בלאט 5 פון 8

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:56 pm
דורך פאריז
אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:59 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:04 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?


שמעקעדיג האט געשריבן:דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:05 pm
דורך אדם הראשון
פאריז האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.


די זאך איז אז זי איז א צידרייטע נודניק, צי שטייט אויפען קאפ דארט אין טרעפט אלץ אויס פארשטופטע ביי'לאוס פארוואס מען טאר נישט דאס אין מען טאר נישט יענץ, און די אנדערע האבען פשוט מורא זיך צי אנהייבען מיט איר, אין אז זי זיצט אינווייניק אין ווייסט אין זעהט וואס טוט זיך איז ערגער ווי ווען זי איז פין אינדרויסען,

זי איז א משוגענע פרוי,

א חוץ פין דעם טאמער געווינט דער היימישער אינדארסירטער קאנדידאט, דאן האבען די אידען צוויי קאנסיל מיטגלידער לטובתם,

לאמיר האפען זי וועט נאך פארלירען ביים ריקאונט,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?


שמעקעדיג האט געשריבן:דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.

איינער האט מיר געזאגט אז די אנטיסעמיטישע פרוי האט געווינען. שפעטער האב איך מברר געווען אז ס'איז געווען אין א אנדערע געגענט, נישט דארט ביי מינדי פאלאק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
חבקוק: די ברענגסט זייער גוט ארויס די נקודה צו כתר מלכות. ווייל דער הרב ממ"ט שליט"א, וועים אים קען זייער גוט און רעספעקטיר,, איז באגאנגען אן עוולה צו פארשעימען א איד ברבים. מ' דארף אויף דעים מוחה זיין. נאר ס'דארף זיין אויף א תורה'דיגן אופן. ווי ס'שטייט אין פסוק: הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא. ס' איז געווען אן ענליכער פאל וואו א חשוב'ר ער ראש ישיבה האט פארשעימט א אידישן זינגער ברבים. און דער עולם האט מוחה געוועין. נאר אין דעים פאל איז עס א סאך ערגער. :evil: :roll:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
פאריז האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?


באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.

ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט אינפארמירט וואס זי טוט אלץ אפ רשעות פאר'ן היימישן עולם. דעם פארגאנגענעם פורים איז זי די ימח שמו'ניק'טע פארזשעי ארויסגעקומען און פרובירט צו שטערן דעם עולם פון משמח זיין און שיקן משלוח מנות. נאר זי האט דאן געכאפט א וויסטע מפלה ווען די פאליס האבן זי אוועקגעפיהרט פון דעם ארט מיט בושות. זי איז אין געוויסע פעלער נאך ערגער פונ'ם אנדערן אנטיסעמיט לא-סערט ימ"ש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:47 pm
דורך כתר מלכות
מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
כתר מלכות האט געשריבן:מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:03 pm
דורך כתר מלכות
חידוש אצלי, ווען איך האב איבערגעלאזט מאנטריאל האט א סאטמארער געדאוונט און סאטמאר, א וויזניצער איןוויזניץ, א בעלזער אין בעלז, וכו'. א חוץ טאב וואס איז געווען א מאסף לכל המחנות.
אזוי ווייט אז אויף האטשיסאן די גאס פון סאטמאר בית המדרש וואוינט א וויזניצער יוד ט. און מעולם לא ראתי פניו בבית המדרש סאטמאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:09 pm
דורך שושן פורים
berlbalaguleh האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

תיקון טעות!!!! ר'יעקב פאללאק חסיד מרכז וויזניץ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:10 pm
דורך berlbalaguleh
כתר מלכות האט געשריבן:חידוש אצלי, ווען איך האב איבערגעלאזט מאנטריאל האט א סאטמארער געדאוונט און סאטמאר, א וויזניצער איןוויזניץ, א בעלזער אין בעלז, וכו'. א חוץ טאב וואס איז געווען א מאסף לכל המחנות.
אזוי ווייט אז אויף האטשיסאן די גאס פון סאטמאר בית המדרש וואוינט א וויזניצער יוד ט. און מעולם לא ראתי פניו בבית המדרש סאטמאר.

ס'איז אכשר דרא. ס'שוין נאך אחרון של פייסעך. דער עולם מישטצעך שוין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:10 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:מה שמו של רב פאלאק, ר' נפתלי? א סאטמארע איד?

ניין. ר' ישראל פאללאק. א וויזשניצער חסיד.

תיקון טעות!!!! ר'יעקב פאללאק חסיד מרכז וויזניץ

יא. גערעכט וטעות לעולם חוזר. (ס'קומט צוריק?(

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:15 pm
דורך יונה כהן
מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:23 pm
דורך כתר מלכות
יונה כהן האט געשריבן:מימים ימימה איז סאטמאר אין מאנטריאל געווען א פעקטארי פון מינינים אלע קומען אהין. נאר אפילו בעלזער פלעגען דארט קומען. אבער ווען בעלז האט זיך ווידער צו פליקט מיט סאטמאר אחר ה'שטייעדיגע תורה הידוע האט מען אויף געהאגען ריזיגע פלאקאטען אין סאטמאר וואס איז געבליבען יארן לאנג אויף די וואנט קעגען דעם בעלזער רבי. נו א בעלזער קען נישט קומען צו אזא שוהל פארשטייט זיך אבער אין דער וואכען איז סאטמאר נאך אלץ דער "שומר שבת" פון מונטריאל.


איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געהאנגן א צעטיל אנטקעגן בעלזא רב, קען זיין איך בין נאך צו יונג דאס צו געדענקן.

לגבי שמירת שבת מיין איך אז די טרייבסט איבער, וויזניץ על אף וואס זיי האלטן נישט שיטת ר"ת גלייב איך אבער אז זיי זענען שומרי שבת......

בכלל פאראדיי איך נישט די סאטמארע, וואס עפעס שומרי שבת אינדערוואכן? סאיז אזוי ווי זאלסט מיר זאגען אז זיי שלאגן כפרות ערב חנוכה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:38 pm
דורך געפילטע פיש
מאכסט א דזשאוק? שומר שבת איז די צענטראלע מנינים צענטער אין בארא פארק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:51 pm
דורך כתר מלכות
געפילטע פיש האט געשריבן:מאכסט א דזשאוק? שומר שבת איז די צענטראלע מנינים צענטער אין בארא פארק.

סאיז נאר א דזשאוק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! :o

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 7:53 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ווארשיינליך האט נאך כתר מלכות קיינמאל נישט פארקויפט די קווינס קרן חתנים ראפל אין בארא פארק ביי שומרי שבת, טא פון וואו זאל ער וויסן דערפון?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:34 pm
דורך כתר מלכות
זאגט'ס נאר קינדארלעך, א דזשאויק טאר מען שוין אויך נישט מאכן?
די ערשטע מאל וואס איך בין געווען אין שומרי שבת איז געווען זומער תשנ"ח.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:37 pm
דורך כתר מלכות
berlbalaguleh האט געשריבן:כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! :o


ס'זעהט אים אויס, ס'איז אים א חידוש, סאיז שוין דא א את"ל, געוואלדיג ! זאג איר האט שוין געהערט אזא זאך וואס הייסט א ווערטל ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:40 pm
דורך כתר מלכות
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ווארשיינליך האט נאך כתר מלכות קיינמאל נישט פארקויפט די קווינס קרן חתנים ראפל אין בארא פארק ביי שומרי שבת, טא פון וואו זאל ער וויסן דערפון?


משולם דו ביזט פון די גוטע..
נעבאך, און לאמיר נאכאמאל איבער חזרן, אייוועלט זענען די קליינע קעפ.....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
כתר מלכות האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:כתר מלכות: ווי ס'זעהט אויס ווייסטו נישט דעם מושג "שומרי שבת". ס'איז מיר א חידוש. ווייל אפילו את"ל דו וואוינסט אין וויליאמפעסט, קומסטו קיינמאל נישט קיין בארא פארק אין שומרי שבת נאך געלט???!!! :o


ס'זעהט אים אויס, ס'איז אים א חידוש, סאיז שוין דא א את"ל, געוואלדיג ! זאג איר האט שוין געהערט אזא זאך וואס הייסט א ווערטל ?

זאג נאר ר' כתר מלכות . הער א מעשה. ס'געוועין אמאל אן אלטע אידענע (מיין עלטער עלטער.....באבע ע"ה) וואס האט געהאט אן איינציג יונגל א בן יחיד'ל. דער טאטע האט איהם גענומען אויף א רייזע. ס'אדורך א פאר טעיג און די מאמע האט גארנישט געהערט פונ'ם יונגל מיט'ן טאטן. איינמאל א שיינעם טאג אין א ווארימען נאכמיטאג רוקטצעך אן איינער מיט א הויקער און א לאנגע קרומע נאז. ער רופטצעך אן צו מיין באבע. "מומע שרה, א גרוס פון דיין יונגל. מ'האט איהם געשחט'ן.....כמעט.! נאר ביז ער האט ארויסגעזאגט דעם כמעט איז איהר נשמה נעבעך ארויסגעפלויגן. פרחה נשמתה. זעימער דעך פין דעים, אז נישט אלעמאל איז גוט צו מאכן א דזשאוק. :lol: :roll: