרייבן אן אימעיל און אויסדרוקן אייער אנטריסונג מיט דבר יום ביומו'ס אויפפיראכטס. זייער טעלעפאן איז 718-384-4631 און זייער אימעיל אדרעס איז
Ads@DvarYoim.com .
צוויי נקודות:
- דו שרייבסט אז [דר. פאטעל] וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קוואליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון. איך מיין אז דא איז דוקא המקום להאריך פארוואס אזא הויך-באשפריצטע כל-בו דאקטער זאל נישט אנקומען אין א טיטשינג-שפיטאל אדער עפעס א יוניווערסיטי.
- דו שרייבסט אז דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. דער אמת איז אבער אז מ'האט פון אים צוגענומען די אפיס-ספעיס פאר די אויסברייטערונג פון די סאטמארע ביקור חולים קאך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:47 am
דורך שושן פורים
ביי די וויזניץ'ע חתונה אין חולון די וואך האט מען ב"ה פארדעקט די פריצותדיגע צורת אישה וואס האט שוין צוגעברענגט אין די פארגאנגענהייט לידי מכשולות חמורות רח"ל
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:44 pm
דורך petergrifin
ל''ע אינגאנצן פארנערט. איי געס די זעלבע קלארין/הארמאונס וואס אזא בילד איז גורם א קיצעל איז אויך שולדיג אין א נקיבה אין א זכר'ס גוף.
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:28 am
דורך טמיר
איינע פון די מערקבארע אכשר דרא'דיגע דוגמאות איז די חגא פון טו בשבט. מען קארגט נישט קיין געלט אז מען זאל ח"ו נישט אויסלאזן אפילו איין פרוכט.
אבער וואס איז פשט פון די פיינעפל געקויפאכטס, און ס'מוז נאך דוקא זיין די געטריקענטע??
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:55 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז לאו דוקא אכשר דרא, עס איז ענדערש א נייע קאושער ענטערטעינמענט, און אדרבה, ירבו כמותם.
אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 9:27 pm
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1454898406.50
7342.jpg
http://mostlymusic.com/products/realist ... eport-cardאיינער ווייסט פשט פארוואס א אלבום פאר מיידלעך דארף ווערן
געזינגען דורך אינגלעך?!
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
קראנק איז נישט די ווארט
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:06 pm
דורך ירא שמים
מסתמא זענען די רבנים חושש אז מוועט אנצינדען די טעיפ פאר די מיידלעך און די אינגלעך וועלן הערן.
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
אזא מין ירידת הדורות, שוין לאנג נישט געזען...!
אוי! ווי שטייט מען אויפ'ן וועלט
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
אין אויף די פראנט קאווער מעג יא זיין צורות פון נקיבות??
אהא! און נאכדעם וואונדערט מען זיך נאך...
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:10 am
דורך דעת תורה
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? אינגלעך זינגען קען געהערט ווערן דורך ביידע געשלעכטן, בעת מיידלעך נישט. אויב וואלטן ווען מיידלעך געהאט א פראבלעם מיט קול באיש, וואלט מען זיכער געמאכט עקסטערע אלבום'ס פאר אינגלעך און מיידלעך.
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:13 am
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? אינגלעך זינגען קען געהערט ווערן דורך ביידע געשלעכטן, בעת מיידלעך נישט. אויב וואלטן ווען מיידלעך געהאט א פראבלעם מיט קול באיש, וואלט מען זיכער געמאכט עקסטערע אלבום'ס פאר אינגלעך און מיידלעך.
וואס מיינט ביי דיר א פראבלעם...?