בלאט 5 פון 6

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 7:34 pm
דורך smart
אורח האט געשריבן:דאס וואס איינער האט פארגעשלאגען אז ס'זאל זיין א פאבליק ניק איז לכאורה נישט ראטזאם ווייל עס וועט ברענגען א צומעניש ווען איינער וועט אויך וועלן קאמענטירען נישט מיט זיין געהעריגע ניק

גערעכט - א ריכטיגע נקודה

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 11:09 pm
דורך אלבערט
smart האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט


איך האלט אז דאס איז א שטיקעל אישאו ווי איך געדענק פון אייוועלט איז אין התאחדות אברכים געווען זייער זייער אסאך ניקס מיט ווייניג הודעות, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם האט נישט גענוצט זייער אייגענע ניקס, ווייל מען האט גערעדט פרעזענליגע זאכן וואו באקאנט. און זייער אסאך ניקס האבן געוויסט איינער פונעם צווייטען סאוי במילא אין התאחדות האט מען גענוצט אנדערע ניקס,

אולי טראכט איך פון אן עצה אז ווען מען ווערט עפראווט און די פריוואטע פארום זאל מען באקומען א נייע ניק וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר די פריוואטע פארום וכו'

דאס איז גאנץ א פיינער געדאנק און וועט לייכטער מאכן צי זען אויב דער באטרעפענדער האט געשריבן 4 מאל אין 2 וואכן.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:02 pm
דורך לעמיל
גייט זיך שוין נעקסטע וואך עפנען די פריוואטע פורם????

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 12:13 pm
דורך אלבערט
וואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 12:36 pm
דורך לעמיל
אלבערט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?

נישט באהאלטענעם פארום נאר פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 12:45 pm
דורך שמואל הלוי
אלבערט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?

מסתמא ווארט מען ביז דו וועסט אנקומען צו די נויטיגע צאל תגובות. ;)

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 12:51 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?

מסתמא ווארט מען ביז דו וועסט אנקומען צו די נויטיגע צאל תגובות. ;)

מר' אלבערט נעם דיך שרייבען אין גרויסען

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 1:18 pm
דורך אלבערט
נו, עטס האלטס דאך שוין ביים סכום, אפשר זאגט איר צי עס איז שוין אפען פאר ענק.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 1:19 pm
דורך שמואל הלוי
ביי מיר נאכנישט.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 1:32 pm
דורך לעמיל
זאל איך עינק אונרייצען?????? ניין איך גיי נישט. אשפג............

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 4:14 pm
דורך שרייבער
נו, גם אני עומד ומצפה

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 4:31 pm
דורך לעמיל
שרייבער האט געשריבן:נו, גם אני עומד ומצפה

עס איז א שאד צו שטיין דיין פיס קען נאך וויי טין זעטס דיך אראפ מאך א קאווע.............

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 4:00 pm
דורך א איד
אזוי ווי מ'האט געבעטן דא אריינצושרייבן, ווער ס'וויל זיך איינשרייבן, שרייב איך עס דא

איך וויל

ווי זענען די אפלאקאציעס?

מיינע קאמענטארן פארן פארום, וועל איך שרייבן דארט אי"ה

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 10:42 pm
דורך דעינעש
עפעס הויך באשפריצטע נייעס קומט אריין פון באריסטא פון צוויי נייע פארום'ס, ווי אויך א דאנק פאר שמואל הלוי,

ני, וואס האט איר געהערט דערפון ?

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 8:00 pm
דורך משה רוקח
און דא הייבט זיך אן די פראבלעם. מיין בעל הבית האט געבלאקט קאווע שטיבל ביי די ארבעט איבערדעם קען איך שוין נישט וויזיטן פון דארט.
מילא וועל איך האבן ווייניגער תגובות, וועט נעמען לענגער אנצוקומען צו 75 און ס'וועט זיין שווערער פאר מיר צו שרייבן פיר תגובות פער חודש דארט ווען איך וועל שוין יא זיין דארט.
איינער האט עפעס אן עצה?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:02 pm
דורך א איד
נו די פארום האט זיך שוין געפענט?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:17 pm
דורך לעמיל
ווילאנג גייט מען אונז לאזן ווארטן???? לעטס גא מנהלים הארי אף

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 12:51 am
דורך גבאי שני
דער פריוואטער פארום וועט זיך אי"ה עפענען אין די קומענדיגע טאג-צוויי. ווער עס וויל זיך אריינשרייבן - און האט זיך נאכנישט געמאלדן - זאל זיך ביטע מעלדן צו איינער פון די מנהלים.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:04 pm
דורך לעמיל
ויאזוי מעלד מען זיך? ביי די פריוואטע מעסעדעשעס? מיינס גייט נישט דארעך ווייסט איינער פארוואס?

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:16 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:ויאזוי מעלד מען זיך? ביי די פריוואטע מעסעדעשעס? מיינס גייט נישט דארעך ווייסט איינער פארוואס?

לכאורה לויט ווי איך פארשטיי קענסטו זיך אויך מעלדן דא אין דעם אשכול (בעסער געזאגט האסט זיך שוין געמאלדן ;) ).

---
בנוגע דיין פראבלעם, וואסערע מעסעדזש קומט ארויף ווען דו פרובירסט צו שיקן א פרייוואטע הודעה?

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:59 pm
דורך לעמיל
איך האב געמאכט א טעות איך האב געמיינט אז ווילאנג די הודעה איז ביי די פאלדער פין ארויסגייענדע פאסט מיינט עס איז נאכנישט ארויס האט מיך הרב שמואל הלוי אויפגעקלערט אז עס איז דארט ביז צו וועים מ'האט עס געשיקט ליינט עס, א גרויסען שכוח פאר הרב שמאול הלוי פארען מיך מסביר זיין :like :like :like אין איין וועיג זאג איך א שכוח פאר מר' ידען פארען עפענען די די אשכול ווער ויל טשעטין גוגל טאלק, יאהו, מ.ס.נ? לאנג זאל לעבען גוגל טאלק :D :D :D כדאי צו זיין אין שטיבעל נאר פאר דעים

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:07 pm
דורך שמואל הלוי
מיי פלעזשור

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:19 pm
דורך באריסטא
דער פריוואטער פארום איז שוין אפן בשעטומ"צ. זיך איינצושרייבן זאל מען זיך מעלדן צו דעם אחראי "מידת הדין".
געדענקט אז פאר'ן שרייבן 75 זאכליכע הודעות קען מען זיך נישט איינשרייבן. אזוי אויך, כדי אנצוהאלטן צוטריט צו דעם פריוואטן פארום, מוז מען דארטן שרייבן א מינימום פון פיר הודעות אין יעדער צייט-אפשניט פון צוויי וואכן.