בלאט 5 פון 7

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
שליח הקן

כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:21 pm
דורך ירא שמים
אפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
לויט די ספרדים איז עס גארנישט אזוי העסליך....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:47 pm
דורך פרייוויליג
ליקוט נאה על מנהג כפרות

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:58 pm
דורך ירא שמים
בן אדם האט געשריבן:לויט די ספרדים איז עס גארנישט אזוי העסליך....

די ספרדים זענען דאך די גרעסטע חסידים פון אר״י הקדוש מיטן מהרח״ו .

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:52 pm
דורך מור וקציעה
מור וקציעה האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה


שוב ראיתי בלוח עזרת תורה הנפוץ בארה''ב להפוסק המובהק הגרי''א הענקין זצ''ל -וכתב שם- שמקיימין לכתחלה מנהג הכפרות בממון


אני משער שאם מנהיג מפלגת דגל התורה הליטאית נוהג לעשות מנהג הכפרות בממון שחלק ניכר מליטאי ב''ב נוהגים כמותו

הכפרות של הגראי"ל: צדקה לילדים
הגראי"ל שטיינמן ערך את מנהג הכפרות על כספי צדקה, אותו העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי
משה כהן יום שני ח' תשרי תשע"ו 00:29 21/09/2015

הגראי"ל שטיינמן ערך היום (א') את מנהג הכפרות על כסף.

את כסף הפדיון של הכפרות העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי, כשהוא אומר: "מי שדואג לילדים של הקב"ה אז הקב"ה ידאג לילדים שלו".


http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=89849

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:18 pm
דורך Milk shake
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:06 pm
דורך אהרן
Milk shake האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף

עס איז פארפירעריש אבער מען קען עס נישט אנרופען דברי ניאוץ עס איז סך הכל א לשון וואס ווערט דערמאנט אין די פוסקים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:53 am
דורך געוואלדיג
בן אדם האט געשריבן:לויט די ספרדים איז עס גארנישט אזוי העסליך....


די ספרדים זענען געהעריג מקיים דעם מנהג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:14 pm
דורך Milk shake
אהרן האט געשריבן:
Milk shake האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף

עס איז פארפירעריש אבער מען קען עס נישט אנרופען דברי ניאוץ עס איז סך הכל א לשון וואס ווערט דערמאנט אין די פוסקים


די כוונה פון דעם פותח האשכול איז אויסדריקליך נישט די זעלבע ווי דעם הייליגן בית יוסף וועלכער שרייבט דרכי האמורי, (און דיר רמ"א פסק'ט אעפ"כ אז מ'זאל יא מקיים זין מנהג כפרות), די פוסקים זענען מבאר אז מענטשן פלעגן ארום קלעטערן זוכן דייקא ווייסע הינדלעך, און גע'פסל'ט שווארצע, דאס איז דרכי האמורי, און דער מטה אפרים און משנה ברורה ווארענען טאקע מ'זאל נישט נאכגיין דייקא ווייסע וועגן דרכי האמורי, וואס די כוונה פון דעם פותח האשכול איז דארף איך נישט מסביר זיין, (איך האלט שוין נאך מפייס זיין..).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:30 pm
דורך בר דעת
דאס איז פאלש. דער בית יוסף זאגט אז כפרות אויף א תרנגול איז דרכי אמורי, די יצר הרע פון דרכי האמורי איז מעכטיג, זי וועט פארדרייען א קאפ מיט שווארץ און ווייס און משוגעתן' אבי צו אנהאלטן די גרויליגע מנהג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:42 pm
דורך בעל מדות
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.

אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:46 pm
דורך Kool man
בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:38 pm
דורך שלום על ישראל
בעל מדות האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.

אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.

פארוואס ווילען מיר תמימים זאלן זיך דרייען דא?...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:39 pm
דורך שלום על ישראל
Kool man האט געשריבן:בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך

איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:48 pm
דורך ירא שמים
לו יצויר סדא א פוסק יחידאי וואס האלט אז יש בו משום דרכי האמורי אבער כל שאר הפוסקים פון די גאונים ביז כל פוסקי וגדולי זמננו האלטן נישט אזוי , איז אזא קעפל און אזא תגובה פון בר דעת א גידוף קעגן כל גדולי ישראל וכל בית ישראל וואס איז ביי זיי אנגענומען די מנהג אלס א מנהג קדוש , און אזא קעפל טרייבט אוועק יעדער איינער וואס האט נאר אביסל סענסעטיווקייט און כבוד גדולי ישראל און כבוד בית ישראל יקר בעיניו.

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:43 pm
דורך דעת תורה
די פראבלעם איז אז די מעשה איז פארקערט.

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:55 pm
דורך ירא שמים
תסביר

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:16 pm
דורך דעת תורה
ס'איז א גרויסע מבוכה אין די פוסקים, און רוב פוסקים זענען נישט קיין גרויסע חסידים דערפון סתם אזוי, אפילו ווער ס'איז נישט חושש צו דרכי האמורי, בעיקר מטעם המנהג וואס איז שוין געווען אזוי איינגעפירט. די דעה דערקעגן איז נישט קיין דעה יחידאה בכלל נאר האט אזש געמאכט איר וועג פראמינענט אין שו"ע אריין.

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'טרייבט אוועק מענטשען וואס האבען מורא פון א פרעמדע דעה. איך בין נישט איינשטימיג דערמיט, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם מיט ליינען אן אשכול וועגען א נושא מיט וואס איך האלט נישט דערמיט.
אגב, ווי שוין אויסגעשמועסט, איך מאך נישט קיין כפרות מיט א הונדל.

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:49 pm
דורך ירא שמים
לאמיר טוישען דעם נוסח אביסל : א מנהג ותיקון וואס האט שטארקע מקורות בדברי הפוסקים והמקובלים , גיין העצן דערגעגען איז א שטארקע פגיעה , סאיז אזוי וואו די וואס שרייען שבת אויף די וואס פארלאזן זיך אויפן עירוב פון ברוקלין , והבל יפצה פיהם של שני כתות הנזכרות , ושלום על ישראל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 5:52 am
דורך אייניקעל
יארן לאנג האבן תמימידיגע יודן פארקנאקט דעם שולחן ערוך ווען זיי האבן געזעהן ווי דער מחבר שרייבט אויף די כפרות מנהג "ומנהג שטות הוא"

ביז די נייערע דרוקן האבן עס ארויסגענומען.

זו דרכה של תורה, מ'שרייבט וואס מ'האלט, נישטא קיין הלכות פאליטיקעל קארעקטנאס, ווער עס קען עס נישט סובל זיין זאל פארלאזן די קיך (אדער די קאווע שטיבל) והכל על מקומו יבוא בשלום.

ס'איז כדי נאכאמאל צו ערווענען אז מיין כוונה מיטן עפענן דעם אשכול איז נאר איין זאך אויפצועפענן די אויגן אז מיר זאלן זעהן און פארשטיין אז מען קען נישט מקיים זיין א מנהג מפוקפק דורך עובר זיין א איסור דאורייתא, נישט פארהאן אזא מין זאך אז א מנהג און נאך דערצו א מנהג מיט הארבע פראגע צייכענעס זאל דוחה זיין א איסור מן התורה.

די עיקר פראבלעם באציעט זיך קלאר צו "קאמערשיאל טשיקען-כפרות" ס'איז קלאר אז די מייסדי המנהג וואלטן דאס מבטל געווען (ומשם ווערט שוין נרחב דער שמועס אודות "טשיקען כפרות" בעצם) אבער חס ושלום נישט מבטל זיין די מנהג פון כפרות אויף געלט ס'איז א הייליגע מנהג וואס מיר גייען טאקע אט אט מקיים זיין

ובזכות זה וואס מיר פארמיידן צער פון בעלי חיים, וואס איז א גרויסע ענין ספעציעל ערב יום כפור כמבואר בחיי אדם וועלן מיר אלע האבן א ליכטיג יאר אזוי ווי רבינו הקדוש בשעתו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:31 am
דורך דריידל
אייניקעל,

כ'האב דיר געלייקט נישט ווייל איך בין ח"ו מסכים אז מ'דארף אפשטעלן די מנהג, ווייל אפילו אויב ס'איז דא פראבלעמען דארף מען עס פשוט מתקן זיין. מ'קען גיין צו א טשיקן פארם אין שלאגן דארט. אבער מיט דיין נקודה אז מ'דארף קענען אויסשמועסן מיינונגען אפילו אויב ס'איז קאנטרעווירשעל, דאס בין איך מסכים.

ס'איז אינטערגעוואקסן א דור אשר לא ידע את יוסף, וואס געדענקן נישט די גייסט פון קאווע שטיבל לויט ווי עס איז אוועק געשטעלט געווארן דורך די מיסדים אין די בראשית יארן. מי יתננו ירחי קדם ווען אזעלכע סוגיות עמוקות זענען אויסגעשמועסט געווארן בטוב טעם ודעת לארכה ולרחבה.

איך שרייב שוין לאנג אז פאר מ'שרייבט דארף מען גוט דורך לערנען אשכולות פון די בראשית יארן צו באקומען א געפיל וויאזוי צוצוגיין צו אן אשכול. דער וואס שפירט אז זיין אידישקייט ווערט אםגעשוואכט פון ליינען אזעלכע "העצערישע" קעפלעך, האט בכלל נישט וואס צו זיכן אויפ'ן אינטערנעט ווי בלי ספק זעהט ער זיך אן מיט פול ערגערס.