בלאט 5 פון 21
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:15 pm
דורך פארשטאנד
אויב קענסטו נעמען א פלען פון עטליכע פאונס אן אינטערנעט (נאר דיינס וועט האבן שטייצעך...) ביי ווערייזן דאן גיי מיט ווערייזן, ס'וועט דיר אויסקומען די זעלבע אדער עטוואס מער ווי ספרינט און באקומסט אנלימיטעד מינוט און טעקסט, (טי מאביל אדער ע.ט.ט. טוישט אויך זייערע פלענס, גוגל עס און קאמפער צו ספרינט).
די בעסטע ענדראוד יעצט איז די סעמסאנג געלעקסי S3(איך באזוץ אויך די פאון, וואס זאל איך זאגן?? לית טב מניה! ווער רעדט נאך ווען ס'וועט זיך גיסן זשעלי בינ'ס.. קענט וועיט...), אבער, אויב האסטו געדולד ווארט א 2-3 חדשים אויפן LG-LS970 וואס אנשפרעכט צו זיין א מאסיווע פאון מיט א קוואד קאור פראסעסאר, קעפעבל מיט LTE אויך די גראפיק ספעקס וועלן איבערשטייגן יעדע ביז היינטיגע פאון, וועט זיין 'טרו עיזש די' דיספלעי, און 2 גיגאבייט רעם, גוגל די פאון פאר מער אינפאו.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:39 pm
דורך געפילטע פיש
ווי אזוי קען א 1280x768 סקרין זיין true HD?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 8:41 pm
דורך צודעזאך
מענין לענין באותו ענין,
צו ווייסט איינער פון א עפפ צו באזוכן דעם קאווע שטיבל אן צו דארפן [פאר]גליטשן אויף די אינטערנעט?
איך נוץ BBfoc
אבער ער איז פול מיט באג'ס למיניהם.
(Forum runner ארבעט נישט ביי מיר)
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:07 pm
דורך געפילטע פיש
צודעזאך האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין,
צו ווייסט איינער פון א עפפ צו באזוכן דעם קאווע שטיבל אן צו דארפן [פאר]גליטשן אויף די אינטערנעט?
איך נוץ BBfoc
אבער ער איז פול מיט באג'ס למיניהם.
(Forum runner ארבעט נישט ביי מיר)
viewtopic.php?f=4&t=345
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:51 pm
דורך itsnotme
א ישר כוח פאר אלע!
איך גיי מנסתם נעמען די געלעקסי ביי ווערייזן
ווויל קיפ יא אפדעדיט!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:02 am
דורך געפילטע פיש
פארשטאנד, איך האב אריינגעקוקט אין די LG-LS970 און איך זע נישט וואס איז אזוי גוט מיט דעם אז ס'לוינט זיך צו ווארטן אויף דעם. די סקרין איז א 1280X768, נאר א טראפ בעסער ווי די געלעקסי'ס 1280X720 און די פיסקעל דענסיטי איז אויך כמעט די זעלבע, די רעם איז טאקע דאפעלט פון די געלעקסי'ס איין גיג, וואס וועט טאקע מאכן די פאון, און ספעציעל די גרעפיקס לויפן סאך שנעלער, אבער איך האב נאך קיינעם נישט געהערט זיך אפרעדען אויף די געלעקסי S שלוש אז ס'שטייט. די קעמרע איז 13 מעגאפיקסלים אנשטאט די געלעקסי'ס 8, אבער חוץ פון דעם זעט אלעס אויס בערך די זעלבע. די געלעקסי איז א פיינע פאון, פון א קאמפאני וואס מאכט די בעסטע אנדרויד פאונס, ווילאנג איך האב נישט די LG אין די הענט זיך צו שפילען דערמיט וואלט איך בלינדערהייט געגאנגען מיט די געלעקסי.
איי מייט בי ראנג, ימים ידברו.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
מיין סעלפאן וויל זיך אפדעיטן צו ICS, די נייע ווערזשאן פון ענדרויד.
איך וואלט זייער געוואלט עס אפדעיטן, אבער איך האב מורא פאר די איבער 40 עפפס וואס כ'האב אינסטולירט, צי זיי זענען קאמפעטיבל.
א גרויסע חלק איז קאמפעטיבל, אבער נישט אלע ווייס איך.
קען עס אנמאכן א MESS ??
זאל איך גיין ווייטער עס אקצעפטירן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:03 pm
דורך געפילטע פיש
רוב עפפס זאלען זענען מסתם קאמפאטיבעל, אויב ביסטו מסופק אויף געוויסע עפפס קענסטו טשעקען אן-ליין. איך וואלט געזאגט דארפסט נישט מורא האבן, און ליתר שאת מאך א בעק-אפ פארדעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
ייש"כ געפילטע.
קען מען מאכן א בעקאפ פון די גאנצע סיסטעם און דערנאך צוריק דאונ-גרעידן צו 3.2 ?
אויב יא, ווי אזוי?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:25 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט rooted?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
ניין.
טראכסט אז אויב יא וואלט איך באקומען אן אינוויטאציע צו ווערן אפגרעידעד?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:59 pm
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:ניין.
טראכסט אז אויב יא וואלט איך באקומען אן אינוויטאציע צו ווערן אפגרעידעד?
דיין אינוויטאציע צו ווערן אפגרעידעד האט קיין שייכות מיט זיין רוטעד.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:00 pm
דורך דבילה
געפילטע פיש האט געשריבן:פארשטאנד, איך האב אריינגעקוקט אין די LG-LS970 און איך זע נישט וואס איז אזוי גוט מיט דעם אז ס'לוינט זיך צו ווארטן אויף דעם. די סקרין איז א 1280X768, נאר א טראפ בעסער ווי די געלעקסי'ס 1280X720 און די פיסקעל דענסיטי איז אויך כמעט די זעלבע, די רעם איז טאקע דאפעלט פון די געלעקסי'ס איין גיג, וואס וועט טאקע מאכן די פאון, און ספעציעל די גרעפיקס לויפן סאך שנעלער, אבער איך האב נאך קיינעם נישט געהערט זיך אפרעדען אויף די געלעקסי S שלוש אז ס'שטייט. די קעמרע איז 13 מעגאפיקסלים אנשטאט די געלעקסי'ס 8, אבער חוץ פון דעם זעט אלעס אויס בערך די זעלבע. די געלעקסי איז א פיינע פאון, פון א קאמפאני וואס מאכט די בעסטע אנדרויד פאונס, ווילאנג איך האב נישט די LG אין די הענט זיך צו שפילען דערמיט וואלט איך בלינדערהייט געגאנגען מיט די געלעקסי.
איי מייט בי ראנג, ימים ידברו.
תיקון טעות. די אמעריקאנע ווערסיע פון די געלעקסי שלוש האט
צוויי גיג ראם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:02 pm
דורך דבילה
אן אינטרעסאנטע נקודה מיט ווערייזען. נאך די שעירד דאטא פלאן האבן זיי 'שטייטזיך גע'עפנט די האטספאט פיטשער אזוי אז ס'פעלט נישט אויס צו רוטן אויף צו קענען נוצן דעם פאון פאר א האטספאט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:44 pm
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:דיין אינוויטאציע צו ווערן אפגרעידעד האט קיין שייכות מיט זיין רוטעד.
איך מיין אז געוויסע מענופעקטורערס שיקן נישט די OTA אפדעיטס צו רוטעד דיווייסעס.
דבילה האט געשריבן:תיקון טעות. די אמעריקאנע ווערסיע פון די געלעקסי שלוש האט
צוויי גיג ראם.
גערעכט, איך האב געקוקט אויף א ספעסיפיקאציע בויגן פאר די ארגינעלע גS3.
שמעקעדיג, נישט גערוטערהייט קען מען נישט מאכן א גאנצע בעקאפ פון אין אנדרויד, אבער אויב באטסטו צו CWM דורך ODIN אדער אנדערע באט מענעדזשערס קענסטו יא. אבער אן וויסען וואסערע פאון דו האסט קען איך דיר נישט העלפן מיט ספעציפיקס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
דבילה האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע נקודה מיט ווערייזען. נאך די שעירד דאטא פלאן האבן זיי 'שטייטזיך גע'עפנט די האטספאט פיטשער אזוי אז ס'פעלט נישט אויס צו רוטן אויף צו קענען נוצן דעם פאון פאר א האטספאט.
דאס קומט נישט מרצונם הטוב.
זעה דא:
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=10883------------------
פאר נאך אינפארמאציע איבער ווערייזאנס שעירד פלענס, זעה דא.
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=10925
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:17 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אריינגעביסן און אפגרעידעד.
דערווייל ב"ה ארבייטן אלע מיינע עפפס גוט.
פון דעם אייזקריעם סענדוויטש בינעך נאך היבש אביסל צעמישט, זאכן ארבעטן אביסל אנדערש, נייע סארט מעסעדזשעס,
איי געס ס'וועט נעמען אביסל צייט זיך צוצוגעוויינען דערצו.
איז דא פאראן נאך איינער וועלכער פארמאגט אייזקריעם סענדוויטש? אפשר קעמיר זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן.
די גרעסטע מעלה פון אלעם אויף די נייע אנדרויד 4 איז, אז אין מאביל בראוזער קען איך זעהן גראד די געפינטעלטע שורות!!!
ביז היינט, אויב ס'איז געווען אפילו נאר איין נקודה אין א ווארט, האט זיך יענע גאנצע שורה פארדרייט פון לינקס אויף רעכטס.
א גרויסער עולם דא פארשטייט וואס איך מיין.
יעצט איז עס א מחי'. דעלישעס. אילו לא באתי אלא בשביל זה, דיינו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:29 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב פאר די קוראזש אפצוגרעידען, זאל דער אייבישטער טאקע העלפן, זאלסט זען א סאך נחת פון דעם אייז קרעים סענדוויטש, אמן.
זאג, אין פרעפארמענס זעסטו נישט קיין חילוק?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח געפילטע פאר דיין הארציגע ברכה.
אין פערפארמענס? נישט עפעס עקסטער... אפשר ווען כ'וועל באקומען דזשעלי ביען...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:58 pm
דורך נולד מאוחר
וואס מיינסטו מיט ''געפינטעלט שורות''?
פשוט אידשע נקידות?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:47 pm
דורך שמעקעדיג
יאפס, ריכטיג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:23 pm
דורך שמעקעדיג
אחרי שובי נחמתי.
איך זעה אז פערפארמענס-ווייז איז עס גאר ערגער געווארן מיט די נייע ווערזשן 4.0.
זאכן רוקן זיך גאר שטייטליך, און האט היבש אביסל לעעג פון ווען איך דרוק א קנעפל ביז די זאך פאסירט למעשה.
ס'מאכט מיר נערוועז. מיין טעלעפאן איז א אפדעיטעד פאון און העט געדארפט זיין שנעלער ווי דעם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:32 pm
דורך געפילטע פיש
מאכט נישט קיין סענס, כ'האב נאך פון קיינעם נישט געהערט קאמפלעינירן אז ICS איז שטייטער ווי סיי וועלכע פריערדיגע ווערסיע.