בן תמליון, דאס אז דער געריכט זאל נאר לאזן וויזיטעישאן'ס מיט א השגחה, איז בכלל נישט קיין זעלטענע זאך. ווען אימער די אנדערע צד טענה'ט אז די עקס איז משוגע וועט מען עס טון. די שאלה איז ווי די פראצעדורן דארט האלטן, צי איז געווען א קאורט סעסיע מיט עוואליועישאנס פון פסיכאלאגן איבער איר צושטאנד און דער קאורט האט קלאר אנגענומען אז זי איז א סכנה פאר די קינדער?
און אפשר איז די השגחה זיכער צו מאכן אז זי העצט נישט די קינדער קעגן דעם בונד, די סטאטוסקווא פון פרומקייט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
Terrorists actually gain many concessions, as do suiciders. However, when the issue at hand is a custody battle, there can be nothing more destructive to a parent than mental instability.
פייער פון די באלאטעס וואלט דער מגיד רבי שאלעם זיך אויסגעדרוקט אין אזא צייט. מ'האט דא צאמגעברענגט אלטע מיט נייע ניקים, געשטארבענע און לאנג פארגעסענע, פריש געבוירענע אפרוחים מיט תנוק בן יומו'ס, און ס'גייט א רויעך וריח ניחוח. אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן ווי מ'צוויבלט אן ערליכן טאטן פון צו זען זיין קינד, אן א פארוואס, בלויז ווייל נוהגין להרבות ברשעות, וכל המרבה הרי זה משובח ומפואר, און צוזעענדיג דער אומגעהויערער צער פונעם טאטן און זיינע ארומיגע, איז ביי מיר קליפ און קלאר אז זעלבסטמארד אין אזא פאל איז בלויז א וועג ארויס פון ביטרע שמערצליכע יסורי הנפש, ואין אדם נתפס בשעת צערו, ואל תדין את חבירך כו'. עס האט נישט מיט רעליגיע, עס האט נישט מיט גייסטיגער געזונט סטאביליטעט, עס איז דער אקט פון א צעבראכן הארץ וואס קען מער נישט איבערטראגן אזעלכע מאיומ'דיגע שמערצן וואס איר זאלט קיינמאל נישט פארשטיין.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יאיר האט געשריבן:לעיקוואד, דו שרייבסט צו קאמפליצירט, מאך אפ קלאר אויף וועמענס זייט דו ביסט - מיט וועבערמאן-רובאשקין-שלומי אמוני ישראל, אדער מיט טשארלס היינס-או טי די-טאמבור-יאיר לפיד-שטערנבוך?
If you want the truth to stand clear before you, never be for or against. The struggle between "for" and "against" is the mind's worst disease. ~Sent ts'an
John Keats on "Negative Capability": I had not a dispute but a disquisition with Dilke, upon various subjects; several things dove-tailed in my mind, and at once it struck me what quality went to form a Man of Achievement, especially in Literature, and which Shakespeare possessed so enormously - I mean Negative Capability, that is, when a man is capable of being in uncertainties, mysteries, doubts, without any irritable reaching after fact and reason