בלאט 5 פון 8

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:33 pm
דורך נהורא נפישא
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
דאקטער האט געשריבן:
סקווירא רבי לעבט אין א פארמאכטע וועלט, ער האט נישט קיין מושג אין די עכטע ריאליטי, מען האט אים מורא צי זאגען זאכען וואס ער וויל נישט הערען ווייל ער רעגט זיך אויף, אין ממילא ביי אים איז די מציאות דאס וואס ער חלום'ס זיך אויס אין זיין דמיון,

ת .....

דאס איז שקר!
איך בין נישט קיין חסיד. נישט קיין סקווערער חסיד. אבער צוליב א סיבה האט איך גערעדט מיט דעם רבי. ער ווייסט זייער גוט פון ריעליטי.

דו וואוינסט אין די פייוו טאונס אדער אין לאס אנגעלעס ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
אין לאס אנגלעס - נישט!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:37 pm
דורך diff
דיפפ האקט, יא יא, יעצט האט זי געוואנען, כ'געהערט אז נעקסטע וואך באקומט זי די קינדער.

Agenda is sometimes more than life

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:39 pm
דורך דעת תורה
בן תמליון, דאס אז דער געריכט זאל נאר לאזן וויזיטעישאן'ס מיט א השגחה, איז בכלל נישט קיין זעלטענע זאך. ווען אימער די אנדערע צד טענה'ט אז די עקס איז משוגע וועט מען עס טון. די שאלה איז ווי די פראצעדורן דארט האלטן, צי איז געווען א קאורט סעסיע מיט עוואליועישאנס פון פסיכאלאגן איבער איר צושטאנד און דער קאורט האט קלאר אנגענומען אז זי איז א סכנה פאר די קינדער?

און אפשר איז די השגחה זיכער צו מאכן אז זי העצט נישט די קינדער קעגן דעם בונד, די סטאטוסקווא פון פרומקייט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:40 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בנוגע די קראפט פונעם בונד:
רבי עזריאל טויבער זאגט אז ווען ער פרעגט בחורים אויב מען וואלט זיי געגעבן דעם אויסוואלט צו זיין א איד אדער א גוי (דורך געוויאר ווערן אז זייער מאמע איז א גיורת שלא נתגיירה כהלכהתה למשל) זאגן אזויפיל ווי נייציג פראצענט בחורים אז זיי וואלטן זיך נישט מגייר געווען.
האב איך בעניי אמאל געזאגט בדרך זה אז ווען מען זאל פרעגן אינגעלייט צען יאר נאכן חתונה -צו ווען מען געט זיי א ברירה- צו וואלטן זיי איבערגעטוען דעם זעלבן שידוך, חתונה, לייף סטייל, קינדער, נאכאמאל. גלייב איך אז אזויפיל ווי פינעף און נייציג פראצענט וואלטן גענפערט א הילכיגן ניין, נעווער עגין!! (שטייצעך אויסער מיר, ווייל איך בין מוראדיג צופרידן הודו לה').
איז וואס האקט עטץ א קאפ מיט א בונד וואס צוויי מאלעסטעדע מלחמה געליטענע קינדער האבן געטוען ביי די זיבעצען יאר על דעת ההורים והרבי, ניטאמאל א גלעזעל אלקעהאל וואלט מען זיי פארקויפט ביי דעם יארגאנג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:40 pm
דורך דבילה
diff האט געשריבן:Many suicides and are just a continuation of fight. Like here it may have been to make believe she needed the children


Suicide attempts are probably the surest way to lose any chance of getting custody.

------------

געפילטע האקט. אבער דיף רעדט דאך ווען זי לעבט ווען איבער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:42 pm
דורך diff
and what do terrorists gain

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:42 pm
דורך לעיקוואד
בן תמליון האט געשריבן:די פרוי האט זייער געליטן אויף גייסטישע פראבלעמען אויף אזוי ווייט אז דער ריכטער האט איר נישט געלאזט אליין מיט די קינדער אן השגחה. די או טי דיס זענען פארנומען שרייען בלוטיקע מערדער קעגן די חרדישע געמיינדע אנשטאט מאכן א חשבון הנפש אז זייער פוט סטעפס ארגעניזאציע וואס דארף מכלומרשט העלפן עמאציאנעל די וואס פלאגן זיך ווען זיי לאזן איבער די חרדישע סביבה, איז דורכגעפאלן. עס איז נישט דער ערשטער און נישט צווייטער זעלבסטמארד פון א פוטסטעפס מיטגליד. זיי זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זעלבסט גראטיפיקאציע ווי העלדיש די וואס לאזן איבער זענען, אנשטאט געבן אמת'ע הילף. אן ערנסטע אינוועסטיגעשאן איבער וואס קומט פאר אינטער די פארשלאסענע ווענט פון פוטסטעפס איז דרינגענד פאר ווער ווייסט ווער איז דער נעקסטער קרבן אויפן שמד מזבח פון פוטסטעפס. ונאמר למלאך המשחית הרף.


דעם פרוי האב איך נישט געקענט ממילא קען איך דיר נישט זאגען אויף זיכער וואס זי איז אדער נישט געווען. אבער פון דער קאורט פסק צו ברענגען א ראיה שיק איך דיר אויך צו'ם וועבערמאן אשכול ווי איר זענט געווען מראשי המדברים. ווידער וויאזוי די חרדישע קהילה באהאנדלט אזוינע קעיסעס וויסען מיר גאנץ גוט פון דער נאנט פון אנדערע פעלער. וברי ושמא ברי עדיף.

ביסט טאקע גערעכט, פוטסטעפס טוהט נישט גענוג צו העלפען, בעיקר וויבאלד זיי האבען מורא פון ארויסגיין מיט אן אפענער מחלמה קעגן די חרדישע קאמיוניטי. אז דו ביסט אזוי באזארגט אז עס איז נישטא גענוג הילף, אפשר קומסטו עפעענען מיט מיר א צווייטער ארגינאזאציע וואס זאל טאקע מער העלפען? ביסט גרייט צוצוהעלפען? אדער נאר מרמז זיין נישט געשטויגענע האלב געבאקענע טעאריעס כאילו עס קומט עפעס פאר אונטער פארמאכטע טירען דארט, נו אוואדי, דארט רעדט מען איבער דער עולם צו באגיין זעלבסטמארד..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:45 pm
דורך דבילה
diff האט געשריבן:and what do terrorists gain


Terrorists actually gain many concessions, as do suiciders.
However, when the issue at hand is a custody battle, there can be nothing more destructive to a parent than mental instability.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:46 pm
דורך יאיר
לאמיר אביסל אוועקפירן דעם שמועס פון די זידלערייען, תכלית גערעדט. אויב מרת טאמבור וואלט געקומען צו אייך מיט א גלעזל טיילענאל און געזאגט אז זי וויל באגיין זעלבסטמארד, וואס וואלט איר איר געזאגט, און פארוואס? צו וואלט איר געקענט איבערצייגן האשה הצדיקת אז זי וועט נאך אמאל האבן א גוט לעבן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:53 pm
דורך מורינו הרב
מ'קען אפשר אויפהערן צו 'בונד'טעווען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:54 pm
דורך diff
This is an OTD battle against the courts

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:55 pm
דורך יאיר
נו, רבותי, קיינער האט נישט עפעס חיזוק ווערטער פאר מרת. טאמבור?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
פייער פון די באלאטעס וואלט דער מגיד רבי שאלעם זיך אויסגעדרוקט אין אזא צייט. מ'האט דא צאמגעברענגט אלטע מיט נייע ניקים, געשטארבענע און לאנג פארגעסענע, פריש געבוירענע אפרוחים מיט תנוק בן יומו'ס, און ס'גייט א רויעך וריח ניחוח.
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן ווי מ'צוויבלט אן ערליכן טאטן פון צו זען זיין קינד, אן א פארוואס, בלויז ווייל נוהגין להרבות ברשעות, וכל המרבה הרי זה משובח ומפואר, און צוזעענדיג דער אומגעהויערער צער פונעם טאטן און זיינע ארומיגע, איז ביי מיר קליפ און קלאר אז זעלבסטמארד אין אזא פאל איז בלויז א וועג ארויס פון ביטרע שמערצליכע יסורי הנפש, ואין אדם נתפס בשעת צערו, ואל תדין את חבירך כו'.
עס האט נישט מיט רעליגיע, עס האט נישט מיט גייסטיגער געזונט סטאביליטעט, עס איז דער אקט פון א צעבראכן הארץ וואס קען מער נישט איבערטראגן אזעלכע מאיומ'דיגע שמערצן וואס איר זאלט קיינמאל נישט פארשטיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:10 pm
דורך איך אויך
יאיר האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר: EXPLAIN!

אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.

פשיהא ביסט גערעכט ,מען מוז זאפארט אנהייבן א מאוומענט 'חסידים פאר יוגענטליכע זאלן פארן צאמרייכערן אלע מיני קטורת הסמים און פראבירן אלע עבודה זרהס ביי די אכצען' אדער בשם הקיצור חפיזפצאמקהאפאעזבד"א.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:12 pm
דורך יאיר
האבן מיר שוין איין וואוט, כבוד @מאראנצןזאפט וואלט איר גע'עצה'ט זיך צו נעמען דאס לעבן. איינער וויל דא פארשלאגן א מער פאזיטיווע אויסגאנג פאר טאמבור?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:16 pm
דורך געפילטע פיש
איך אויך האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר: EXPLAIN!

אין די סעקולערע וועלט הייבט מען קוים אן צו עקספלארירן די וועלט ביי די אכצן יאר, דעמאלט איז די צייט וואס מען ווערט א היפי און מען פארט קיין אינדיע אויסדינען אלע עבודה זרות און מען ווערט א בעל תשובה אויפ'ן וועג צוריק. ווי אזוי זאל א בחור'ל וואס ווייסט נאך ניטאמאל וואס ער וויל טון מיט זיין לעבן מאכן א לעבנסוויכטיגע בונד אויף זיבעציג יאר? לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם וואס די צוויי קענען זיך ניטאמאל. ס'איז דאך אלעס איין גרויסע ליצנות.

פשיהא ביסט גערעכט ,מען מוז זאפארט אנהייבן א מאוומענט 'חסידים פאר יוגענטליכע זאלן פארן צאמרייכערן אלע מיני קטורת הסמים און פראבירן אלע עבודה זרהס ביי די אכצען' אדער בשם הקיצור חפיזפצאמקהאפאעזבד"א.

דו הייסט אפשר בדחן? מה ענין שמיטה אצל קאץ איבערן וואסער?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:21 pm
דורך פידלער
הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:לעיקוואד, דו שרייבסט צו קאמפליצירט, מאך אפ קלאר אויף וועמענס זייט דו ביסט - מיט וועבערמאן-רובאשקין-שלומי אמוני ישראל, אדער מיט טשארלס היינס-או טי די-טאמבור-יאיר לפיד-שטערנבוך?


If you want the truth to stand clear before you, never be for or against. The struggle between "for" and "against" is the mind's worst disease. ~Sent ts'an


John Keats on "Negative Capability": I had not a dispute but a disquisition with Dilke, upon various subjects; several things dove-tailed in my mind, and at once it struck me what quality went to form a Man of Achievement, especially in Literature, and which Shakespeare possessed so enormously - I mean Negative Capability, that is, when a man is capable of being in uncertainties, mysteries, doubts, without any irritable reaching after fact and reason

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:23 pm
דורך איך אויך
געפילטע ,סטעי קאלם און גיי זוך דיין סלייס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:29 pm
דורך געפילטע פיש
איך אויך האט געשריבן:געפילטע ,סטעי קאלם און גיי זוך דיין סלייס.

פשיהא ביסט גערעכט ,מ'מוז גיין אויסשפרייטן גרינע טישן אויף גאנץ פייף טאונס און אנגיסן מיט טשיקן זופ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:31 pm
דורך איך אויך
אלעס אוקעי מיט דיר היינט? ליידסט אויף יו"ט ווידראועל סימפטאמס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:33 pm
דורך געפילטע פיש
רייכערען קטורת האט אזויפיל צו טוהן מיטן זאגן אז א בחור ביי די אכצן איז נישט גרייט אריינצוגיין אין א לעבענסלענגליכע בונד, ווי גרינע טישן מיט טשיקן זופ האט מיט פארלוירענע געפילטע פיש, יעצט פארשטייסטו?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:45 pm
דורך איך אויך
לעסט טיים איי טשעקט האבן היפיס גאנץ ליב קטורת אבער ברוח האשכול אז דו ווילסט האבן דאס לעצטע ווארט געב איך עס דיר גערן.