בלאט 5 פון 6
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:50 pm
דורך I'm back
סארי, אבער איך זע גארנישט פון זיין קליידונג.
מיין טאטע האט אמאל געטראגן א קורצע רעקל, אזוי ווי ער טראגט. מיינט דאס אז מיין טאטע איז געווען א בעל תאוה?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:50 pm
דורך קעניגרייך
I'm back האט געשריבן:סארי, אבער איך זע גארנישט פון זיין קליידונג.
מיין טאטע האט אמאל געטראגן א קורצע רעקל, אזוי ווי ער טראגט. מיינט דאס אז מיין טאטע איז געווען א בעל תאוה?
הצלחה רבה!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:53 pm
דורך וועפערייזער
קעניגרייך, ביסטו אפשר א קרוב מיט קעניגזאהן פון אייוועלט?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:05 pm
דורך הוגה
מיאוסע אידישע פרצוף....
מסית ומדיח געטריבן דורך אשמדאי...
איך קען נישט מחליט זיין אויב איך ליין דא מיין קאמפף אדער די "שלשה אחים"...
איך האב אפאר ערענסטע נקודות פון דיין באשרייבונג וואס איך וואלט געוואלט פרעגן און פארשטיין, אבער פון דיין פריערדיגע רעאקציע זעהט נישט אויס ווי ס'דא מיט וועם צו רעדן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:18 pm
דורך פאריז
I'm back האט געשריבן:[tag]קעניגרייך[/tag], פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?
קענסרייך האט אייך שוין גענפערט בעפאר איר האט געפרעגט:
קעניגרייך האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן, איך קען אים, ער איז היינט יום ב' לסדר תולדות א וויסטער....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:22 pm
דורך פאריז
הוגה האט געשריבן:איך קען נישט מחליט זיין אויב איך ליין דא מיין קאמפף אדער די "שלשה אחים"...
.
די ענין פון ״מצדיק רשע ומרשיע צדיק״ איז טאקע א איינגעגסענע מנהג,
אבער ווער ווייסט נאך אזוי גוט ווי מיר חברי הקאווע שטיבעל אז נישט יעדע מנהג מוז מען אלץ איינהאלטען!
אמאל מעג מען אויך טיען ווי די הלכה, מצדיק צדיק ומרשיע רשע.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:03 pm
דורך חבקוק הנביא
קעניגרייך האט געשריבן:איך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.
.......
ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.
פארוואס זאל מען אננעמען דיינע ווערטער ווען קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט, און מען זעהט קלאר אז די שרייבסט מיט
האס, וואס דאס מיינט אז די האסט עפעס א נאנטשאפט צי די סוטואציע דארט, אין ממילא ביסטע בכלל נישט באגלייבט, ווייל דיינע מיינונגען זענען באגלייט מיט נגיעות,
קיינער ווערט נישט קיין אפגעפארען איבערנאכט, אדער וועגען א פאר ביכער, ס'זיכער דא נאך גרויסע שטיקלעך צי דעם פאזעל, וואס ווערט געהאלטען באהאלטען אינטערען קארפעט,
סתם שרייען מיט
האס אזוי ווי די טוסט, ווייזט אז די האסט עפעס א עמאשענעל קאנעקשען צי די פרשה, סאו סארי אבער אין מיין אפיניען קען מען נישט אננעמען דיינע ווערטער פאר די ענדגילטיגע אמת,
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:11 pm
דורך גאנצל
חבקוק הנביא האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:איך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.
.......
ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.
פארוואס זאל מען אננעמען דיינע ווערטער ווען קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט, און מען זעהט קלאר אז די שרייבסט מיט
האס, וואס דאס מיינט אז די האסט עפעס א נאנטשאפט צי די סוטואציע דארט, אין ממילא ביסטע בכלל נישט באגלייבט, ווייל דיינע מיינונגען זענען באגלייט מיט נגיעות,
פאר די זעלבע סיבה וואס דו נעמסט אן פארקערט פארוואס גלייבסטו יענעם אזוי שנעל יענער ווייסטו דען יא ווער ס'איז
קיינער ווערט נישט קיין אפגעפארען איבערנאכט, אדער וועגען א פאר ביכער, ס'זיכער דא נאך גרויסע שטיקלעך צי דעם פאזעל, וואס ווערט געהאלטען באהאלטען אינטערען קארפעט,
ס'האט טאקע נישט פאסירט איבערנאכט ס'האט געדויערט א שיינע פאר נעכט נאכ'ן זיך אנליינען מיט מער ווי אפאר ביכלעך און עניוועי גענויגט צו יענע צד האט עס פאסירט נעבעך לדאובן לב אבותיו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:50 pm
דורך שלמה המלך
נעבעך נעבעך!
זיי נישט ברוגז זי סואנד נישט גיט!!! איך מקבל אויף מיר נישט צי ווערען ווי זי!! נישט אויסציקיקען אזוי.... WOW איז דעס דיפרעסינג!!
איך בין נייגעריג וואס נאך זי טוט אלץ לטובת איהרע קינדער און געטרייע מאן!
קיק די רימארקס דארט! (כ'האב געמיינט נאר איך טראכט אזוי - אפשר גאר בין איך אויך אייסעלעיטעט וועגען דעם סיסטעם! אבער איך זעה די רימארקס בין איך אקעי)
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:55 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
בעצם האסטו געזאלט שרייבען ״זהירות נשים״, לנעשה נאכן קוקן די קליפ איז שוין אלץ צו פארשטיין.
ר׳ איד? זענט איר געפערליך היציג? וואטשט דאס קליפ איר וועט זיך תיכף בארואנגען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:24 pm
דורך שלמה המלך
ומכאן הקריאה יוצאת!
שפרה קריינדעל כ"ץ / לאווען איז געוועהן א געלונגענע מיידל/ווייבל, ס'האט איהר גארנישט געפעלט, קאמפויזט ניגונים מיט גראמען עפעס איינס אין די וועלט! באמת געוועהן א געלונגענע זאך, צוזאמען מיט איהרע טייערע קינדערלעך!!! איהר צופראסקעטע מאן יוחנן - אלץ בן יחיד און אויבער'חכם האט אלץ פארשטאנען אנדערש פון יעדעם! און שטודירט און געזוכט וואס קיינער ווייסט נישט, אזש דעם מעשוגענעם/האלב בלינדן איז איינגעפאלען צו טוישן רעליגיע למחצה לשליש ולרביע, צו'מזיק'ט זיין הערליכן עבר מיט א פאר'סרח'טן עתיד!!! די געלונגענע קינדער - וואס ראטן דוקא נישט אין אים, נאר אין מאמען - זענען געוועהן געשעצט און באליבט ביי יעדן, אבער אלעס אריין אין תהום מיט זיין גרויס אויבער'חכם'ישקייט....
די פרוי איז געוועהן אזוי צו'מזיק'ט (ווי מ'הערט האלבוועגס פון איהרע אייגענע ווערטער) געהאלטען אדער ביי א טאטאלע נערווען צעזאמענברוך אדער ביי SUICIDE האט זי אנגעפאנגען מיט גיין מיט אט דעם שעיר לעזאזל און צוביסלעך געמוזט צוגעוואוינען צים נייעם פאקט ווי זי שטייט, פרובירט צי איבערצייגן די וועלט ווי פרייליך זי איז!
הער אויס שפרה קריינדל! האסט נאך נישט פארשפעטיגט, דו קענסט אדער אפלאזען דעם בהמה (דו ביסט שוין אן אויפגעקלערטע ממילא ווייסטו שוין אז ס'איז נישט עק וועלט) און מוף צוריק קיין טאהש לעבן דיין צובראכענע טאטע מאמע (דיין שווער און שוויגער וואלטען דיך אויך אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס) אדער מוף ערגעץ אנדערש און לעב באמת וויאזוי דו ווילסט און באמת וואס דיינע קינדער ווילן! אבער דעם בלינדען שעך, גיב איהם א שטויס אין מחילה און זאג איהם שיין: אדער גיימער צוזאמען בייביי אדער זוך דיר א צווייטע קרבן (ער איז דאך גאר אויפגעקלערט, ער ווייסט דאך אוודאי צו נעמען א צווייטע ווייב און עס איז JUST NATURAL) און שלום על ישראל!
הערטס ביידע אויף צו פאמפען איבעראל ווי פרייליך און גליקליך עטס זענט, ווייל עטס זענטס נישט! און יעדער נארמאלער מענטש זעהט עס אויף ענקערע באשרייבעכטס און אינטערוויוס!
וואלטס עטץ געוועהן אזוי גליקליך און צופרידן וואלט עטץ נישט געוועהן ביזי אויפטוהן אזויפיל און העלפן די וועלט, נאר געמאכט א לעבן פאר זיך.....
די רחמנות אויף די פרוי און קינדער שרייט עד לב השמים!!
אלע דיינע אלטע פריינדינעס זענען דיך גרייט צוריק מקבל פנים זיין און יעדער פארשטייט אז דו האסט געטרייט דיין בעסט TO MAKE THE BEST OUT OF THIS
און צו אייך אלע ליינער, פאר עטס ווילטס טוהן אזא שריט, קוקט אדורך דאס לעבן ביאגראפיע פון יוחנן לאווען מיט זיין ווייב שפרה קריינדל און דאס ליידן פון די אומשולדיגע עופה'לעך.... יא יא, צוזאמען מיט די אלע גליקליכקייט פון שרה'לעס בת-מצוה וכדו'! און דאס זאל אייך דינען פאר א גוטע לעקציע וויזוי מ'קוקט אויס ווען מ'איז שוין אנגעקומען אויף די אנדערע זייט!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:28 pm
דורך איש את רעהו
די משפחה וואס שיקט כסדר פאר איר געבעקס פון איר משפחה היימיש געבאקענע מאכלים וועט איר זיכער נאך איין טאג ברענגן צו איר ריכטיגן וועג ווי זי וויל זיך באמת געפינען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:29 pm
דורך פרייוויליג
אלס א פרעמדע וואס קוקט אויף דעם ווידיאו, זעט מען אין איר אויגן פיין און פלאג. עס זעט מיר אויס ווי א אייסעס רעקלאמע וואס צווינגט דעם ארעסטאנט אריינצוזאגן דעם מעסידזש מיט געוואלד. זי האלן אינאיין זאגן מיין חשוב'ער מאן האט מיך געזאגט, און מיין חשוב'ע מאן האט מיך עקספלענט. עס זעט אויס ווי ער האלט א רעוואלווער איבער איר קאפ.
והשנית אויב וואלט געווען אפילו איין ווארט אמת אין אירע ווערטער, אדער וואלט זיך עס געזאגט מרצונה הטוב, וואלט זיך נישט געקעקעצט און געמעקעצט, און וואלט געהאט א גרויסן שמייכל אויפן פנים. זי זעט נעבעך אויס זייער שלעכט, אפגעריסן און צובראכן. זאל איר דער אייבישטער אויפרעכטן, אז זי זאל טרעפן די ריכטיג approach אין לעבן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:40 pm
דורך [NAMELESS]
ביסט נישט קיין פרעמדע, האסט דאס אלעס שוין געוויסט נאך פאר האסט געקוקט די ווידעא,
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:41 pm
דורך אבי גערעדט
וואס האט מען זיך צו רייסן און בייסן, מ'דארף נישט זיין א מורהדיגע פארשטייער צו זעהן אז די פרוי קוקט נישט אויס בסדר -מילד גערעדט- , קען מען נאר דן זיין צו זי איז געצווינגען צו זאגן די מאדנע דרשה, אדער צו זי פרובירט זיך אליינס צו בארוהיגן, צו אפשר הייבט זי יא אן ווערן העפי, ווער ווייסט דען די אמת דא? זי אליינס ווייסטעך ווארשיינליך נישט ווי זי שטייט באמת איין
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:46 pm
דורך ירא שמים
א בושה און א חרפה אז יעדעס מאל קומט מען מיט די זעלבע טענות ארויסברענגען ווי אומצופרידן זיי זענען, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ווען זיי זענען ווען יא צופרידן וואלסטו זיי נאכגעגאנגען, קאם אן, מ'גייט מיט'ן אמת צו יא הצלחה צו אהן הצלחה.
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:54 pm
דורך שטילע אינגערמאן
זי מיט חן איז ווי ק״ש מיט איי וועלט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:53 pm
דורך הקטן
המלוכה והממשלה האט געשריבן:[tag]שלמה המלך[/tag] ביסט א גרויליגע מענטש. לאווען האט נישט גערעדט קעגען קיינעם פערזענליך און רעדט נאר פון די טיפינישן פון איר הארץ כדי צו העלפען אנדערע. טיפיקעל חרדישע ענטפער אראפצורייסן יענעם מיט גרויליגע שפראך און נישט געשטויגענע לשון הרע'ס
דיין פוינט איז אז זי רעדט נאר אויף א רבים און שלמה המלך מאכט א באמערקונק אויף א יחיד?
פארשטיי איך דיך גוט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:01 pm
דורך הקטן
ירא שמים האט געשריבן:א בושה און א חרפה אז יעדעס מאל קומט מען מיט די זעלבע טענות ארויס ברענגען ווי אומצופרידן זיי זענען, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ווען זיי זענען ווען יא צופרידן וואלסטו זיי נאכגעגאנגען, קאם אהן מגייט מיטן אמת צו יא הצלחה צו אהן הצלחה.
דו האלסט אז עס זענען נישט דא אזאלכע וואס גייען אהין ווייל זיי מיינען אז דארט וועלן זיי טרעפען גליג?
וואס איז ראנג מיט זיי מאכן aware, און זיי זאגן, גיי נישט דארט שלא תמות כדרך שמת פלוני
בת מצוה פון אסתר לאווען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:20 pm
דורך ירא שמים
אה״נ ווען מרעדט צו אזא איינעם, אבער די עקסטאז מיט וועלכע די זאכן ווערן געשריבן זאגט אויף עפעס אנדערש.
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:07 am
דורך נולד מאוחר
סגעפלט מיר די שמעוס דא. מקען מיינען פון די גערעדאכטס דא, אז ווען מוואקט אריין אין קריתטאש, לעבען די פרויען דארט אויף אלע באקען, כמעט ווי לילשיש אין די נארטס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:00 am
דורך הקטן
וואס הייסט געלעבט "אויף אלע באקען" איז in the eye of the beholder
די בעסטע וועג וואס איך ווייס דאס צו מעסטען איז דארך א self reporting questionnaire בנוגע ציפרידענהייט פין לעבן, און יענענס באנעמאנג.
נישט אז דאס איז זייער objective אבער פארט איז דאס א בעסער מעסטער וואו לילשיש אין די נארטס.
אינטער די דיסקא און קאלערדיגע לייטס קען זיין באהלטען א ליידיקייט אין דעפרעסיע - לעבן וואס אפערט גארנישט, און איז נישט ווערט צו לעבן.
זי זאגט זו האט זיך מוסר נפש געווען פאר אירע קינדער
זענען טאקע איר קינדער מער צופרידענע קינדער? אפשר יא אפשר נישט
וואס איז אמאל זיכער: די מהלך המחשבה איז נאן סענס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 11:48 am
דורך שלמה המלך
הקטן האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:[tag]שלמה המלך[/tag] ביסט א גרויליגע מענטש. לאווען האט נישט גערעדט קעגען קיינעם פערזענליך און רעדט נאר פון די טיפינישן פון איר הארץ כדי צו העלפען אנדערע. טיפיקעל חרדישע ענטפער אראפצורייסן יענעם מיט גרויליגע שפראך און נישט געשטויגענע לשון הרע'ס
דיין פוינט איז אז זי רעדט נאר אויף א רבים און שלמה המלך מאכט א באמערקונק אויף א יחיד?
פארשטיי איך דיך גוט?
ניין פארשטייסט אבסעלוט נישט גיט!!
אים באדערט נישט איך רייס ארופ א יחיד והא ראי' ער טיט דאך דאס זעלביגע מיט מיר.... אים באדערט 'וואס' איך האב געשריבען און אנפלעקט אביסל די ווארהייט און די פארגאנגענהייט, איז ממילא ראסט ער ארופ ווי א קינד אין חדר ביסט עקעלדיג און גרויליג...
איך ענפער אים נישט און עס איז מיר פשוט א בושה זיך בכלל באנעמען מיט זיינע ווערטער, קוק אים נאך און זעה זיין געדאנקען-גאנג. מהלך המחשבה העסטי פארשטיין וואס און פארוואס אים באדערט וואס איך האב געזאגט! אבער נישט געפערליך ווייל ב"ה אלע אנדערע האבען עס גיט פארשטאנען.