בלאט 5 פון 6

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:52 am
דורך שמעקעדיג
סקווער האט געהאלטן אז דער מגן דוד איז געבליבן הייליג אפילו נאכן מאכן דערפון דעם דגל הציונות? מקבל געווען פון וועמען?
איך פרעג נאר.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:10 am
דורך געפילטע פיש
מ'קריגט זיך דא אויף נארישקייטן, מ'מאכט פונעם מגן דוד א גאנצע דבר שבקדושה, און די סאטמערע מאכן דערפון אן עבודה זרה.
די מגן דוד איז אלעמאל געווען א סימבאל, פונקט ווי די לייבן וואס האלטן די לוחות און די מנורה פונעם למנצח, אפילו די נאצים ימ"ש האבן דאס געוויסט, און געהייסן די אידן טראגן די געלע לאטעס.
שטעלט איך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:30 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?


מען וואלט אנגעגאסן די מנורה מיט וואסער און געזאגט תחנון אנשטאט הלל גאנץ חנוכה ;)

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:10 am
דורך איך אויך
די מנורה איז די סימבאל פונעם כנסת.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:50 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:די מנורה איז די סימבאל פונעם כנסת.

איך בין אויך גערעכט, כ'מיין צו זאגען איך אויך איז גערעכט דא האט עטץ, נידער מיט'ן מנורה, פוי, פוי צא וכו'
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7% ... 7%90%D7%9C

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:52 am
דורך טעפל
די מנורה לעבן כנסת.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
די מנורה האט דאך בלויז 7 ליכט, ממילא איז עס נישט משנה לגבי חנוכה.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:08 pm
דורך בעריש
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:ממש אזוי אדער ענליך?

ענליך. דוכט זיך אז די מעשה גייט אז ער האט געזען א מגן-דוד אויף א פלאש וויין און עס געהייסן אראפקראצן.

דאס איז געווען ביי ר' איציקל ז"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
אין סאטמאר ראדני, ליגן צוויי גרויסע מנורות, פון זיבן רערן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:00 pm
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.


ברענסט דאך א מעשה לסתור צו זיין 'מגן דוד' טענה. פון הבה נגילה איז משמע אז סקווירא האט יא געהאלטן פון דעם "ואף על פי שהיתה אהובה לו בימי האבות, עכשיו שנאה, מאחר שעשאוה אלו חק לעבודת אלילים."

אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:51 am
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אין סאטמאר ראדני, ליגן צוויי גרויסע מנורות, פון זיבן רערן

וואו?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
אונטערן קיה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:05 am
דורך I'm back
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אונטערן קיה


טיפיקעל אייוועלט זשאוק!

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:31 am
דורך אחד העם
אז מען רעדט שוין פון די ססימבאל פון די מנורה איז אינטרעסאנט צו ויסען וויאזוי עס אנגעקומען צו דעם סימבאל והי לך לשון הוויקי:

סמל מדינת ישראל

סמל מדינת ישראלפרטיםתאריך אימוץי"א בשבט ה'תש"ט, 10 בפברואר 1949התקניםמגןכחול, מנורת שבעת הקנים בלבן, 2 ענפי זית בלבן, כיתוב: "ישראל"פרטים נוספיםשימושדרכונים, מסמכי ממשלה רשמיים, משרדי ממשלהקטע מתוך התבליט בשער טיטוס.בול משנת 1955 שהונפק לכבודיום העצמאות השביעי בעיצובו של ג. המוריסמל מדינת ישראל הוא מגן אשר במרכזו מנורת שבעת הקנים, משני צדיה ענפי זית ובתחתיתו הכיתוב "ישראל". יש שתי גרסאות של הסמל: באחת מופיעים המנורה, ענפי הזית והמילה "ישראל" בצבע זהוב על רקע כחול עמוק, ובאחרת הם מופיעים בצבע לבן או אפרפר-כסוף על רקע כחול. הגרסה הראשונה משמשת בדרך-כלל כשסמל המדינה מוצג כשלעצמו, בעוד הגרסה השנייה משמשת בנס הנשיא או כשהסמל מופיע על-גבי דגלונים. על-גבי מסמכים מוצג הסמל לעתים קרובות בשחור-לבן (המנורה ויתר האלמנטים לבנים על רקע שחור), ובמוסדות שונים מוצג הסמל כתבליט, בלי הבדל משמעותי בין צבע האלמנטים לצבע הרקע.את הסמל עיצבו האחים גבריאל ומקסים שמיר, והוא נבחר מבין הצעות רבות שהוגשו לוועדת הסמל והדגל שהקימהמועצת המדינה הזמנית. הוועדה פרסמה מכרז ובו קראה לתושבי המדינה להציע הצעות לסמל המדינה. במכרז פורטו המלצות לגבי האלמנטים שייכללו בסמל, אולם הוועדה התחייבה לדון בכל הצעה שתוגש. מאות הצעות הוגשו לוועדה, ובתהליך ארוך נבחרו שלוש הצעות. אלה הובאו בפני מועצת המדינה הזמנית. המועצה החליטה לבחור בהצעה שהגישו האחים שמיר, ביום י"א בשבטה'תש"ט, 10 בפברואר 1949.לוועדה פנו 164 אנשים שהגישו 450 הצעות. שלוש הצעות נבחרו ועלו לדיון: הצעתם של אוטה וליש וסטרוסקי, הצעתם של איתמר דוד ושכטר, והצעתם של האחים שמיר. הצעתם של וליש וסטרוסקי כללה מגן מחולק לשניים - בחלק הגדול התחתון מופיעה מנורת שבעת הקנים בעיצוב הדומה לתבליט על שער טיטוס ברומא, ובחלק העליון מופיעים שבעת הכוכבים של הרצל. הצעתם של דוד ושכטר התבססה על הפסיפס של בית הכנסת העתיק ביריחו. בפסיפס מופיעה מנורת שבעת הקנים ניצבת על שלוש רגליים (ולא על בסיס רחב כמו בשער טיטוס, ראו להלן), משני עבריה שופר ולולב ומתחתיה הכתובת "שלום על ישראל" (על-פי מזמור קכ"ה בתהילים). בהצעתם של דוד ושכטר המנורה מופיעה בעיצוב דומה לזה שבפסיפס בית הכנסת ביריחו, שבעת הכוכבים של הרצל מקיפים אותה משלושה עברים, ומתחתיה מופיעים ענף זית, אתרוג, לולב,שופר, והמוטו: "שלום על ישראל". הצעתם המקורית של האחים שמיר כללה מגן שבמרכזו מנורת שבעת הקנים בעיצוב סכמטי מודרני. בהצעתם, שבעת הכוכבים של הרצל מסודרים מעל המנורה בשורה, ומשני עבריה ענפי זית.ייתכן שמעצבי הסמל, האחים שמיר, הושפעו מקטע בנבואת הנביא זכריה (ספר זכריה, פרק ד) שבה מראה המלאך לנביא "מנורת זהב כולה וגֻלּה על ראשה ושבעה נרותיה עליה... ושנים זיתים עליה אחד מימין הגֻלּה ואחד על שמאלה". האחים שמיר עצמם לא הזכירו את הקטע מספר זכריה כהשראה לעיצוב, אף על-פי שהסבירו בפירוט את עבודתם בריאיו1ן שנתנו לעיתון מעריב ב-16 בפברואר 1949. לפיכך, אין לדעת אם מדובר בצירוף מקרים, או בדמיון מכוון.הוועדה החליטה כי הצעתם של האחים שמיר תשמש בסיס לסמל המדינה, אולם דרשו לערוך בה שינויים. עיצוב המנורה לא נראה הולם בעיני חברי הוועדה, והם העדיפו את העיצוב המופיע בתבליט שער טיטוס. התבליט המתאר תהלוכה של עבדים וחיילים השבים לרומא לאחר ניצחון הרומאים על יהודה והחרבת בית המקדש בירושלים בשנת 70 לספירה. השימוש בתבליט הרומי נועד לסמל את חזרת המנורה למקומה המקורי. השימוש בענפי זית מצא חן בעיני חברי הוועדה, והועדף על פני השימוש בסמלי הלולב, האתרוג והשופר, שכן הם ביקשו להימנע משימוש בסמלים בעלי אופי דתי מובהק. הוספת ענפי הזית כסמל לשלום נראתה עדיפה על-פני השימוש במוטו "שלום על ישראל", אולם בכל זאת, ביקשה הוועדה להוסיף את השם "ישראל" בעברית מתחת למנורה. שבעת הכוכבים של הרצל הושמטו בסופו של דבר מהעיצוב הסופי.מעמדו המשפטי והמדיני של סמל מדינת ישראל על פי החוק, נקבע ב"חוק הדגל, הסמל והמנון המדינה", תש"ט-1949

און דא איז איינער מלא טענות אויף דעם סימבאל:

http://www.haaretz.co.il/mobile/1.1188294
דער רב הראשי הרב הרצוג איז אויך נישט געווען צופרידען מיט דעם:
לא טוב עושה ממשלתנו היום הזה, כשזכינו שוב לאורה של ציון המסומלת במנורה, שהיא מחקה דווקא את תמונת המנורה שבקשת טיטוס, אשר כנראה חחו בה ידי זרים ושאינה כלה על מלאכת הקודש, ולא זו בלבד אלא שהעיד לפני אדם מומחה בידיעת הקדמוניות (ארכולוג) שהמנורות המצוירות על הקברים בקטקומבות שברומי כולן בנות שלש רגלים וכן כל המנורות המצוירות בפספיסין של שרידי בתי הכנסת הנמצאים בארץ ישראל,
און ווי עס ליגט מיר און קאפ איז דא עפעס קריטיק אויפ'ן פאן אויכעט, אז די צוויי בלויע שטראכען האבן נישט קיין פשט, און עס שטאמט פון די רומים, כוועל עס נאכקוקען נאכאמאל
400px-Emblem_of_Israel.svg.png

emblem8.jpg

באמערק די חילוק פון די צוויי איינס מיט פיסלעך און איינס אן ולזה כיוון הרב הרצוג כנ"ל

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:42 am
דורך נאר,,פרייליך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איינע פון די סיבות וואס כ'האב בכלל אנגעהויבן דעם נושא, איז טאקע דערפאר, כ'בין לעצטענס געפלעפט געווארן ווע כ'בין געוואויר געווארן, אז אסאך ווייסן בכלל נישט די היסטאריע און קדושה פון דעם סימבאל.
לאמיר אנהייבן מיט עטליכע פרטים, און ווער ס'ווייסט יא, זאל ביטע צולייגן, כדי מ'זאל וויסן וואס עס האנדעלט זיך דא.

אינעם הייליגן ספר רזיאל המלאך, וואס איז מקובל איז עס איז פון אדם הראשון [כ'האב נישט יעצט די מקור] און איז אלע יארן געווען א קבלה ספר וואס מ'האט געהאלטן פארן העכסטן שמירה און ממש ווייניג האבן פארשטאנען די סודות, שטייט קלאר בילדער פונעם זעקס עקיגער שטערן, וואס איז אלץ מרומז דערין.
אבער בכלל האבן די חסידישע ספרים, און בפרט די הייליגע טשערנאבליר צדיקים, און בפרט דער הייליגער טריסקער מגיד און דער הייליגער טאלנער מגיד נ''ע, מסביר געווען וואס איז נוגע פאר אונז.
אינעם מגן אברהם רופט ער דאס, די 'ששה קצוות' וואס איז מרמז אויף מידת היסוד, און די צוועלעף אלכסונין, דאס הייסט די צוועלעף ווינקעלעך אינעם שטערן, איז די יב' שבטי קה, וואס אלע האבן ממשיך געווען יודישע דורות אויף דעם גאנג, פון די זעקס הייליגע מידות הקדושות חג''ת נה''י און בעיקר פון אלעמען איז גאט ב''ה 'מלכות'.
אין טשערנאביל זענען די ריקודים שמחת תורה, אויפן שטייגער פונעם פארעם פון די 'ששה קצוות' די הייליגע זעקס מידות, און ביים זעקסטן איז ש' ד' י' און ביים זיבעטן איז א עיגול מלכות.
די ששה קצוות ווערט גענוצט אויכעט ביים שאקלען מיט די ארבע מינים, און אינמיטן איז דער 'יוד' דער יודעלע דעם אייבירשטנס הייליג אויסדערוועלט פאלק.
דער טיפת ה'יוד' איז מרומז אויף די ניצוץ קדוש וואס א יוד ווערט באשאפן פונעם טיפת זרע קודש וואס ווערט בקדושה וטהרה נמשך דורך יעדע פאר פאלק. און דערפאר איז דאס די 'יסוד' קדושת ישראל, וואס היטלער ימ''ש האט פאר יעדן פרייז געוואלט פארמעקן,און דאס איז נישט בחינם געווען די שאנדע צייכן אין זייער אויגן, און דאס הייליג סימבאל אין אלע דורות מאז היתה נשמת ה' באפיו של יציר כפיו, וואס איז געווען די יסוד און עיקר תכלית פונעם בריאה וואס איז באשאפן געווארן אויף דעם אופן פון ששה קצוות און עיגול, דער יוד און די מידות און דער מלך מלכי המלכים איבער אלעס.
און דאס הייסט 'מגן דוד' ווייל אויפן פאנצער פון דוד המלך איז געווען אויסגעקרוצט דעם סימבאל דאס איז געווען די רמז אז מיטן כח הקדושה איז מען מנצח אלע שונאים.
דער אלטער סקווערער רבי, האט שטארק געפייערט מ'זאל לייגן א מגן דוד'ל אויפן ארון הקודש, און נאך עטליכע זאכן וואס איז געווארן אין סאטמאר אסור, האט דער אלטער סקווערע רבי מסביר געווען פארן סאטמארער רב ר''ר יואל זצ''ל, מיט דעם לשון: אז זעי וועלן לעיגן תפילין וועלן מיר ניט לעיגן??
און דאס ניגון 'לשנה הבאה' וואס איז געווען פון די הקפה ניגונים אין אלט סקווער, איז פארכאפט געווארן דורך די ציונים און חובבי ציון, טאקע אויפן ווידיאו אין מונקאטש זעט מען דארט א טענצל פון תערובות, וואס שוין דארט איז די ניגון געווען איינגעבאקן.
ווי באוואוסט איז דער מנחת אלעזר געווען פון די שטארקע לוחמים, ווייל טאקע דארט איז געווען א נעסט פון ציונות אין גרויסן.
אויכעט אין שטאט סקווירא, האבן געוואוינט שטארקע חסידים וואס נעבעך זייערע דורות זענען געווארן פארפאלן אין שיטת הציונית, צווישן זיי דער באגאבטער שרייבער 'שלום עליכם' שלום ראבינאוויטש, און דער באקאנטע חזן 'פינטשיק' וואס דער אלטער סקווערע רבי האט עהם נאך געטראפן און עהם זייער שארף געזאגט, נאך וואס זיין טאטע ר' דוד'ל סקווערער האט שוין יונגע הייט געזאגט אויף עהם 'ווי א גרעסערע חאויזען א גרעסערע שעיגעץ..

לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.
אגב, נאך היינט, אפאר יאר צוריק, ווען מיר זעמער געווען אין אלט סקווירא האט מען געהערט אין א 'באר' קרעטשמע.. ווי זיי זינגען די גוים דעם ליד. ווייל די ליד איז געווארן א שטאטס ניגון דארט נאך פון די אלטע צייטן ווען חסידים האבן דערויף געפייערט.

יעצט, אז מ'רעדט וועגן דעם מגן דוד, און מ'ווייסט וואס דאס איז, 'אביסל', איז די ווייטאג אז זיי ניצן דאס די מדינה, מער. אבער גלייכצייטיג אויכעט מיט פאראכטונג אז ס'נישט סתם א לעצטיגע סימבאל און גוט שבת. ווער ס'קען מוסיף זיין זאל ביטע מוסיף זיין. להנאת יושבי בית הקפה.. [קאן זיין אויך אין דעם קאווע שטיבל צעזינגט מען זיך..]


מה שנוגע דעם ניגון הבה נגילה

און קאוועלע דא בארימט זעך אז דער הייליגער בעלזער הויף האט דאס געזינגען ביום שמח''ת

נו! דאס איז דאך דעי הייליגע בעלזע ירושה ווי מער חנופה לציונים והנגררים אחריהם הרי''ז משובח בפרט א מ'קען עס טון אין די הייליגע טעג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:53 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:09 pm
דורך איך אויך
נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:29 pm
דורך א שוויצער
איך אויך האט געשריבן:נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.


די הייליגע רב האט היי יאר געזאגט אז זיי זענען כלבים
ווי טרויט זיך א טייערער בעלזער חסיד אזאנס צו שרייבען אז ס'איז אין די אדמה??
חצוף
רבן דקרו

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:33 pm
דורך קאווע טרינקער
שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:01 pm
דורך א שוויצער
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.


כ'בעט דיר ביטע נישט סטראשענען, פרוביר קודם מיט שיינעם

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:04 pm
דורך בשבילי!
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html

איז ער אלעמאל אזוי שווער דיקלעך געווען ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:08 pm
דורך איך אויך
געווען אמאל מער ,ער איז אויף א מייזעלס דייעט און פארלירט צוביסלעך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:15 pm
דורך קאווע טרינקער
ליצנות אויף א איד?!
פארוואס?