בלאט 5 פון 13
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:10 pm
דורך blauvelt
????????????????????
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:02 pm
דורך שעפטל
זיי האבן נישט געמיינט! זיי האבן געהאט דעם "מעיאר" אויף זייער זייט
---
שכח [tag]עוזר[/tag] פארן טוישן דעם קעפל
סטאפ ארדער אראפ!
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:54 pm
דורך בן תמליון
אפעלאט געריכט אין אלבעני האט אראפגענומען דעם סטאפ ארדער פון די 50 דירות. מען קען ארבעטן ביזן קומענדן געריכט סעסיע אין מארטש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:08 pm
דורך שעפטל
מקור?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:19 pm
דורך גאלד
טעות אינעם קעפל [tag]עוזר[/tag], דער ישוב הייסט בלומינגבורג, פעלט א גימל
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:36 pm
דורך בן תמליון
שעפטל האט געשריבן:מקור?
SatmarHQ and others. It's confirmed.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:39 pm
דורך שעפטל
אז דו זאגסט אזוי גלייב איך
אגב פון HQ איז קיין ראי'... לויט
אים איז עס נאך אראפ יענע פרייטאג....
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:52 pm
דורך בן תמליון
שעפטל האט געשריבן:אז דו זאגסט אזוי גלייב איך
אגב פון HQ איז קיין ראי'... לויט
אים איז עס נאך אראפ יענע פרייטאג....
קאנפירמד מיט די בלומינבורג שכנים אויך. ער קען ענדיגן עסזיסטירנדע בנינים אבער נישט גיסן נייע פאונדעשאנס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:20 pm
דורך גם כי אלך
"דער צייטונג" באריכטעט פראמינענט דער נייער ישוב אין בלומינבורג, לויט דעם באריכט דארט אנטוויקלט זיך דער ישוב מיט גאלאפירנדע שריט און מענטשן ציען זיך כסדר אהין אריבער.
דא עקא, אז דער צייטונג דערמאנט נישט אינעם גאנצן באריכט דאס ווארט " קרית יטב לב" וואס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די דעוועלאפער האבן גאנץ ווארשיינליך באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך און וועלן פרובירן צו גיין פאראויס, פארקויפן דירות און אויפבויען א ישוב, אויך אן די אפיציעלע הסכמה און מיטארבעט פון די קהלה.
ימים ידברו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:23 pm
דורך פיינע קאווע
ב"ה פאר די גיטע נייעס. סוי ווייסט איינער וויפיל אידן וואוינען שוין דארט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:04 pm
דורך מ גפני
גם כי אלך האט געשריבן:דא עקא, אז דער צייטונג דערמאנט נישט אינעם גאנצן באריכט דאס ווארט " קרית יטב לב" וואס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די דעוועלאפער האבן גאנץ ווארשיינליך באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך און וועלן פרובירן צו גיין פאראויס, פארקויפן דירות און אויפבויען א ישוב, אויך אן די אפיציעלע הסכמה און מיטארבעט פון די קהלה.
דיין גאנצע באריכט מיט השערות און א געמיש פון נצחון, קנאה און שנאה איז אלעס געבויט אויף א
ווארשיינליך, וואו!!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:18 pm
דורך בן תמליון
אוממעגעליך צו וויסן וואס גייט פאר אינטער די קוליסן, אבער מער ווייניגער איז לאם גרייט צו ווארפן סאטמאר איבערן דראנג סיידן זיי ברעכן זיך. נישט צו אויסמישן משה שמילאוויטש וואס ארבעט פאר לאם נישט סאטמאר און איז ווייטער מיט איהם, האט דער וועד וואס מהרז"ל האט געשטעלט מצדו באשלאסן נישט מער אז זיי ווילן בעלות אויפן צוקונפטיגן שטאט מיט אלע הכנסות וואס קומט מיט א ווילידזש און פראגראמען, און זעלבסט פארשטענדליך ר' לאם וואס האט דא אינוועסטירט צענדליגער מיליאנען האלט נישט דערביי.
די משפחות וואס מופן יעצט ווערן פלאצירט אין די רענטעלס נישט די טייערע גרויסע דירות וואס זענען צום פארקויפן. בלייבט צו זעהן צו ער וועט זיך דורכקומען מיט סאטמאר, זיין זיכערסטע אפציע, אדער זוכן אן אנדער קהלה אדער מארקעטן פאר יעדן וואס וויל קומען .
אין אנדערע נייעס האט שלום לאם אפגעקויפט דעם 150 יעריגן באפטיסטישע קירכע אין בלומינבורג פאר $330.000 דאס נאך וואס ער פארמאגט שוין צענדליגער הייזער און געשעפטן אין שטאט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:18 am
דורך גם כי אלך
גפני טייערע, דו דערמאנטס מיר עטוואס פון דעם עכטן גפני וואס גלייכט צו טומלען און פארפירן בכל עת מצוא...
איינער ווייסט וואו דו האסט געזען א געמיש פון נצחון, קנאה און שנאה אין מיין תגובה ? איך האב פלעין אראפגעשריבן א שטיקל נייעס מיט א פארשטענדליכע השערה דערויף. איך פערזענדליך בין א גרויסער חסיד פון אזעלכע שטעטלעך, מי יתן והי' אז די קהלה זאל זיך צוריק פאראייניגן מיט די דעוועלאפער און אהינשיקן דעם עולם, וממנו ילמדו אנדערע קהלות, ס'איז שוין העכסט צייט עוקר צו זיין פון דער וויליאמסבורגער געטא. איך האב נאר געשריבן וויאזוי די ארענע קוקט אויס מאמענטאל.
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:35 am
דורך מ גפני
גם כי אלך האט געשריבן:גפני טייערע, דו דערמאנטס מיר עטוואס פון דעם עכטן גפני וואס גלייכט צו טומלען און פארפירן בכל עת מצוא...
איינער ווייסט וואו דו האסט געזען א געמיש פון נצחון, קנאה און שנאה אין מיין תגובה ? איך האב פלעין אראפגעשריבן א שטיקל נייעס מיט א פארשטענדליכע השערה דערויף. איך פערזענדליך בין א גרויסער חסיד פון אזעלכע שטעטלעך, מי יתן והי' אז די קהלה זאל זיך צוריק פאראייניגן מיט די דעוועלאפער און אהינשיקן דעם עולם, וממנו ילמדו אנדערע קהלות, ס'איז שוין העכסט צייט עוקר צו זיין פון דער וויליאמסבורגער געטא. איך האב נאר געשריבן וויאזוי די ארענע קוקט אויס מאמענטאל.
ווייל דער צייטונג דערמאנט נישט דאס ווארט "קרית יטב לב" מיינט נאכאלס נישט אז דער דעוועלאפער מאכט שבת פאר זיך, ס'איז וואס די טייטשט אויס ווייל אפשר האסטו אן אגענדע מיט'ן ארגינעלען פלאן
נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:10 pm
דורך הדד בן בדד
מ גפני האט געשריבן:גם כי אלך האט געשריבן:גפני טייערע, דו דערמאנטס מיר עטוואס פון דעם עכטן גפני וואס גלייכט צו טומלען און פארפירן בכל עת מצוא...
איינער ווייסט וואו דו האסט געזען א געמיש פון נצחון, קנאה און שנאה אין מיין תגובה ? איך האב פלעין אראפגעשריבן א שטיקל נייעס מיט א פארשטענדליכע השערה דערויף. איך פערזענדליך בין א גרויסער חסיד פון אזעלכע שטעטלעך, מי יתן והי' אז די קהלה זאל זיך צוריק פאראייניגן מיט די דעוועלאפער און אהינשיקן דעם עולם, וממנו ילמדו אנדערע קהלות, ס'איז שוין העכסט צייט עוקר צו זיין פון דער וויליאמסבורגער געטא. איך האב נאר געשריבן וויאזוי די ארענע קוקט אויס מאמענטאל.
ווייל דער צייטונג דערמאנט נישט דאס ווארט "קרית יטב לב" מיינט נאכאלס נישט אז דער דעוועלאפער מאכט שבת פאר זיך, ס'איז וואס די טייטשט אויס ווייל אפשר האסטו אן אגענדע מיט'ן ארגינעלען פלאן
איך גיב גערעכט פאר גם כי אלך, די גאנצע רעדע פאר חדשים לאנג איז איבער קרית יטב לב, און אז יעצט פלוצלינג איז דא א באשרייבונג אין די צייטונג און ער דערמאנט נישט קרית יטב לב מיט א ווארט, קוקט אויס אז עפעס ליגט אונטער דעם.
עז פאר עז איי עם קאנסערנד, גייט מיך נישט אן צו ער קומט זיך דורך מיט סאטמאר אדער נישט, אידהער וועי, האף איך ער וועט זיך אן עצה געבן, צו מיט סאטמאר צו דורך פארקויפן דירעקט פאר'ן ברייטן ציבור, עפעס מוז געטאהן ווערט אין דעם הינזיכט פון דירות, א הימל געשריי איז נאך גאר ווייט פון וואס דערמצב איז באמת.
פארקערט, אויב גייט עס פארן ברייטן ציבור (אויב עס איז מצליח פארשטייט זיך) קען עס זיין אן אפציע פאר מיר און נאך א שיינע פאר פון מיינע משפחה מיטגלידער, ווידער אויב גייט עס דורך סאטמאר איז דאס מיר נישט נוגע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:47 pm
דורך שרייבער
קרעדיט: טהור עינים- אייוועלט
א גוטע וואך אידן, האבן מיר אקארשט באקומען א הערשט האנטיגן, אינסייד, באריכט איבער פארשריט פון דעם צוקונפטיגן עיר ואם בישראל, יעצטיגע נייעסטע אידישע דערפל, בלומינגבורג ניו יארק.
(פלאטשיגער זעהסט, איך האב אזויפיל מתפלל געווען ביז איך האב באקומען אן אינסייד באריכט)
איז אזוי, גארנישט איז נאך נישט אווער. אבער היות קהילת סאטמאר (רז"ל) האט געהאלטן אין איין דרייען דעם קאפ פאר מר. לאםם, און האבן זיך נישט געהאלטן צו וואס מען האט אפגעמאכט, אדער בעסער געזאגט, געהאלטן אין איין טוישן די אפמאכן, און אים געפירט ביי די נאז ביז מען האט געהאלטן כמעט ביים דעדליין לגבי די וואלן, און דאן האבן זיי אים געהאלטן ביים קארג, אדער גיסטו אונז וואס מיר ווילן, אויב נישט וועלן מיר שטימען קעגן דיר. האט מר. לאםם זיי גאזאגט א גרויסן ישקני, איר האט נאך נישט קיין ליעסעס איבער די דירות (מען רעדט דא פון די כולל דירות וועלכע מען האט בעיקר געדארפט פאר די וואלן), ולא אלמן ישראל, מר. לאםם האט געטראפן אנדערע גוטע אידן וועלכע האבן געטוהן וואס מען האט געדארפט, און בעזר ה' האפן מיר צו זעהן די גוטע רעזולטאטן פון די שווערע ארבעט אין געציילטע וואכן.
דערווייל האט דאך שוין סאטמאר געזעהן אז מר. לאםם לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע, זענען זיי שנעל געקומען צו לויפן אז זיי ווילן זיך אוועקזעצן פארהאנדלען, אבער מר. לאםם האט זיי געזאגט: ביז נאך די וואלן קענט איר פארגעסן מיין טעלעפאן נומער, נאך די וואלן עמער זיך אנידערזעצן און דעמאלס וועט מען ווייטער פארהאנדלען.
דערווייל האבן זיך שוין ארויסגעצויגן דארט א שיינע פאר משפחות און אויך די אויבנדערמאנטע ישיבה, וועלכע האט באקומען א הערליכען פלאץ זיך איינצוקווארטירן, נאכן וואנדערן און זוכן א מקום מנוחה.
אלזא, דערווייל איז גארנישט אווער, און גארנישט איז נישט אנדער, אלעס הענגט דערווייל, און ווארט אויף די בעפארשטייענדע וואלן, און אויף וויפיל עס איז שייך רוקט מען זיך אפילו אצינדער.
די דאזיגע באריכט האט אנגעפולט מיין הארץ מיט פרייד, האב איך געקלערט, לאמיך נישט זיין קיין מונע טוב מבעליו, דא אין וועלטל זענען דא אסאך אידן וועלכע קוקן ארויס בכליון עיניים אויף א גוט ווארט איבער דעם פראיעקט, בין איך געקומען שנעל אהער ברענגען דעם גוט ווארט.
ימים ידברו.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:49 am
דורך על טהרת הקודש
זייענדיג א איד על טהרת הקודש וואס זיכט אן ערליך מקום בין איך שטארק אינטערסירט אין דעם געגנט, ולפי וואס די וועד האט מיר איבערגעגעבן זעהט אויס אז די פראיעקט גייט היבש פאראויס און ביז א יאר האף איך שוין צו וואוינען דארט מיט געסעטעלטע מוסדות ביהמ''ד מקוה ועוד, לפי ווי עס קוקט יעצט אויס די מצב.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:40 pm
דורך על טהרת הקודש
פיש אין שטעטל
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:57 pm
דורך בן תמליון
היינט קומט פאר וואלן אין אויטעסוויל צו דער פארקויף פונעם סקול בילדונג פארן חסידישן געברויך זאל גיין פאראויס צו נישט.
אין אנדערע וואלן נייעס האט דער ריכטער אפגעשטיפט ביז פרייטאג דעם הירינג אויף די פעטיציע וואס שלום לאם האט אריינגעגעבן נישט ארויפצושטעלן די קענגערישע קאנדידאטן אויפן בעלאט אין מערץ 18.
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:56 pm
דורך מ גפני
בן תמליון האט געשריבן:היינט קומט פאר וואלן אין אויטעסוויל צו דער פארקויף פונעם סקול בילדונג פארן חסידישן געברויך זאל גיין פאראויס צו נישט..
די נייע איינוואוינערס פון בלומינגבורג קענען אויך שטימען פאר דעם?
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:40 pm
דורך בן תמליון
מ גפני האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:היינט קומט פאר וואלן אין אויטעסוויל צו דער פארקויף פונעם סקול בילדונג פארן חסידישן געברויך זאל גיין פאראויס צו נישט..
די נייע איינוואוינערס פון בלומינגבורג קענען אויך שטימען פאר דעם?
האט נישט מיט בלומינגבורג. די וואלן זענען אין אויטעסוויל. שמעלאוויטש וויל קויפן דעם בילדונג פאר א חדר פאר די נייע קריה עס איז עטליכע מייל אוועק. דער פארקויף וועט לכאורה ווערן אנידערגעשטימט היינט. דער בנין שטייט ליידיג יארן און וועט לכאורה בלייבן ליידיג, די טאון דארף דאס געלד, אבער די לאקאלע זענען מוותר אבי עס זאל נישט גיין פאר חסידישע אידן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:05 pm
דורך signout
יעצט געהערט פין א געוויסע קוואל בשם איינס פין די אריגינעלע קונים אז לאם איז יא גרייט איבערצושרייבן די קהלישע בנינים פאר די תושבים, אין דאס איז די אנגעבליכע סיבה פארוואס ער בעט אזוי טייער פאר א דירה, כדי עס זאל אריינרעכנן צו בויען די קהלישע בנינים, עס טוט זיך נאר אויף וומענס נאמען מען זאל עס לייגן, עס זענען דא עטליכע אפציעס, וואס יעדע האט שטארקע קעגנערשאפט אין באשולדיגונג פין די אנדערע, איך פארשטיי אבער נישט אויב אזוי פארוואס הייסט עס אז לאם וויל אפלאזען מהרז''ל?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:24 pm
דורך מ גפני
בן תמליון האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:היינט קומט פאר וואלן אין אויטעסוויל צו דער פארקויף פונעם סקול בילדונג פארן חסידישן געברויך זאל גיין פאראויס צו נישט..
די נייע איינוואוינערס פון בלומינגבורג קענען אויך שטימען פאר דעם?
האט נישט מיט בלומינגבורג. די וואלן זענען אין אויטעסוויל. שמעלאוויטש וויל קויפן דעם בילדונג פאר א חדר פאר די נייע קריה עס איז עטליכע מייל אוועק. דער פארקויף וועט לכאורה ווערן אנידערגעשטימט היינט. דער בנין שטייט ליידיג יארן און וועט לכאורה בלייבן ליידיג, די טאון דארף דאס געלד, אבער די לאקאלע זענען מוותר אבי עס זאל נישט גיין פאר חסידישע אידן.
האסט ריכטיג פאראויסגעזען, ס'איז אנידערגעשטימט געווארן מיט א לענדסלייד פון 1334 אקעגן 23!!