בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 11:03 pm
דורך שמעקעדיג
אוי וויי אזויפיל צרות. ס'הארץ ווייטאגט מיט.
מפני מה אמותינו עקרות, מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן...
רייס איין, בעהט תקט"ו תפלות יעדע חודש ביז ה' וועט שוין נישט אפזאגן.
מיר האפן צו הערן גוטע בשורות בקרוב נאך אין חודש חשוון דהאי שתא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 3:49 am
דורך גרוש
ישר כח,

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 4:06 am
דורך [NAMELESS]
[center]טייערע [tag]גרוש[/tag], דיין מצב צוברעכט מיין הארץ, און די הערצער פון אסאך אנדערע ליינער. מה אומר ומה אדבר? איך אוכל נחמך?
לאמיך כאטש ארויסברענגען הרהורי לבי, להשתתף בצערתך, וצרת רבים - חצי נחמה.

אלו דברי אדנירם, ב'פיוט הגרוש':[/center]
[center]ג'לים של צער, נהרות של בכי, מתנפצים עלי סלע

ר'אשו מורכן ועיניו דומעות, ואת רוקו איך יבלע

ו'הוא חסר חצי גוף, על כי נלקח ממנו את הצלע

ש'טוחה בקשתי, שיהי' איש השלם ולא ירגיש כתולע.[/center]

נשלח: פרייטאג פעברואר 26, 2016 5:12 pm
דורך גרוש
and its erev shabas again


לסדר "לדעת (והאדם ידע את חוה אשתו)כי אני ה' מקדישכם (השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה)"
לסדר "ושמרו"

עיין לעיל

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 6:40 am
דורך גרוש
and its erev shabas again

Re: א שב

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 8:42 am
דורך שטילע אינגערמאן
/

Re: א שב"ק במצבי האיומה

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 8:43 am
דורך שטילע אינגערמאן
אוי הלוואי כקען זיין א גרוש פאר דער נאר וואך שבת, פלייייייייז.
מיין סדר היום וואלט געווען אזוי.
גיין אין מקווה ממש ביים זמן ווען סאיז שוין ליידיג, גענומען א שויער פאר צוואנציג מינוט, סתם געקלאצט אין געטראכט אין געזינגען, אנשטאט זיך טויבלען ווי א חיה, קום נעמען א שויער , אין לויפן אהיים מיט אפענע שיך בענדלעך צו גרייטען די ליכט
געדאווענט אין א מנין וואס שטעלט זיך א שעה נאכן זמן, נאכן דאוונען דורך געליינט יעדער חיבור וואס קומט נאר ארויס אונטער די לבנה, אנשטאט אהיים לויפן תיכף נאך ויכלו
אהיים שפארצירנדיג שטאאאאארט, געזעצן אויפן
קאוטש, געזינגען שלום עליכם שא שטיל אן ווערן געשטערט, געמאכט קידוש אן הערען ווי קינדער שלאגן זיך, געגעסן חלה אן דארף געבן שיריים דווקא פון מיין שטיקעל, פיש אן די קינדער זאלן לייגן דע שאלות פונעם וואך אויפן טעלער, בראנפען אין איין האנט אין א מקראות גדולות אין די צווייטע אדורך טוען א שיינע שטיקעל אור החיים, גיין אין ביה״כ מיטן צייטונג, צירוק קומען צו הייסע זופ, עסען שטארטלעך , באטראכטען ווי די לאקשען שווימט ארום, אנטינקען חלה אן די קינדער זאלן נאכמאכן אין אויסגיסן די זופ, נישט כאפן א פסק אז כטאר נישט טוען ווייל סאיז א שלעכטע סעמפעל פאר די קינדער.
נאכן סעודה ליינען די המודיע אין האקן פופיטעס ווי איידער זיכער מאכן אלע קינדער האבן געקטנט פאר אריין גיין אין בעט, ברענגן וואסער פאר ברכי, ליגן אין יאנקיס בעט, זינגען א ניגון צו חני, דערציילן א מעשה פאר משה.
גיין צום זכר פארברענגן דארט אן פרעשור, האקן זכר באנדלעך אן דארפן מאכן א חשבון פון די נאך ווייען.
מעביר סדרה געווען אנשטאט אראפ נעמען פון טיש.
אקעי, אפשר ווען איך ממשיך זיין די סדר היום פון שבת אינדערפרי

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 8:58 am
דורך שטילע אינגערמאן
שבת אינדערפרי,

אויפגעשטאנען א רגע פאר סוז״ק, אין תיכף צירוק אריין אין בעט, אנשטאט זיין אויפ פון זעקסע אין קוקן מיט די קינדער שלמה קנאפפלער בילדער ביך.
שפאצירעט געמיטלעך צום ביהמ״ד באטראכטען די הייזער מבויט איבעראל אנשטאט זאגן די קינדער אז אין ביהמ״ד דארף מען זיין וואיל בדעתן ליינען.
גיין אין מקווה א האלבע שעה אנשטאט זיך יאגן ווייל יעדער אינגערמאן וואס קומט אריין טין מקווה זאגט אז מיינע קינדער ווארטן אינדרויסען פאר מיר מיט פארוויינטע אויגן.
דאוונען ווי א איד אנשטאט אינמיטן נשמת דארפן מאכן סדר צווישען די קינדער איבער זיך נישט שלאגן אויפ א פארשאלטענע לאלי פאפ,
בין גברא לגברא הערען לשון האט אין הערען א שיין ווארט אויפן סדרה, אנשטאט זאגן די קינדער זאלן נישט קריכען אויפן באנק.
ביים קידוש האקן קיגל ווי איידער מאכן פאר מיינע קינדער א טעלער קיכן אין זיכער מאכן זיי ווערן נישט שמוציג.
נאכן קידוש איבערקוקן די עלים לתרופה אנשטאט שטיין ביים סינק ריינגען מיין זוהן רעקל אין עובר זיין א דאורייתה,
אהיים שפאצירען געמיטלעך אנשטאט קינדער שלעפן מיין טלית אין מיך ארום לויפן מאכן דיזי.
ביים אהיים קומען כאפן א שלאף פארן סעודה, אנשטאט גלייך עסען די סעודה אין כאפן א פסק אז כבין א בעבי פארן עסען ביי א קידוש אין נישט קענען עסען יעצט.
שמוסען מיט מיין שכן איבער טראמפ אנשטאט מאכן קולות אויפן קינדער אזוי טראמפ.
שלאפן ווי לאנג איך וויל אנשטאט זיך אנטיילן מיטן ווייב.
אויפ שטיין צו א 15 אינטש טעלער פירות אנשטאט זיך דארפן טיילן מיט די קינדער.

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 4:26 pm
דורך גרוש
שטילע אינגערמאן,
ביזט גערעכט,
א גרוש האט פילע בענעפיטן,
די מקוה פרייטאג נאכמיטאג איז זייער רואיג,

די סעודה שבת איז זייער איזי,
איך מאך קידוש ווען איך וויל,
אאמל פאר שלום עליכם אמאל נאך,
אמאל גלייך נאכן דאווענען, אמאל פארן עלות, אמאל בחצות,


אבער עס לוינט זיך נישט צו מיטמאכן די צרה פון זיין א גרוש פאר די בענעפיטן,

עס ווי דו זאלסט זאגן ל"ע,

אז פאר איין טאג ווילסטו חס ושלום האבן יענע מעשה,
דארפסט נישט גיין ארבעטן, דיין בעל בית וועט דיר פארשטיין,
דארפסט נישט אהיים קומען צו סאפער, דיין ווייב וועט דיר פארשטיין
אדג

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 4:34 pm
דורך קאצקע ציקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אוי הלוואי כקען זיין א גרוש פאר דער נאר וואך שבת, פלייייייייז.
מיין סדר היום וואלט געווען אזוי.
גיין אין מקווה ממש ביים זמן ווען סאיז שוין ליידיג, גענומען א שויער פאר צוואנציג מינוט, סתם געקלאצט אין געטראכט אין געזינגען, אנשטאט זיך טויבלען ווי א חיה, קום נעמען א שויער , אין לויפן אהיים מיט אפענע שיך בענדלעך צו גרייטען די ליכט
געדאווענט אין א מנין וואס שטעלט זיך א שעה נאכן זמן, נאכן דאוונען דורך געליינט יעדער חיבור וואס קומט נאר ארויס אונטער די לבנה, אנשטאט אהיים לויפן תיכף נאך ויכלו
אהיים שפארצירנדיג שטאאאאארט, געזעצן אויפן
קאוטש, געזינגען שלום עליכם שא שטיל אן ווערן געשטערט, געמאכט קידוש אן הערען ווי קינדער שלאגן זיך, געגעסן חלה אן דארף געבן שיריים דווקא פון מיין שטיקעל, פיש אן די קינדער זאלן לייגן דע שאלות פונעם וואך אויפן טעלער, בראנפען אין איין האנט אין א מקראות גדולות אין די צווייטע אדורך טוען א שיינע שטיקעל אור החיים, גיין אין ביה״כ מיטן צייטונג, צירוק קומען צו הייסע זופ, עסען שטארטלעך , באטראכטען ווי די לאקשען שווימט ארום, אנטינקען חלה אן די קינדער זאלן נאכמאכן אין אויסגיסן די זופ, נישט כאפן א פסק אז כטאר נישט טוען ווייל סאיז א שלעכטע סעמפעל פאר די קינדער.
נאכן סעודה ליינען די המודיע אין האקן פופיטעס ווי איידער זיכער מאכן אלע קינדער האבן געקטנט פאר אריין גיין אין בעט, ברענגן וואסער פאר ברכי, ליגן אין יאנקיס בעט, זינגען א ניגון צו חני, דערציילן א מעשה פאר משה.
גיין צום זכר פארברענגן דארט אן פרעשור, האקן זכר באנדלעך אן דארפן מאכן א חשבון פון די נאך ווייען.
מעביר סדרה געווען אנשטאט אראפ נעמען פון טיש.
אקעי, אפשר ווען איך ממשיך זיין די סדר היום פון שבת אינדערפרי

שטילע , דו רעדסט אזוי מיט בענקשאפט פון די געשמאקע חלה און די הייסע זופ ,אבער דו פארגעסט ווער מאכט די אלע זאכן, ווער שטייט און קאכט און באקט א גאנצע טאג אז נישט דיין ווייב ס'קימט נישט פון זיך אליינס...

דיין הלוואי איז בכלל נישט אזוי גיט ווי דו מאכסט עס...

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 4:43 pm
דורך גרוש
שטילע יעצט לאמיר דיר אביסל אינטערציפן,

אזא איינער ווי דיר וואס האט נאך נישט געשפירט די צווייטע זייט מטבע, אויף וואס דו קוקסט אזוי שטארק ארויס,
פיהלט טאקע נישט דעם גוטן טעם פון א ווייב און קינדער וואס קוקן ארויס אויף דיין עטענשאן,
און זענען אנגעוויזן אין דיר,
דו קוקסט עס ענדערש אהן ווי א עול וואס ליגט אויף דיר און עס איז שווער,

משא"כ איינער וואס האט טועם געווען די אנדערע זייט,
איז נאכדעם וואס די ישועה קומט האט עס אזא גוטע טעם וואס אנדערע שפירן נישט,
ליכא נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא,

די טעם פון א פיצא וואס מ'עסט יעדע וואך און די טעם פון א פיצא וואס מ'עסט נאר איינמאל א יאר,
איז כרחוק מזרח ממערב,

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 5:20 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די עולם דא דארף פון שמעקי בעטעריעס.

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 5:30 pm
דורך גרוש
שטילע

איי לאוו יו

Re: א שב"ק במצבי האיומה

נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2016 11:06 pm
דורך קל וחומר
אוי גרוש גרוש ווי צובראכן ביסטו?
אשתו כגופו ווי ביסטו?
וואלט דער אשה שוין מיט אים געווען,
וואלט דער גרוש אזוי פרייליך געווען.

בדרך אגב, מיין זעקסטע חוש זאגט מיר אז ס'קומט גוטע צייטן!

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 1:05 pm
דורך גרוש
ישר כח,
אבער צוויי שאלות,
1)אויף וואס בעיסטו דיין זעקסטע חוש זאך?
2)עס זאגט דיר אויך א צייט בערך ווען ס'גייט זיין גוטע צייטן?

Re: א שב"ק במצבי האיומה

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 4:15 pm
דורך קל וחומר
פארוואס זאגן א צייט און דערנאך ווערן צובראכן?
מיין זעקסטע חוש איז אן אינערליכע פיהלינג, נישט געבעיסט אויף קיין אנדערע חושים.

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:21 pm
דורך גרוש
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס זאגן א צייט און דערנאך ווערן צובראכן?
מיין זעקסטע חוש איז אן אינערליכע פיהלינג, נישט געבעיסט אויף קיין אנדערע חושים.



ישר כח,

די פילינג מיינט אז עס גיי אזוי זיין?

איך מיין,
עס האט א מקור אז א זעקסטע חוש פיהלינג איז א מציאות?

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 3:26 pm
דורך גרוש
and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 3:58 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גרוש האט געשריבן:and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

Good for you, דאנק גאט אין גיי ווייטער. וואס עפעס זיך רייצן מיטן עולם? נאך דערצו א ערב שבת????

Re: א שב"ק במצבי האיומה

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 3:58 pm
דורך טמיר
מיינס ריפט מיך אויך נישט אהיים, ווייל איך בין א גאנצן טאג דארט, ארומגענומען מיט אויער שפאלדענדע קולות

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:59 pm
דורך געוואלדיג
גרוש האט געשריבן:and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,


אוי גרוש עס איז זייער שווער צו לעבן כסדר אין ווייטאג, איך ווייטאג מיט מיט דיר.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 6:49 pm
דורך גרוש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:and its erev shabos again

מיין ווייב קאלט מיר נישט ווען איך איך קום אהיים,

Good for you, דאנק גאט אין גיי ווייטער. וואס עפעס זיך רייצן מיטן עולם? נאך דערצו א ערב שבת????



עיין ברש"י פ' בראשית ד"ה האשה אשר נתת עמדי

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 1:30 pm
דורך וואלווי
רש"י שרייבט דארט אז אדם הראשון דורך קאמפלעינען האט כופר געווען אין די "טובה". די מהרש"א זאגט אין אגדות (ע"ז ה' ע"א) אז כפוי טוב מיינט נישט סתם אז מ'לייקענט אז יענער האט געטוהן א טובה, נאר אז די מתנה וואס יענער געבט ברענגט צי "טוב" עיי"ש. אלזא, וואס דארף מען מער ווי דעם וואס די תורה זאגט לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו דאס מיינט אפילו די רעדטס זיך איין אז עס איז כנגדו אדער גאר זי איז טאקע א כנגדו ווי עס מאכט זיך אסאך, דאך איז זי אן עזר אין לא "טוב" היות האדם לבדו. רעד דיך איין אז די ווילסט זיין א כפוי "טוב" אין זיין א "אדם לבדו". פרעג דע חברה וואס זענען דארט...

בעסער זיין א [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] ווי א שטילע [tag]גרוש[/tag]