בלאט 5 פון 9

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:04 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
LUSTIG I LOVE reading your history never knew you had such a lebediga childhood
KEEP IT UP CANT WAIT FOR THE NEXT PART

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 6:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.

משולם

מוחל טובות! לא מעוקצך ולא מדובשך

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 6:30 pm
דורך לעמיל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.

משולם

מוחל טובות! לא מעוקצך ולא מדובשך

פארוואס אזוי שארף?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 6:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין נישט קיין טא פעיסער, ער שרייבט א גאנצע צייט מיאוס קעגן, און יעצט וויל ער זיך חנפנ'ן.. ניין

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 7:30 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואו קומט אריין חנפ'ענען?

איך בין נישט קיין טו פעיסער, פונקט פארקערט, איך בין אפן, און איך זאג וואס איך האלט.

ווען איך זאג ווען נישט קיין דאנק פארן שרייבן וואלט איך געווען א טו פעיסער.

איך זאג אאיבערעל מיין מיינונג, טעיק איט אר ליוו איט

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 7:53 pm
דורך גד החוזה
מנשה, דיינע לעצטע צוויי פארזעצונגען זענען געוועהן צו עמאשינעל פאר מיר.
זיך אנצו ווארימען ליל שבת קודש אין לאנדאן צו וועלעכע רבי ביסטו געגאנגען?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
אה, וועגן די רביס וואס זענען געקומען דארף איך נאך טאקע שרייבן, כ'האב עס יעצט פארצייכענט אין מיינע נאטיצן, און כ'האף פארצוזעצן ווען כ'שפיר ראוי.
[איך שרייב מיינע ערנסטע מאמרים נאר ווען כ'שפיר ראוי, און דאס דארף זיין א גוטע צייט, ווען כ'בין נישט הונדערט פראצענט גרייט, הייב איך נישט דעם פעדער איבערן פאפיר, אבער כ'האף אנצויאגן נאך אסאך]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב אלץ געשפירט אז איך קען זיין א מח שליט על הלב, און נישט ווערן אונטערדריקט אונטער לחץ, אבער דא האב איך אנגעהויבן שפירן אז ס'רירט מיר אן די געזונט, קוקט אויס אז כ'בין שוין געווען אזוי אנגעגעסן, פון עטליכע יאר זיין אין די פרעמד, און אלעס גייט מיטן פיטום אראפ.
און כ'וויל דווקא שילדערן אין דעטאלן יענע טעג, כדי צו שפירן אז כ'קען דערפון שוין פארגעסן, איינמאל ס'איז אויפן פאפיר.
כ'האב טאקע געהאט אין שטוב א לעכטיג זיידענע נחת, מיין זיס קינד שיחי', אבער די ר''ה נאך וואס ער איז געבוירן, דאס הייסט ראש השנה תשס''ה, האב איך געשפירט עטליכע סימנים אז ס'קומט שווערע צייטן.
ס'מיר עטליכע מאל צעבראכן געווארן כלים, און ר''ה ביינאכט האט זיך ארויסגעגליטשט פון מיין האנט א טייערע גלאז, און עטליכע טעג שפעטער האט זיך געמאכט א פייער אין מיין קאך, עפעס זאכן וואס זענען נישט געווען פארשטענדליך, איך האב אלץ געהאט א געוויסע הרגשה אויף זאכן וואס פאסירט, וואס דאס מיינט אויפן עתיד.
אט די הרגשה האב איך מיט די יארן פראבירט צו איגנארירן, ווייל ס'בעסער נישט קלערן פון עתידות, בעסער גיין מיט תמימות, ווייל דער אייבירשטער טוט אלץ זיין משנה עיתים ומחליף את הזמנים, און מיט תפילה קען מען מבטל זיין און דווקא ממשיך זיין גוטע באצילן.
למעשה האט פאסירט וואס כ'האב געשפירט, ווי ס'שטייט, אשר יגורתי בא.. און ס'האט מיר ממש ריאינירט דאס לעבן, ווייל כ'האב אנגעהויבן ליידן פון שלאפלאזע נעכט, ממילא זענען די טעג שוין אויך געווען נעכט.. מיט קאפוויי און אויסצושטיין צו יעדע ווירוס וואס האט מיר באגעגענט.
מיין יודענע האט געזען ווי איך ליג אין בעט און שפיר זיך ווי א צעבראכענע שארבן, אן א תכלית, אן א אויסזיכט אויף איבערקומען די שווערע מצב אין דעם דאזיגן תקופה קשה, האט זיך מיר געאפפערט אז מיר זאלן אוועקפארן אויף שבת פרשת ויחי קיין בורנמוס, אין א האטעל, וואס איז נעבן די וואסער.
אין די זומער איז יענע ביטש ממש נישט פאר א יוד צו באזוכן, ווייל ס'זייער א שיינע גלאטע ברעק, און פארשטייט זיך איז עס אנגעלייגט דאן מיט אויסגעלאסענקייט, אבער אין די ווינטער – אין די קאלטע טבת, איז עס גאר גוט געפאסט פאר א לעבענס אויפ'פרישונג.
כ'געדענק, אז ר' דוד – דער ראכמיסטריווקער רבי פון ירושלים שליט''א, איז אויך אמאל געקומען אהין אין די פריזיג קאלטע טבת, און כ'האב געהערט אז ער האט שפאצירט ביים וואסער, פון פיער צום צווייטן, וואס איז א מרחק פון א האלבע שעה גאנג.
ער איז געגאנגען אהין און צוריק, עטליכע מאל! און די גבאים האבן זיך פשוט פארשטעקט אין די קאר פאר פרעסט, און ער האט זיך נישט באגענוגענט נאר אראפגעכאפט די מלבושים און געכאפט א טבילה אין וואסער.. זאגענדיג, ס'געזונט!
און ס'טאקע געזונט, איך האב עס געשפירט, ווען איך האב קוים מצליח געווען צו גיין פון איין פיער צום צווייטן איין מאל אהין און צוריק, און ס'האט מיר ממש אויפגעלעבט די נשמה! כ'בין געווארן מונטער און איבערגעטוישט ביז גאר.
איך האב שוין אמאל באשריבן יענע שבת אין די פרעמד, אין מיינע מעמוארן פון יענע יארן, וואס איז געדרוקט אין מיין ביכל 'זאל זיין געלעבט'.
אקיצור, ס'האט מיר גורם געווען ממש א תחיית המתים אין יענע שרעקעדיג קאלמוטנע צייטן.
ס'שטייט דאך אז מ'דארף מתפלל זיין, ותצילנו משעות רעות המתרגשות לבוא לעולם, ס'איז באמת א אדורכגאנג, אבער אויך דעם אדורכגאנג דארף מען זוכה זיין אריבערצוגיין מיט גאנצע גלידער און געזונטע געהירן.
ס'טאקע געווען א אויפ'פרישונג דאן, אבער די יאר האט זיך קוים אנגעהויבן.. און ס'מיר געווען באשערט מער עגמת נפש יענע יאר, און פונקט יענע יאר איז דער רבי געקומען קיין לאנדאן אויף א באזוך, און מיין קאפ איז מיר נישט געווען דערביי אין יענע פרייליכע סביבה ווען דער רבי איז געקומען אונז באזוכן.
איך האב געשפירט אז איך בלייב דא אין גלות, מאי אהני רבנן בתקנתיה, וואס זוך איך דא בכלל..
איך האב געשטופט א חודש נאך א חודש, און אין חודש ניסן האב איך באקומען א מעלדונג פון א חבר מיינע, אז מ'זוכט א העלפער אין ישיבה קטנה דארט, איינער זאל טיילן די נאכטמאל פאר די בחורים, און ס'קען זיין א שטיקל הכנסה פאר מיר.
איך האב מיך צוגעכאפט דערצו, ווייל עפעס אנדערש האב איך ממילא נישט געהאט..
און ווען כ'האב דאס אנגענומען, איז פלוצלינג צוגעקומען צו מיר די הנהלה פון בית טראני – די סקווערע מיידל שולע אין לאנדאן, אז אפשר וויל איך זיין א משולח פאר זיי, פשוט ארומצוגיין יעדן טאג איין שעה פארנאכטס, נאך געלט.
איך האב דאס אויך אנגענומען.
דערצו, האב איך שוין געהאט פאר א יאר, א שטיקל ארבעט ביי א יוד א נצרך, ר' יצחק קרויס, וואס איז פריצייטיג אריינגעפאלן אין קראנקן שטול-ראד, און מ'האט געדארפט עהם אויפלעבן, צו מיט לערנען צו מיט שמועסן.
איך האב געדארפט פשוט עהם ארויסנעמען פון הויז פאר איין שעה, און דערפאר האב איך באקומען א קארגע צען פונט באצאלט, אבער יענע משפחה האט דעסיידעד יעדע שטיק צייט, אז זיי דארפן מער נישט.. אפשר יעדע וואך צוויי מאל, און דאס אויך נישט יעדע וואך..
שפעטער האבן זיי מיר יא צוריקגערופן, און כ'האב א יאר שפעטער ממשיך געווען מיט יענעם יוד, וואס כ'האב גראדע אסאך ידיעות אין היסטאריע קונה געווען פון יענעם, און כ'ווייס נישט צו ער לעבט נאך, אבער א וואוילע יוד האט זיך פאר מיר אנפלעקט, און אסאך וויסנשאפט האב איך דארט איינגעזאפט.
איך וויל נישט יעצט אויפן מינוט פארציילן באריכות וויאזוי כ'האב דארט פארברענגט מיט עהם, און וואס כ'האב אלץ געהערט, אבער בקיצור נמרץ, איז ער געווען א תלמיד פון ישיבת תומכי תמימים אין קראוינהייטס, און געזען אמאל דעם מהריי''ץ זצוק''ל, און שפעטער געלערנט אין צעלים אין וויליאמסבורג, ווי זיין טאטע איז געווען א מתפלל קבוע, און דארט האט ער זיך געווייקט ביי די גדולי ישראל אין יענע תקופה אין שטאט.
ער איז אין ישיבה געווען אין נייטרא, ווי ער איז געווען דער 'טייפער' פון ר' מיכאל בער זצ''ל, וואס האט עהם באשטימט אפצוקלאפן די שיעורי תורה און שמועסן זיינע, און כ'האב פון עהם געהערט ערשט האנטיגע פאקטן פון יענע צייטן איבער שיטות און מיינונגען וואס האבן פאסירט דאן, און פון פיגורן און זייער הלוך ילך.

זייענדיג היבש ליידיג מיטן טאג, האט מיין יודענע מיר אנהויבן מוטשען, אז כ'זאל מיטפארן מיט איר אויף צורקע צו גרויסע שאפינג סטארס, און איינמאל האט עס פאסירט, אז זייענדיג אין א געשעפט פון קינדער קליידער, ווייט אוועק פון אונזער געגענד, האט א אראבער מיט די פארקניפטע בגדים, זיך אנגעטשעפעט אין מיר.
ס'דעמאלטס געווען א שווערע מצב אין ארץ הקודש, און די מדינה האט מצליח געווען צו האקן שטיקער פון די געכאפטע מחבלים, און יענער אראבער האט מיר אנגעהויבן טשעפענען, אז איך וועל באלד שפירן וואס דאס מיינט די כח פון מוסלעמעינער.
איך האב זיך אוועקגעדערייעט, און געמאכט ווי כ'ווייס נישט וואס ער רעדט, האט איך פלוצים געזען ווי א אראבקע – זיין ווייב, האט זיך צוגעשארט צו מיין ווייב און אנגעהויבן מיט די זעלבע שפיל.
איך האב זיך אנגערופן צו מיין ווייב, שפאציר אוועק, זיי זענען שעדליך! און מיין ווייב האט געהאט די קאפ אויפן פלאץ, און דווקא זיי אנגעהויבן נאכגיין..
זיי האבן באמערקט אז זי איז שטארק ביי זיך זיי צו ריפארטן, האבן זיי ארויסגעוואקט פון געשעפט און אוועקגעפארן מיט א שיינעם קאר.. און מיין ווייב האט פלינקערהייט מצליח געווען צו פארצייכענען די פלעיט נאמבערס..
אונז האבן ריפארטערד די נומערן, און גארנישט צוריקגעהערט פאר א לאנגע צייט, ביז עטליכע חדשים שפעטער באקומען מיר א רוף, און די פאליציי אינפארמירט אונז, אז מ'האט געכאפט א גאנצע גרופע אין לאנדאן וואס האבן שייכות מיט מחבלים, און אונזער אינפארמאציע האט געהאלפן.
אבער ס'האט זיך פאר לאנדאן נישט גוט אויסגעמאכט, ווייל דאן האט פאסירט די באקאנטע טעראר אטאקע אין די אנדערגראוינד, ווי פינעף פלאטפארמעס זענען געווארן פארגליווערט, ווען די אקציע וואס האט באקומען די נאמען לויטן דאטום 777, האט פאראליזירט לאנדאן מיט איר מעכטיגע קלאפ.
יענע טאג ווען ס'האט פאסירט, איז געווען ר''ח תמוז, און יענע שווערע טאג אין לאנדאן, האב איך פלוצים אויך באקומען א אטאקע! מ'האט מיר אפגעזאגט פון מיין דזשאב אין ישיבה..
פארוואס? פארווען? האב איך נישט באקומען קיין ענטפער, נאר גלייכגילטיג באקומען א מעלדונג, אז מ'דארף מיך נישט דארט מער.
איך האב פארלוירן די אפעטיט פון גיין נאך געלט, און די דזשאב פון דעם נצרך האב איך אויך דעמאלטס שוין נישט געהאט דערוויייל, און דא האב איך פארלוירן דעם פאסטן אין ישיבה אויך! איך האב זיך מער נישט געלאזט פונעם מצב הרוח, און אפגעמאכט אז ניין! איך גיי נישט ווערן געפאלן, דאס איז עס, איך גיי קעמפפן פאר מיינע רעכטן, און גיין ווייטער מיט א פלאן פאר פרייהייט פון דעם שווערן אנזעץ.
ווען דער רבי זז''ג איז געקומען זומער קיין פרעשבורג אויף שבת, בין איך שוין אויך דארט געווען, און איך האב ביים זיך פראווענען מוצאי שבת, פשוט און גלייך מודיע געווען דעם רבין, אז דאס איז עס, איך קען מער נישט וואוינען אין לאנדאן, די מצב מאכט מיך קראנק.
געווענליך אז מ'פרעגט, ענטפערט דער רבי א תשובה, אז מ'זאגט, האט דער רבי א אנדערע סטראטעגיע, וואס איז געווענליך נישט קיין גלייכע תשובה, אבער איך האב אלץ געהאט ביים רבין א אנדערע הלכה, און אלץ האט ער מיר געגעבן צו שפירן א נאנטקייט, אז ער זאגט מיר אקעגן!
אפילו כ'האב געזאגט אז כ'בין שוין באשלאסן אז איך גיי בקרוב אוועקמופן, האט דער רבי מיר געגעבן א לייכטע שטופ, און געזאגט מיט א שמייכל, מאכטס אייך נישט נאריש, איך זאג אייך אז ס'איז נישט קיין טובה אז איר זאלט אוועקמופן, און פארציילט מיר עפעס גוטס..
אז דער רבי האט אפאר מאל פארדרייעט די שמועס, און האט נאך גוט געהערט מיינע טענות, האב איך געזען אז כ'האב נישט קיין ברירה, און ס'האט נישט קיין פנים צוזיין א חסיד און נישט פאלגן, וואוינען נעבן רבין און פייפן.. האב איך בלית ברירה מבטל געווען מיין פלאן, און געווארט אויף בעסערע צייטן.
איך האב איין טאג געזען א צעטל אין א ביהמ''ד אין שטאט, אז עפעס א האנט קוקער איז דא אין שטאט, און מ'קען קלונגען צו מאכן א אפוינטמענט..
איך האב מיך צוגעכאפט דערצו.. ווייל א סקווערע חסיד וועט מיר זאגן, וואס דער רבי זאגט איז הייליג, ואין לנו רשות להרהר, א פרעמדער וועט זאגן, וואס הייסט דיין רבי פירט דיך ביים נאז? ממילא אויב יענער איז נישט קיין סקווערער, נישט קיין פשוטע פרעמדער, וועל איך פאר עהם פארציילן מיינע קוועטשענישן.
וכך הווא, איך האב מיך געפונען זיצן קעגן יענעם יוד, וואס איז גראדע נישט קיין קליינע ת''ח, און זאגט דווקא נישט קיין עתידות בגלוי, ער קען דעם פאך פון א הייליגע מקור, און ער האט מיך טאקע משכנע געווען, אז די בעסטע זאך וועט זיין, צו בלייבן אין לאנדאן דערווייל, ווייל מיין רבי האט נישט גערעדט צו מיר פון אייגענע נגיעות ווייל ער דארף מיך נישט נעבן זיך, נאר ער האט געמיינט א חשבון וואס איז נישט פאר מיר 'יעצט' צו פארשטיין.
איך קוק היינט צוריק, אין די פרטיות'דיגע ווערטער וואס יענער מקובל האט מיר געזאגט, טייערע לייענער, יעדע ווארט איז מקוים געווארן..
עד כדי כך, כ'מיין אז יענער מקובל האט אויך נישט געוואוסט וואס ער האט מיר אלץ מגלה געווען, ווייל כ'האב יענעם לעצטענס נאכאמאל געטראפן, און ער געדענקט מיך נישט, און האט נישט צוזאמגעשטעלט גארנישט מיט מיין פריערדיגע באזוך, פשוט ער האט דעמאלטס געזען אויף מיין הענט זאכן, און ס'האט זיך וואונדערליך אויסגעשטעלט מיט א הימלישער חשבון, אנדערש ווי איך האב מרגיש געווען.
איך וויל נישט יעצט פארציילן אלעס, אבער צווישן זייינע ווערטער האט ער מיך געזאגט, אז איך בין עתיד ארויסצוגיין אין די וועלט און משמח זיין אויף א שטייגער וואס א קליינע פראצענט קומען אן דערצו!!!
ער האט געזען אז איך וועל נישט לאנג וואוינען מיט מיין ווייב, און ער האט געמיינט אז אונז שלאגן זיך.. דערווייל איז עס געווען די גזירה מן השמים, אז זי האט געדארפט פריצייטיג נפטר ווערן ה''י.
בכל אופן, יענע יאר – יענע שווערע יאר, תשס''ה, האט זיך געענדיגט, איך האב מיט א פולע מויל אויסגעשריגן 'תכלה שנה וקיללותיה'... און תחל שנה וברכותיה!!!
און וואונדערליך, ווי נאר די יאר האט געמישט א בלעטל, האט זיך אנגעהויבן מיין הצלחה שיינען, ווי קיינמאל בעפאר!
באלד מוצאי יו''ט, איז מיר איינגעפאלן א פלאן, אז אפשר זאלן מיר מאכן א נסיעה די גאנצע שטיבל, קיין אוקריינא, און מתפלל זיין אויף קברי אבות פאר הצלחה אינעם שטיבל און פאר אונזער עתיד, א פלאן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צוזיין א גאלדענע פלאן, און א פאקטישע נסיעה וואס כ'האב שוין קיינמאל נישט פארגעסן.
אום חודש שב''ט איז פארגעקומען יענע נסיעה, ווען כ'האב שוין ביז דאן מצליח געווען אנצוזאמלען גרויסע סכומים ביים ווידער גיין נאך געלט פאר די מיידל שולע, [וואס דאס איז א פרק פאר זיך] און כ'בין געווען אין די כלים, און כ'האב אנגעהויבן שפינען א שייכות מיטן גאנצן שטאט, מיט מענטשן, פון אלע סארטן, און מ'האט מיר אנגעהויבן קענען אלץ א בדחן..
פארוואס פארדעם נישט? איי העוו נאו איידיע!..
יא, כ'ווייס יא פארוואס, ס'נישט געווען באשערט.. אבער זייענדיג אין אוקריינא אין די שב''ט שנייען, האט א חבר מיינע אפגעכאפט פון מיר אפאר ווידיאו קליפס, ווי איך גיי אין די שניי מיט א לילקע, און איך האב אויסגעשפילט עטליכע סצענעס, וואס איז שפעטער פארשפרייט געווארן, און איז געווען פאקטיש די ערשטע ווידיאו קליפ פון מיר וואס האט געפירט ווייטער צו מיין אויסגערופענע בינע נאמען 'מנשה לוסטיג' וואס האט שוין משמח געווען אן א צאל נפשות.
אויך יענע נסיעה האב איך פארצייכענט און ארויסגעגעבן מיט קאלירטע בילדער, ועוד חזון למועד ארויסצוגעבן די הויפט גוטע שורות פון יענע רייזע זכרונות.
המשך יבוא בעזרת ה'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:04 pm
דורך שרייבער
געוואלדיג :like

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:46 am
דורך נאטרוליסט
ידעתיך ולא אכנך, אבל מכותלי כתיבתך נראה אז דו ביזט נישט דער צעפלויגענער, אומ'מסודר'יגער פארשוין וואס דו שטעלסט דיך פאר.
דיין ארטיקולאטיווער מסודר'דיגער און געזעצטער שרייבן מיט א מייסטערהאפטן זכרון, לעבעדיגע אויטא-ביאגראפישע קאפיטלען געשילדערט מיט אזא געשמאק און אזויפיל הרגשים אמיתיים איז צום באוואונדערן. - דו קענסט די פאך פון ארויסבקרענגען טרערן נאך בעסער ווי מאכן לאכן!

צלח ורכב און גיב נישט אויף!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער זאגט איך בין צעפלויגן? איך בין זייער א מסודר'דיגע טיפ גראדע, קום צו מיין רעדזשיסטער אין גראסערי, וועסטו זען וואס מיינט מסודר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
זייט דעמאלטס ווען מיין ערשטע קליפ איז געגאנגען - ווי מ'זאגט אויף ענגליש – וויירעל, האט זיך אנגעהויבן א נייע פשט אין די נאמען מנשה לוסטיג, וואס איז געווארן א פיגור פון קאמעדיע, ווי קיינער בעפאר.
דהיינו, דאס ערשטע היימישע קליפ וואס איז אמאל ערשינען פארן פובליקום 'ווארלדווייד' איז געווען אט יענע קליפ, וואס מיין דעמאלטסטיגע שוואגער – שלום ארי' דין האט ארויפגעלאדענט אויף 'יוטוב', וואס איז יענע יאר געווארן גאר פאפולער, און איז ממש דאן געעפענט געווארן, פאר ווער ס'וויל ארויפלאדענען א אייגענע קליפ.
ס'האט גענומען צייט ביז ווען ס'האט דערגרייכט צו די אויערן פון היימישע, אז מ'קען אויף אזא ווידיאו סייט 'יוטוב' זען א ריזן אויסוואל פון היימישע קליפס, און די יודישע סטארס האבן זיך דערצו צוגעכאפט און אנגעהויבן פראדעצירן קליפס.
כ'וויל צוגעבן, אז דעמאלטס איז נאכנישט געווען די איסור קעגן אינטערנעט אזוי בתוקף ממש, ווי היינט א שטייגער דאס ערגסטע, ממילא איז עס נישט געווען מער ווי די פרעמדע עוולה פון קוקן א ווידיאו, נישט מער.
און דאן האט מיין שוואגער ליפא שמעלצער אנגעגרייט א שיינעם קליפ פאר 'העסק', און ס'האט ערגעצוואו ארויסגעליקט, און ס'האט איינעם פארשמעקט צו נעמען יענעם קליפ 'דייעט', און עס צונויפשמעלצן מיט מיין ערשטע קליפ, ווי מ'זעט מיר כאפן עסן און שלונגען מיט אפעטיט.
פאר ליפא האט עס זייער געשטערט, און איך – וואס האב געגעבן רשות פאר יענעם עס צו ניצן, האב באלד געמאלדן פאר ליפא אז נישט איך האב עס גענוצט, נאר מ'האט מיך גענוצט, וואס פון מיין זייט איז עס בסדר.
למעשה, ביז מ'האט זיך געגעבן א דריי, איז יענע 'דייעט קליפ' ארויפגעלאפן ביז די דעמאלטסדיגע אסטראנאמישע ציפער פון 'פערציג טויזענט' קוקערס!!!!
היינט איז שווער אז א היימישע קליפ זאל אזוי שנעל שטייגן אין ציפערן, ווייל, נישט אלע קוקן עס אויף יוטוב, און מ'לייגט עס אויף פילצאליגע אנדערע סייטס, און מ'שיקט עס ארום אויף אייגענע דאוינלאודס, און אויך, אז זינט די שטארקע מערכה קעגן אינטערנעט, איז שטארק רעדוצירט געווארן די נומערן ביי היימישע קליפס. [ברוך השם..]

יענע קליפ איז נישט אזוי שנעל נעלם געווארן, אבער מיין קליפ, וואס מיין געוועזענע שוואגער שלום ארי' דין האט ארויפגעלייגט אויף זיין אייגענע קאנטע, איז פארמעקט געווארן נאך א קורצע צייט, ווען ער האט פארמאכט יענע קאנטע.
דאן האב איך געעפענט מיין אייגענע קאנטע, און איבערגעלייגט די אלטע און אנגעהויבן מאכן פרישע שטיקלעך, לויט די גוטע פידבעק וואס כ'האב שנעל באקומען.
כ'האב שוין געהאט גוטע פריינד, וואס האבן מיר געווארענט אז ס'וועט מיר ברענגען זעק מיט בושות, אויב כ'וועל ממשיך זיין דערמיט, און בעסער זאל איך שוין אויפהערן זיך נאריש מאכן פאר די וועלט..
איך האב אבער אנדערש געקלערט, אז איך ווער ממילא נישט נתפעל פון די 'וועלט'! איך קען באשטיין אויסצוגעבן מיינע געבוירענע טאלאנטן, און דערביי נישט שפענדן קיין איבריגע קופערנע פעני.
און כ'האב מיך געגרייט ווידעראמאל מאכן א גוטע סצענע, זאלן אלע לאכן, און כ'וועל אנהייבן א נייע עפאכע, היימישע ערליכע קאמעדיע, וואס איז א ליידיגע פעלד ביים יודישער פאלק, שוין זינט איבער צענדליגע יארן, פון ווען די פרייע האבן פארכאפט די יודישע קאמעדיע קונץ, און עס אויסגענוצט אויף מיאוסע אופנים.
דאס נייע פעלד פון היימישע קאמעדיע, איז א פרישע נישט באטרויטענע פעלד, אשר לא דרך בה אדם מעולם – צוליב די נייע טעכנישע כלים וואס געבן צו א שטארקע געוויכט, אבער מצד השני איז דא די פראגע, אז ס'איז דאך א ווידיאו, און נאך אמאל אינטערנעט, ממילא ווער נעמט די אחריות?
די שאלה האט מיר געשטאכן שטארק, און כ'בין געווען פארלוירן אין מיינע מחשבות, און דערווייל עס דערשטיקט אינעווייניג, ווייל קוים וואס כ'האב אנגעהויבן עוסק זיין מיט עפעס שמחה'דיג, זאל איך עס אויפגעבען? נאך לאנגע פעריאדן פון טיפע עגמת נפש און שוועריגקייטן.

איין טאג האב איך מיך אוועקגעזעצט, און אנגעהויבן שרייבן א סקריפט – פאר א איידיע וואס ס'איז מיר איינגעפאלן פאר א קליפ.
שרייבן סקריפטס איז א טאלאנט פאר זיך, וואס ב''ה איך האב דאס אויך באקומען פון הימל, און כ'האב אסאך סקריפטס שוין געשריבן, און ווען כ'זאג אסאך מיין איך מער באיכות, די סקריפטס וואס כ'האב געמאכט זענען אויסגעשטעלט מיט א שטייגער אז מ'שפירט זיך ממש אינעם סצענע, און מ'פארגעסט פון עפעס ארום, פונקט ווי מיינע מאמרים.
און כ'האב געוואלט א חבר מיינע, דער וואס האט אין אוקריינא אפגעכאפט פון מיר די גאנץ ערשטע קליפ, זאל עס פאר מיר יעצט אויך אפכאפן.
יענער איז פרום געווארן, און זיך אפגעזאגט עס צו טון, מיטן טענה אז ער מיינט מיין טובה כ'זאל עס נישט טון..
איך האב עהם אפגעלאזט, און פארציילט פאר מיין ווייב ע''ה, אז כ'וויל מאכן אזא קליפ, און זי וועט מיר האפענטליך העלפן דערמיט.
זי האט גערן מסכים געווען מיר צו געבן די הילף כ'זאל שפירן עפעס לעבעדיג אויפן הארצן.. אבער וויאזוי? איך ווייס נישט וואס מ'דארף טון, האט זיך גע'טענה'ט.
איך האב איר געבעטן צו האלטן די קעמרע נעבן די שוועל פון א טיר, אז ס'זאל זיך נישט רירן, און ווען כ'וועל מאכן א סימן, וועסטו אנהייבן, און ווען כ'וועל מאכן די צווייטע מאל די סימן, וועסטו אויפהערן.. וכך הווא!
יענע נאכמיטאג האב איך געמאכט די באקאנטע קליפ – באבי לייג שוין אראפ..
נאך מער האב איך מיר געפריידט אז כ'דארף נישט צוקומען צו קיינעמס טובות, מיין געטרייע יודענע, וואס איז שוין דאן אסאך מאל ארויס פון איר וועג פאר מיינעט וועגן, און אסאך זאכן געטון, כאטש זי אלץ גאר פרומע האט לכתחילה נישט געוואלט געוויסע זאכן, אבער פאר מיר, און פאר מיין גוטע געפיל, האט זי זיך געבויגען אין דרייען, אבי זי זאל מיך זען פרייליך ווי די טאג ווען מיר זענען אריין אונטערן חופה..
די קאמפלימענטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און ס'קומט נאך יעצט..
יענע קליפ איז געווען א סעמפל פון א מנשה לוסטיג פראדוקט, הונדערט פראצענט נאטורליך און לעבעדיג און פארשטייט זיך לאכעדיג.
איך האב אוועקגעגעבן פאר דעם קארגע מינוטן, און די שמחה וואס דאס האט שוין גורם געווען איז נישטא די צאל! און דערווייל אין לאנדאן האב איך זיך ווייטער געלעבט די זעלבע שטייגער, נישט וואוסנדיג ווי סאך מענטשן קוקן מיר נאך..
מיין ברודער האט גע'מסר'ט פאר מיין מאמע, ווען כ'בין געקומען קיין סקווירא אויף יום טוב, אז איך מאך קליפס און יעדער קוילערט זיך.. און אנשטאט זי זאל מיר געבן קוראזש, האט זיך מיר פארגעהאלטן, אז כ'מאך מיר אן בושות בחינם..
'זאלסט וויסן אז מענטשן קוקן'.. האט זיך מיר געזאגט א פזמון, און כ'האב זיך געביסן די ליפן פון דעם אייניגן פזמון.. וויפיל וואלטן געוואלט מ'זאל וואס מער קוקן.. און כאטש מיין ציל איז נישט געוען צו ווערן די וועלטס בדחן, אבער ס'האט מיר נישט געקימערט אז 'אלע קוקן אויף מיר'..

איך האב שפעטער צוריקבאקומען די אפפער פון באדינען דעם יוד וואס האט געדארפט הילף, ר' יצחק קרויס, און כ'האב פארדינט עפעס נישט קיין גרויסע זאכן, אבער ס'דאך געווען עפעס, ווען יעדע פרוטה ציילט זיך אין יענע מצב פאר גרויס געלט.
איך האב דאן געדארפט עהם טראגן צו א שיעור בעלי בתים, אין די 'ברענער סענטער', א יודישע צענטער פאר אזעלכע פראגראמען, וואס איינער האט דארט פארדינט גרויסע פארדינסטן, צו אגודת ישראל, צו וויזניץ ב''ב וואס איז געווען בשכינות, אדער גאר א דריטער..
און דא הייבט זיך אן די פרישע פראבלעם, אז דער מגיד שיעור זאגט מיר, כ'זאל עהם אויפהערן ברענגען, ווייל די משתתפי השיעור ווילן נישט שפירן ווי נצרכים וואס זיצן מיט ווילטשערס אינאיינעם, און הערן אויס א חק לישראל שיעור.
איי וואס דען זענען זיי געווען די משתתפי השיעור? פאלג מיר א גאנג, אלע זענען זיי געווען פעלערהאפטיג, איינער מיט די שכל, איינער מיט א פאסטן.. איינער מיטן שטופן די צייט, און איינער נישט ווייט פון ר' יצחק'ס פראבלעמען.
און ר' יצחק פלעגט אויפלעבן פון אזא שיעור, ממילא האב איך יענעם קריטיקירער איגנארירט, און עהם ווייטער געברענגט, דאך האב איך טייל מאל געמאכט א הפסקה און געלערנט מיט עהם אינדערהיים, ווייל כ'האב זיך נישט געוואלט איינרייסן מיט יענעם ממש יעדעס מאל.
אזוי איינמאל אין א וואך צו אין צוויי וואכן, האב איך עהם אהינגעברענגט, וואס דאס אליינס איז מיר געווען א גוטע שלעפ און טירחה, ווייל ביז א קאר איז אונז געקומען נעמען און אזוי אהיימנעמען, האט מען געקענט צעשמאלצן ווערן אין די זומער, און געפרוירן ווערן אין די ווינטער.
און פאר מיר אליינס האב איך שוין אנגעהויבן שפירן די בושה, פון שלעפן א נצרך אין א ווילטשער, ווען ס'קלאר פאר אלע פארבייגייער, וויפיל פרוטות איך פארדין פארדעם..
אבער דערצו האב איך נאך געהאט דעם דזשאב פון ארומגיין אלץ משולח פארנאכטס, און כ'האב דארט אויך געלייזט אפאר פרוטות, און אפאר שורות נאטיצן.. וואס כ'האב פארצייכענט דערביי, און געמאכט פון דעם צימעס פון די תוצאות..
אבער דא האט זיך מיר אונטערגעריקט נאך א גוטע ביינדל, ווען א שכן פונעם שטיבל א סאטמארע יונגערמאן האט ארויסגעגעבן וועכענטליך אזא מין צייטונג, און ער האט מיך געכאפט אלץ שרייבער און געוואלט כ'זאל אנהייבן עמטליך שרייבן פאר עהם וויפיל ס'גייט..
אה, דאס איז שוין געווען מער א רעספעקטפולע ארבעט, און זיכער מער הנאה דערין, און כ'האב מיך גענומען קלאפן אותיות אין די טויזענטער.. און ביידע האבן מיר הנאה געהאט סוף וואך.. און כ'האב נישט נאר געזוכט סחורה וואס צו שרייבן, נאר געמאכט אייגענע מאמרים אויך, וואס ער האט גערן אנגענומען.
אזוי האב איך געשטארקט מיין כח פון שרייבן אסאך אויפאמאל, און כ'האב געהאט דערפון גאר אסאך סיפוק.
כ'האב שוין כמעט פארגעסן פון די שווערע זמנים בעפאר, אבער נישט געזארגט, כ'האב דערפון נישט פארגעסן לחלוטין.. איך האב פשוט זיך געפריידט אז כ'זע שוין עפעס הצלחה אין מיינע עסקים, און זיך א עצה געגעבן אין גלות, ווען מיין יונגעלע וואקסט אויך אויף צו מיין לעכטיגע נחת.

באמת איז פארגעקומען א דראסטישע טויש אין דעם יאר, ווען כ'האב געטוישט דירה, און זיך אריבערגעצויגן צו א צווייטע גאס, אויפן הויפט שטראסע פון סטעמפארד הילל, אין 9 האומוואד קארט, העכער די געשעפטן, און מיין יודענע איז געווען זייער העפי אז ס'וועט פאר איר זיין פיל לייכטער אנצוקומען שנעלער איבעראל, נאך וואס זי פלעגט מאכן בעיבי סיטינג, און די ליובאוויטשע סקול איז געווען א שפאן אוועק פון דארט, און אסאך האבן געגעבן פון דארט צו בעיבי סיטן.
מיין שווער האט מיר געאפפערט ביים מופן, אז ער וויל נישט כ'זאל שלעפן די אלע געפעק אליינס, ווייל כ'קען חלילה זיך איבעררייסן די רוקן, און איך האב עהם נישט געפאלגט, און נאך אויסגעשפילט, און אליינס אריבערגעמופט.
עס האט עהם זייער וויי געטון וואס כ'האב געטון קעגן זיין ווילן, ווייל ער האט געדינגען צוויי מוסלעמענער פון זיין ארבעט, זאלן מיר אריבערשלעפן די זאכן, און איך האב זיי געלאזט ווארטן אינדרויסן און זיי האבן פארפאסט זייער פרעפלען אין מעטשעט, און זענען געוען זייער בייז.
מיין שווער איז אלץ געווען געטריי צו מיר, און קיינמאל נישט זיך איינגע'עקשנ'ט מיט מיר, דאס מאל איז געווען די איין אייציגע מאל וואס ס'האט עהם זייער וויי געטון, און ער האט פשוט זיך באליידיגט, און די רוגזה האט אנגעהאלטן עטליכע חדשים.
ווען מיין יודענע האט געוואוסט דערפון, און פשוט צוליב איר שעצונג צו מיר, האט זי זיך נישט געמישט דערין, כאטש ס'האט איר גענוג געשטערט, און פאר ראש השנה, זאגט זי מיר, אפשר אז ס'קומט א נייע יאר, ביסטו מסכים איבערצובעטן מיין טאטן?
איך האב באלד געזאגט אז יא, ס'וועט מיר נישט פאסן, אבער פאסן מיט מיין שווער שטימען נישט.. פאר זיינעט וועגן און נאכמער פאר מיין יודענעס וועגן וועל איך עס טון, און כ'בין פשוט צוגעגאנגען צו עהם אפאר טאג פאר די נייע יאר, און עהם געוואונטשן א נייע זיסע גליקליכע יאר, און אויסגעדרוקט חרטה פארוואס כ'האב עהם איגנארירט און נישט געוואלט נעמען זיין הילף.
און כ'מוז מודה זיין, אז זייט דעמאלטס האב איך טאקע געהאט זיך איבערגעריסן די רוקן עטליכע מאל, און ס'האט מיר שטארק חרטה באקומען פאר דעם אליין!
שוין א נייע יאר, א נייע חשבון, אבער פאר מיין יודענע איז אריין א נייע געדאנק אין קאפ.
מיין יונגעל ווערט שוין באלד פיר יאר אלט, און טאקע מיר האבן זוכה געווען וואס אנדערע פלאגן זיך נאך.. און ס'ממש געווען א ברכה, מ'האט נישט געדארפט צוקומען דאן צו קיין בוני עולם וכדומה.
אבער יעצט איז צייט פאר השתדלות פאר נאך קינדער..
איך האב איר אנגעהויבן זאגן, אז איך זע קלאר אז מ'טאר נישט איינרייסן, וואס ס'איז באשערט נאטורליך, דאס בין איך גרייט, אבער כ'בין נישט גרייט צו גיין בעטן בוני עולם וכדומה, פאר נאך קינדער.
זי האט דא אראפגעשטעלט א פוס, אז ניין! 'זי' וויל יא נאך קינדער.. און 'זי' וועט טון די השתדלות, אויב איך וויל נישט, וועט זי טון אלע שווערע ארבעט, און איך וועל נאר דארפן מסכים זיין, ווען מ'וועט דארפן מיין חלק.
כ'האב בלית ברירה מסכים געווען, ווען א אינערליך געפיל זאגט מיר, אז זי וויל זיך איינשטעלן, און כ'האב נישט געשפירט גענוג שטארק צו זאגן ניין! פארוואס יא? זאל איך זאגן כ'וויל נישט האבן נאך קינדער? כ'וויל דאך יא..
און דא האט זיך אנגעהויבן די פרשה פון השתדלות אירע, צו האבן נאך א קינד, ביז מסירות נפש ממש.
המשך יבוא בעזרת ה'

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:38 pm
דורך שרייבער
יויש איך ציטער....
לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:53 am
דורך ברסלבער
[tag]מנשה לוסטיג[/tag]. זייער שיין, און א גרויסן דאנק.
דיין קליפ פון א סקרין סעווער, וואו מען זעהט דיר גיין אהער און אהין יעדעס מאל אנדערש אהערגעשטעלט, האב איך געזעהן מיט יארן צוריק אויף א לענגערע און שענער פארמאט, אן די צוגעלייגטע עפעקטס וואס הרג'ט אוועק די זאך. איז נאך דא צו זעהן ערגעץ די ארגינעלע?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:23 am
דורך לבי במזרח
מנשהלע, אפילו איך עגרי נישט אייביג מיט דיינע ווערטער, ווילעך דיר זאגן - בתור גיוו קרעדיט ווהער קרעדיט איז דא - אז איך ווער מעשיגע פון דיין אשכול וועגן דיין לעבנס היסטאריע, נישט איינמאל זענען מיינע אויגן געווארן welled-up לכאורה ווייל איך - אזוי ווי מן הסתם יעדער - טרעף זיך אליין און אסאך פון די עפיזאדן in some way, shape or form. די ביסט א גאון און שרייבן among other things. עס קומטזעך דיר א גרויסן ישר כח פארן דאס אזוי דא ארויסגעבן ברבים, הגם דאס איז לכאורה א ווינדערבארן טעראפי פאר דיר אליין, למעשה איז עס אויך א גוטע פארום פון גרופ טעראפי פאר אונז אלע קריגס געשלאגענע.

Again, thanks so so much for what your doing here, I don't even know if you yourself know how many souls you touched with these articles! Keep up your great work!

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
ברסלבער האט געשריבן:[tag]מנשה לוסטיג[/tag]. זייער שיין, און א גרויסן דאנק.
דיין קליפ פון א סקרין סעווער, וואו מען זעהט דיר גיין אהער און אהין יעדעס מאל אנדערש אהערגעשטעלט, האב איך געזעהן מיט יארן צוריק אויף א לענגערע און שענער פארמאט, אן די צוגעלייגטע עפעקטס וואס הרג'ט אוועק די זאך. איז נאך דא צו זעהן ערגעץ די ארגינעלע?

ווען כ'וועל איבערארבעטן 'אליינס' מיינע קליפס, - בקרוב - וועט מען דיינע ווערטער אין אכט נעמען.. [די DVD וואס איז ארויסגעקומען פון מיינע שטיקלעך, איז נישט געווען פון מיר, נאר א צווייטער האט עס צוזאמגעשטעלט מיט מיין רשות.]

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
פאר איך גיי ווייטער, דארף איך פארציילן נאך עפיזאדן אין דעם יאר ווי איך שטיי, ווייל כ'האב אסאך אויסגעלאזט ביז אהער, און כ'האף עס משלים צוזיין נאכדעם, אבער וויפיל כ'קען דא משלים זיין וועל איך פראבירן.
אין מיין נייע דירה אויפן הויפט גאס סטעמפארד היל, האב איך געהאט טייער הארציגע שכנים, משפחת שפרונג און משפחת וויינבערג, וואס זענען געווען מיינע שכנים העכער מיר, און האבן כמעט יעדע שבת געמאכט לעבעדיג און ס'געווען א געשמאק פאר מיין יודענע ע''ה די אנגענעמע שכנים וואס מיר האבן נישט אלץ דאס פארמאגט.
אין מיין אלטע דירה איז געווען א קאמפלעקס פון הונדערטע שכנים, און רוב גוים, א טייל מוסלעמענער, אבער דא איז געווען איינגעטיילט אין פריוואטע איינגאנג צו דריי דירות, ווי מיר און די צוויי משפחות שפרונג און וויינבערג האבן זיך געלעבט ווי איינס ממש.
איך האב דעם יאר תשס''ז אנגעהויבן מיט א פרישקייט זיך לערנען דרייווען, [איך האב עס בטעות אויסגעלאזט פריער, אז דער רבי זז''ג האט צוגעשטימט איך זאל זיך לערנען דרייווען 'אז עס קען צוהעלפן פאר א פרנסה'.] און וויפיל כ'בין געווען אנטוישט ביז אהער, האב איך יעצט גענומען א אנדערע לערער – א אינדיאנער סיעק, וואס האט שוין מצליח געווען מיט עטליכע חברים אין שטיבל זיי צו מאכן 'פעסן' די ראול טעסט.
ער האט אויסגעלערנט נאר מעניועל – קלאטש, וואס כ'האב פריער נישט געלערנט בכלל, און כ'האב אבער זיך דאס אויך אויסגעלערנט מיט די צייט, און די זמן פון זיך לערנען האט גענומען אסאך צייט ביז כ'האב געשפירט אז כ'קען גיין צום טעסט.
אין די צייט, בין איך נאך ארומגעגאנגען יעדע פארנאכטס אויף משולחות, און איך האב פראבירט צו דעקן דעם גאנצן געגענד פון סטעמפארד היל, וואס נעמט צו א חלק פון 'סטאק נואינגטאן' פון איין זייט, און 'טאטנהעם' פון די אנדערע זייט, כאטש צוויי מאל!
ס'נישט געווען גרינג, אין די טיפע ווינטער און זומער, ספעציעל ווען מיין פאמיליע קרענק – אז די נאז נעמט זיך בלוטן יעדע סעזאן טויש, האט מיך נערווירט ביים דארפן זיך אפשטעלן, און אפשטעלן די בלוטן.. אבער כ'האב זיך געווישט די שווייס אין די זומער, און די נאז אין די ווינטער, צעשמאלצן געווארן און געפרוירן געווארן.. און געזאמעלט א פרוטה אויף א פרוטה, פון גביר אדיר ביז דעם עני מדוכה, אלע האבן מיר נישט פארגינט מער ווי איינצעלנע פונטן..
און די קליינע מעשה'לעך וואס כ'האב געהאט דא דארט, הלא הם כתובים אין מיינע פריערדיגע קונטרסים'לעך, וואס כ'האב דאן פארצייכענט, און כ'וועל עס נאך אמאל דא ברענגען.
אבער איין געשיכטע וואס כ'האב מיין איך קיינמאל נישט פארציילט, איז געווען אין א זומערדיגע זמן שקיעת החמה, ווען כ'בין געווען אין די געגענד פון אפפער קלעפטאן – נישט ווייט פון די 'פאנט', [דאס איז א אזערע – שטייעדיגע וואסער אין צענטער פונעם געגענד] נישט ווייט פונעם בעלזא שול, און כ'האב געקלערט נאך צוצוענדיגן דעם גאס דערנעבן, און נאכדעם גיין אויף צרכים.
אבער מיין מאגן האט אנדערש געמאלדן, און א פלוצלינגע רוף פון די געדערים, האט מיך געמאכט לויפן צום בעלזער שול, און גלייך אריין אינעם ביה''כ, ווי כ'האב להכעיס נישט פארשטאנען, אז ס'שטייט אויפן דלת, 'צעבראכן' און כ'זע אז די טוילעט פלאשט יא!
די אמת איז געווען, אז די טיר פונעם ביה''כ איז געווען צעבראכן די שלאס, און ווען כ'האב שוין געוואלט ארויסגיין פון דארט, באמערק איך אין וועלכע טורמע כ'האב מיך אריינגעשפארט!
ס'נישט קיין טיר וואס מ'קען אונטערקריכן, צו אויפברעכן גרינג, ניין, ס'איז א שטארקע האלצערנע טיר, וואס די שלאס איז אפגענומען ביים הענטל, און די צינגל איז פארצוואנגט און לאזט זיך נישט רירן..
איך בין געווארן ווילד! ווי א חיה וואס שפירט זיך איינגעשפארט.. און כ'זע אז העכער קען מען ארויפקריכן, און ביים פענסטער אויבן קען מען איבערטאנצן צום נעקסטן שטיבעלע.. אבער וואס טו איך ווען כ'וועל זיין אינעם נעקסן ביה''כ?
אה, ווידער קריכן ווייטער, און זיך אראפלאזן דארט און ארויספיצן פונעם געפענגעניש.. געגאנגען!
צולאנג האב איך נישט געוואלט קלערן וויאזוי אזא גראבע געביין ווי איך וועל זיך ארויפדראפענען אויף די גליטשיגע ווענט, און איבערטאנצן.. אבער ווייל כ'האב געזען אז כ'וועל זיך שעמען צו שרייען נאך הילף און מיין בעסטע אפציע איז איבערטאנצן, האב איך געכאפט מיין הוט און רעקל, און איבערגעווארפן די וואנט – אויף ארויס.
און איך מוז יעצט שוין ארויפקריכן ווייל מיין הוט און רעקל זענען שוין אינדרויסן.. כ'האב שוין נישט קיין ברירה, און מיט דרייסט און פלינקע מוט דראפע איך אויף די ווענט העכער און העכער, און כ'שטיי אויפן וואנט אויבן! זע איך אז א צווייטער זיצט דארט...
כ'בין געווארן מער ווילד! און אנגעהויבן קריכן אויף די דינע שארפע ציגעלנע וואנט, און אראפגעשפרינגען אויף ארויס!!
אבער דאס האט מיר געקאסט א פרייז, ווייל ביים אנקומען אויפן ערד, האב איך זיך נישט געקענט רירן פון ארט! כ'האב געכאפט א שטארקע זעץ אין די בויך אריין, און כ'האב פארלוירן די חושים פאר א גאנצע מינוט.
כ'האב געקראכן אויף די הענט און פוס, ארויס צום קראן, צו כאפן א שלונג וואסער.. אפשר וועט עס מיר בעסער מאכן די יסורי תופת.
און כ'באמערק ווי מיין הענט איז בלוטיג, און אויך גוט שמוציג פון פייגל אפפאל.. אוי א בראך! איך צינד אן די קראן, קיינער זאל מיר נישט זען דא אין דעם שמוציגן מיאוסן שווארצע מצב, כ'בין צוזיך געקומען און אנגעהויבן כאפן די מצב, מיט א קורטוב בושה.
כ'האב געטרונקן מיט די מויל פונעם קראן, און כ'האב ב''ה געכאפט די אטעם, אבער די יסורים האבן געשפירט ווי כ'האב צעריקט א ביין ערגעצוואו, און כ'האב מיך אהיימגעשלעפט א וועג, איינגעהויקערט פון יסורים און בויך וויי.
כ'האב כמעט געשוואוירן אז מער גיי איך נישט נאך געלט.. אבער נאך א וואך האב איך זיך בארואיגט, און איינגעזען אז ס'איז איינע פון די 'קליינע דורכלעבענישן' אינעם קייט פון יסורים אויף דער וועלט, און מ'דארף ממשיך זיין..
אמת טאקע אז ס'נישט געווען קיין צו בכבוד'דיגע עסק, צו גיין קלאפן פון טיר צו טיר, און ווערן בעל כרחי צופרידן פון די נארישע פאר קאפיקעס וואס די וואס האבן שוין יא געעפענט די טיר, האבן מיר געווארפן מיטן קליינעם פינגער, אבער ווי געזאגט, בעסער ווי א פאטש, ווען מ'האט נישט עפעס בעסערס, און מ'נויטיגט זיך אין אפאר פונט, ברעכט מען רוקן און לענדן, אבי ס'זאל עפעס קלונגען אין טאש.

באמת האב איך יא געהאט מיין קרעמל, איך האב פארמאגט עטליכע גאר נאנטע הארץ חברים, ערליכע וואוילע חסידישע יונגעלייט, וואס האבן אלץ ועד בכלל.. מיר געהאלפן מיט חיזוק רייד און וואס נאר שייך און אין זייער מעגליכקייט מיר צובאפרידיגן.
איינער פון זיי, אהרן הערש אפטער, נאך איינער, אהרן געניוואש, און יחיאל מיכל בוקסבוים, און משה יוסף צימענט, און גרשון משה האכהייזער, און נאך עטליכע.
איך בין נישט געווען מסופק צו איך קען זיך פארגלייכן מיט זייער צידקות, ס'מיר קלאר כשמש בצהריים אז איך קום נישט צו צו זייער קנעכל אין חסידות און תורה, אבער כ'האב מיר אלץ גע'חזר'ט דעם פסוק, חבר אנו לכל אשר יראוך ולשומרי מצוותיך..
ווען כ'בין געווען אין א מצב פון שברון לב, ממש ביים שוועל פון ייאוש צו זען עפעס א תכלית און תקומה, האבן זיי ארויסגעשפראצט ווי א מלאך מושיע, און מיר א קלאפ געטון אין רוקן, לאמיר כאפן א שפאציר, און זיך אויסשמועסן וואס מיר פארמאגן יא!
איינער פון זיי האט מיך געשלעפט צום לאנדאן בריק נאך חצות הלילה, איינער פון זיי פלעגט מיר עטליכע מאל שלעפן מיט ווערטער אז כ'זאל קומען שפאצירן אין די שטאטישע פארקס, און הערן 'זיינע' דאגות.. יענער האט טאקע געהאט אייגענע דאגות, אבער די ציל איז געווען מיר צו צייגן אז יעדער האט א פעקעלע פאר זיך, און קיין איינס איז נישט די זעלבע ווי א צווייטנס.

כ'וועל מודה זיין, די זיבן יאר וואס כ'האב געוואוינט אין לאנדאן, בין איך נישט געווען אזא מעקעלע און שטילע ווינקל זיצער, ווי עס קען זיך ארויסדרונגען פון די שורות, ניין! איך האב גענוג איבערגעדרייעט א מצב אין שטיבל, סיי פורים צייט, וואס איז דאך פון אייביג אן זייט די טאג וואס כ'בין געבוירן – געווען מיין אושפיזין.
סיי מזמן לזמן צו מאכן א רעוואלוציע אין חסידישע שטיק, סיי ווען ס'געווען א געלעגנהייט פאר עפעס ניי, עפעס א שינוי, בין איך גראדע געווען דער וואס האט אנגעהויבן דערמיט, און אנדערע האבן עס אויסגעפירט למעשה.
איך האב נישט צופיל זוכה געווען אויסצופירן אלע מיינע פלענער, אבער א טייל פון זיי איז געווארן אויסגעפירט, אבער נאר דורך אנדערע, און וואלט ווען די זאך געווען 'גענוי' ווי מיין חלום, וואלט עס לפי דעתי געווען מיט מער שלימות, אבער קוקט אויס אז מן השמים איז עס געווען אנדערש פארזיגעלט.
איז וועל איך צענעמען אביסל די ענינים, און פארציילן וויפיל עס קומט מיר צו פארציילן.
למשל פורים, איז זייט איך בין אנגעקומען קיין לאנדאן, האב איך נישט אויסגעלאזט א פורים נישט צו מאכן עפעס ספעציעל, אז די שטיבל זאל זיין אפ סייד דאוין! און די פרומע עלטערע חברה האבן גענוג געקריצט מיט די ציין, ווי כאילו פורים איז א שטייגער געמאכט פאר קאמיקערס און מ'ברויך עס לפיהם אפהאלטן..
אבער מיינע שטיק האט זיי נישט געלאזט איינהאלטן די אטעם.. ווען איך בין ערשינען יעדע יאר אנדערש מאדנע געקליידעט, און געמאכט זיכער מיט קינצלעך אז די 'ערנסטקייט' זאל אוועקפליען כאטש בעצם יום הפורים, אמאל מער און אמאל ווייניגער, אבער כ'האב מיך אלץ געלאזט הערן.
די סאמע היסטארישע פורים קונץ וואס אלע וועלן געדענקן דארט, איז געווען א פורים מוצאי שבת, ווען כ'האב שוין פון וואכן פאראויס אנגעגרייט דעם שפיצל, און איינגעקויפט א זאק מיט נאש, און שבת זכור, ווען ר' אהרן פישל דער חזן האט אנגעהויבן לכה דודי זינגן מיטן תנועה פון שושנת יעקב, איז פלוצלינג פון ווייבער שול געקומען צו פליען הונדערטע פעקלעך, וואס קיין איינס איז נישט געפלויגן פארן בימה – אין יענעם היכל פופציג פוס ווייט!
זיי האבן געמיינט אז דאס איז עס! אבער מ'שטעלט זיך שמונה עשרה – אתה קידשת, און איך בין געשטאנען אין ווייבער שול און אראפגעקוקט און ווידער געקוקט אויף מיין אנגעשטעלטע זייגער, אנגעצויגן ווען ס'גייט געשען, און פלוצלינג הערט זיך פונעם ארון הקודש א שטימע זינגען..
מודה אני לפניך....
איך האב פאר שבת בשתיקה אנגעשטעלט א 'מודה אני זייגער' און כ'בין געווען אויסגערעכענט מיט די סעקונדעס! אז ביי שטילע שמונה עשרה וועט זיך הערן דאס בת קול, און ס'געלונגען! ס'האט זיך געהערט שלוכצען פון געלעכטער ביז דער חזן האט אנגעהויבן מגן אבות, און נישט געקענט איבערשטייגן דעם זינגער..
פארשטייט זיך עטליכע מבוגרים האבן געזאגט אז ס'איז חילול שבת, א צווייטער האט פארגעשלאגן די עבירה פון קדושת בית המדרש, און נאך קריימס.. אבי נישט מודה צוזיין אז מנשה האט דאס מאל געמאכט די זאך!
מוצאי שבת האט זיך איינער פון די פרומע אהינגעכאפט אונטערן פרוכת, און מיט כעס אויסגעשאלטערט דעם זייגערל.. א נקמה אין די יודען... איך האב אזוי געלאכט, ווייל יענער האט נישט געוואוסט אז אט יעצט מוצאי, ביי מגילה לייענען האב איך אנגעגרייט נאך סחורה..
איך האב געקויפט א טראמפייטער, און ס'האט זיך אויסגעצאלט יעדע פעני.. ביי יעדע המן האב איך טרומפייטערט! אדער געשריגן מיט די מויל, איין יאר האב איך געווארפן קענדיס, און די קינדער האב שוין געמאכט אליינס די כאאס.. און די מנהל החדר האט געשאלטן דעם ערפינדער פון די מנהג פון קלאפן ביי המן..
שפעטער האבן מיר חברים זיך געקליבן אין א חברה משמחים, וואס האבן אנגעהויבן פראווענען א פארשטעלונג לכבוד פורים, ווען די ערשטע יאר איז עס געווען א קליינע שפיל, די קומענדיגע יאר שוין א אפציעלע אהערגעשטעלטע שפיל, מיטן נאמען 'די וואונדערליכע מכה', וואס איך האב געשריבן די מאנוסקריפט, און געווען פון די הויפט אקטיארן, און פון דארט האב איך שוין ממשיך געווען אויף קליפס און נאך רייכע ארטיקלען.
א יאר דערויף – ווי כ'וועל שפעטער שילדערן, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו די רייכע הייזער אויסצושפילן א סצענע.
בקיצור, פורים איז געווען מיינס! און די אנדערע געלעגנהייטן האב אויך נישט אלץ געוויינט..
בנוגע מיינע חלומות, בין איך געווען דער וואס האט געוואלט איבערדרייען דעם שטיבל צו א חסידישע ווינקל ממש ווי א חלק פונעם סקווערן שטעטל, און ס'נישט לייכט געווען צו טוישן די ענגלישע אפגעזעצענע תושבים, אויף איינמאל איבערנאכט.
מיר האבן אויסגעדרייעט שענק, אפיר געברענגט חסידישע ספרים פון די הויעכע פארשטויבטע שאפעס, און געמאכט סדר! אויך די היסטארישע נסיעה קיין רוסלאנד א יאר, אין יאר תשס''ו, איז געווען מיין איינפאל, און איך האב נאך געוואלט מאכן א שבת אין 'קאלאראש' ווי דער אלטער רבי האט געוואוינט נאכן קריג.
נאך א פלאן האב איך געהאט, צו מאכן א עלעגאנטע סעודת ר''ח אדר, אויפן היסטארישע קעניגליכע שיף, 'קווין עליזאבעט', מיט וואס דער רבי ז''ל איז געקומען קיין אמעריקא, טאקע אום ר''ח אדר תש''ח, אבער ס'האט זיך מיר נישט איינגעגעבן..
איך האב אלץ זיך געפארעט.. און ס'האט מיר דערמאנט די לשון וואס דער רבי שליט''א האט געזאגט פאר מיין טאטן ביים שידוך שלוסן, 'ער איז דאך ווייט פון א שטילער.. וועט ער צוהעלפן דארט גוטע זאכן..'

אז כ'פארצייל זכרונות, וועל איך פארצייכענען די באזוכן פון עטליכע רבנים ואדמורי''ם וואס כ'האב זוכה געווען צו מיטלעבן א שבת במחיצתם, ווען זיי זענען געקומען אויף א באזוך קיין לאנדאן.
איך האב אלץ געשמעקט אלע סארטן בשמים.. און ווי ס'מיר געווען אינטערעסאנט בין איך דארט געווען.. אנדערש ווי מיינע פרומע חברים, וואס האבן געהאלטן אז מ'דארף נישט פאשענען ביי יעדע רבי וואס באזוכט די שטאט, ספעציעל ווי עס האט אויסגעקוקט, אז מ'גייט 'רעבעס שאפן'..
איך בין אבער געווען מאדנע פאר זיך, און יא געוואלט אנשמעקן אלע הויפן און פארטייען, נוסחאות און חדרים, ממילא האב איך מיטגעהאלטן גענוג און נאך.
ס'געווען זעלטן אז א רבי זאל איבערדרייען די שטאט, נאר ווער ס'האט געוואלט האט געוואוסט ווי מ'קען גיין צוזען א טיש לויט יענע חסידות, אויסער דער סקולענער רבי שליט''א, און להבבחל''ח ר' נפתל'טשע מבאבוב זצוק''ל, וואס האבן געשלעפט א ריזן ציבור, לכאורה צוליב דעם וואס אלע האבן ליב צו זען א עלטערע רבי הבא בימים, וואס ווער ווייסט ווען יענער וועט קומען נאכאמאל.
אויסער דער סקווערע רבי, וואס איבעראל ווי עס קומען אן אויף א שבת דער רבי מיט חסידים, ווייסט מען נישט עפעס אנדערש ווי מאכן א נאטורליכע באוועגונג, ווי ביים טאטן אין וויין גארטן, אבער ספעציעל אין לאנדאן, ווי מעכיל סורקיס איז דאן געווען דער גאנצער ש''ץ מ''ץ, האט ער אויסגעבויעט דעם שטח נעבן די 'פאנט', וואס איז אין צענטער פונעם געגענד, און אטאמאטיש איז געווען א מצב וואס ווייניג האבן מצליח געווען איבערצולאזן אזא רושם.
יא, ס'זענען געקומען אסאך רבי'ס, מיט גרויסע און קליינע הויפן, ר' מאטעלע פון ווישניץ מאנסי, דער ניקעלשבורגער רבי, דער קלויזנבורגער רבי, דער תולדות אברהם יצחק רבי, וואס כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט פון זיינע טישן און ס'האט מיר אריינגעגעבן חיות פאר א לאנגע צייט.
דער בעהושער רבי, דער סטאלינער רבי, דער מאדזשיצער רבי, דער טשערנאבלער רבי, דער מאכניווקער רבי, דער קרעטשניפער רבי – ספעציעל ר' זיידעלע שליט''א, וואס האט מיך געדענקט – נאך צוואנציג יאר וואס כ'פלעג קומען אמאל צו זיינע באטעס אין וויליאמסבורג, און האט מיך אין לאנדאן באלד דערקענט, און מיר געזאגט, 'אה, אבי מ'זעט זיך נאכאמאל..'
און נאך רביס אין די מאסן וואס נישט אלע האבן מיר געצויגן, אבער איך האב זיי אלע געגעבן א טשאנס.. חח
המשך יבוא בעזרת ה'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:16 am
דורך שרייבער
פיין געווען, פאר ווייטער
ביי אונז אין קרית יואל איז דא א ביהמ"ד "בית מרדכי" וואס ס'גייט ארום א ווערטל, אז די פסוק פון אשר הגלה נבוכדנצר אין די מגילה וואס מ'זאגט מיטן נוסח פון איכה דאס האט מען געמאכט לכבוד זיי פאר פורים, אביסל אוועקצונעמען די געפערליכע הוללות פון פורים
זע איך אז אין פאר ענק אין לאנדאן האט מען אויך געדארפט דעם פסוק מיטן ניגון

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינע פון די אדמורי''ם וואס כ'האב מיטגעהאלטן א שבת ביי זיינס א באזוך אין לאנדאן, איז געווען דער פינסק קארלינער רבי שליט''א, וואס האט מיר באצויבערט מיטן גאר געהויבענעם שבת פארברענג אויפן שמחה'דיגע שטייגער אויף וואס קארלירן איז דערויף מיוסד.
אויך דער ראכמעסטריווקער רבי פון ירושלים – ר' דוד טווערסקי שליט''א, וואס ווי שוין געשילדערט אין מיינע יונגע יארן געדענק איך עהם נאך אין זיינע פריערדיגע יארן אויף די מערב באנק אין ספרים שטוב, ביי אונז אין שטעטל סקווירא, וואס כ'האב יעצט געזען אז ער איז גארנישט אנדערש פון דאן..
עס איז גאר געשמאק געווען ווען ס'געווען ווי אויפצושעפן עפעס קדושה און העכערס אין די קאלטע לאנדאנע סביבה, ווי אויסער שלאפן און שא שטילקייט איז פארהאנען, אבער קיין גייסטישע ווארעמקייט און אפילו א גוט מאכל לכבוד שבת – שוין אפגערעדט אין די ימי החול – איז בכלל נישט געווען קיין ארטיקל אויף די פאליצעס אין די געשעפטן.
איך מוז מודה זיין, ביי מיין שווער האט מען נישט געהונגערט.. נישט נאר אז ס'אלץ געווען צוגעשטעלט פאר כל דכפין ודצריך, נאר דער שווער און די שוויגער זאלן לעבן מיט נחת, האבן נאך אלץ ארומגעטראגן מאכלים פאר באקאנטע און געהאלפן פון אלץ אן, ווער ס'האט נאר געברויכט.
ממילא האבן מיר דאך אוודאי געהאט א שבת סעודה מיט אלע מנהגים.. און נישט צום פארגעסן די היימישע 'אייער ברוינפען' וואס מיין שוויגער האט אלץ געהאט גרייט פאר שבת און פאר שמחות, אז מיין יודענע ע''ה האט אויך געשפירט אז אויב זי וויל אנגרייטן א שבת פאר זיך, וועט עס מוזן זיין מיט די אייער ברוינפן וואס מיין יודענע ע''ה האט אויך אליינס געמאכט און אנגעגרייט.
און ווי געזאגט, אז א גוטע מאכל, א גוטע שטיקל לעיקעך, איז געווען זיך מייאש צוזיין צו באקומען אין לאנדאן, אויב ס'יא געווען עפעס א גוטע נאש, איז עס געווען אימפארטירט פון ארץ ישראל צו פון ניו יארק, אפשר פון בעלגיע, אבער פון לאנדאן האט מען נישט געקענט ערווארטן אז א דרויסנדיגער געבוירענער זאל קענען אפשלונגען א כזית אן חרטה..
קען זיין די ענגלישע האבן עס זייער געגליכן.. אבער מיר האבן זיך אויך שוין צוגעוואוינט דערצו, און געוואוסט אז מיט די פולע רייע תירוצים, פארוואס ס'איז אזוי, איז לאנדאן פאר א גוט מאכל נישט געמאכט געווארן, פונקט ווי אמעריקא פאר מנוחה נישט..

איך האב זיך אבער שוין א עצה געגעבן, און זיך מסדר געווען וויאזוי אויסצוניצן די לאנדאנע סחורה און האב, אויב צו בארייכערן מיינע אוצרות און גייסטיגע ידיעות.
איך בין געווען פון די ערשטע וואס האבן זיך אריינגעזעצט אינעם שטאטישער לייברערי קעגן איבער וויזניץ ב''ב שוהל, ווי איך האב געטראפן א שורה פון אלטע יידישע ביכער און קאסעטן, וואס איז נישט פאר יעדן געוואונטשן אין שטוב, אבער איך בין דאך געווען א קלייבער און א נישטערער, האב איך דערפון ארויסגעזייעט פולע חידושים פאר מיינע ידיעות.
איך האב טאקע פארגעסן צו פארציילן, אז זייט איך האב זיך אריבערגעצויגן צו סטעמפארד היל הויפט גאס, האב איך געטוישט מקוה אויך, פון בעלז 99 צו וויזניץ ב''ב, אוואו איך האב געמוזט אויפשטיין גענוג פרי פאר די 'פאמפ' האט אנגעהויבן שפרודלען, און דערביי האט זיך פארשלאסן די טיר.
דאן האב איך זיך געמוזט אריבערכאפן צום נאדווארנער שול, אויף די 'דערענט' גאס, דארט האב איך אלץ געקענט האבן א מקוה'לע בשעת לא יום ולא לילה..
אין וויזניץ ב''ב האב איך זיך זייער גוט געטראפן דאס פלאץ, איך מוז באצייכענען, אז איך וואלט פאר די געלט אין די וועלט נישט צוריקגעגאנגען וואוינען אין לאנדאן, נאר פאר א באזוך אהין מהיכי תיתי, אבער צום קרעמל און זיסע ווינקל דארט אין וויזניץ ב''ב בענק איך נאך היינט!
אנדערש ווי כאטשיג וואו נאר אין געגענד, האט מען זיך יעדער דארט געשפירט אנגענעם, און ס'געווען א מאסף לכל המחנות, סיי די ליובאוויטשע, די גערע, די בעלזע, די קלויזנבורגע, די סקווערע, די ליטווישע, די ספרדישע, די תימנ'ע, די אגודה יודען, די ענגלישע יודען, די אלטע די יונגע, משולחים און רייכע, בעלי בתים און בני תורה, אלע האבן געהאט א חלק אין כמעט יעדע מנין דורכאויס די תפילות דארט.
און די בא'טעמ'טע וויזניצע נוסח האט זיך געהערט ממקורו, און פארזיסט די באנעמונג ביז גאר.
ס'מיר געווען א געשמאק צו דאווענען דארט, און כ'וואלט נאך היינט אהינשפאצירט.. אויב איך וואלט געקענט!
דארט האב איך זיך באקענט מיט אסאך סארט חסידים, און סיי דארט א משיחיסט, וואס האט פארקויפט זיינע מעשיות, און סיי א מענדעליסט, וואס האט אסאך מאל פארגעסן אז ער האט דארט אהין א רוגזא, און מ'האט געטרונקן לחיים איבער ניסעלעך וועיפערס און לעמאן סאדע..
דארט האב איך אויך געטראפן דעם זינגער שלומי גערטנער, וואס האט מיך געבעטן צו אנטייל נעמען אין א קליפ וואס ער האט געמאכט אויפן ניגון זיינע 'שמייכל', און ווי מ'זאגט אז פון פאליש פונעם שטיבל קומט די בעסטע ביזנעס, דארט האט מען אלעס ערלעדיגט.
איך פלעג זיך אריבערכאפן צום משיחיסטישע שול אויף די געשעפטן גאס, ווי מ'האט אלץ געקענט טועם זיין און דערביי זען און הערן און לייענען חבד'סקע סחורה און נאך.

ס'איז אינטערעסאנט, אז וואוינענדיג אין לאנדאן האט מען כמעט נישט געדארפט ניצן קיין ספעציעלע הייצונג אין די ווינטער, און קילינג אין די זומער, ווייל דארט איז קיינמאל נישט געווען אזוי לאנג און אזוי עקסטרים קאלט צו הייס, ווי א שטייגער אנדערע מדינות.
און דערפאר די אפציעלע וואכן פון מנוחה אין די זומער, איז דארט אויך בלויז געציילטע צוויי אדער דריי וואכן, אבער דאן גייט מען ווי מ'זאגט עד הסוף!
אויך איך מיט מיין יודענע האבן אין יאר תשס''ז זיך באקלערט, אז ס'צייט צו מאכן א אייגענע רייזע ארויס פון לאנדאן, גאר קיין שווייץ! און זיך אויסלופטערן די מוחות און דערביי אנשעפן זיך פונעם אייבירשטענס הערליכע יצירה ובריאה.
אט דעם פלאן האט שוין געווירבעלט ביי אונז א לאנגע צייט.
ס'געווען דאן נאך ווען מ'האט אפגעשוירן מיין זון א יאר פארדעם, ביי צוויי יאר – ווי די מנהג אין סקווירא, ווי ס'ווערט געברענגט פונעם הייליגן יעב''ץ, און איך האב דאן געקויפט א ספעציעלע יארמילקע פאר מיין ילד ברכה – יעקב יוספ'ל זאל לעבן.
איך האב געלאזט אויפנייען דערויף די ווערטער 'בן שנתיים לתספורת' וואס אייניגע האבן מיר סעקירט דערויף און אפגעשפעט, אבער איך בין זיי נישט שולדיג געבליבן..
און יעצט האט מען עהם שוין געפירט אין חדר צו מזל, און ער איז שוין אט אט פיר יאר! נו וואס וועט זיין תכלית מיט נאך קינדער, האט מיין יודענע מיר אלץ געפרעגט.
שוין דאן האט מיין יודענע אנגעהויבן קלערן פון מאכן א מנוחה רייזע פאר זיך, און דאס יאר איז עס געווארן פארווירקליכט, ווייל זי האט דאך געוואלט אנהייבן מיט ערנסטע פראצעדורן צו האבן נאך א קינד, און זי האט מיר פארשפראכן אז דאס וועט ער געבן אסאך כח, וואס זי האפט אנצושעפן פון די געזונטע לופט אויף די שווייצע בערג.
און וואס וועט זיין מיט געלט? האט זי מיר קלוג געענטפערט, אז אויב מ'טראכט פון געלט, וועט מען קיינמאל נישט אנקומען אין ערגעץ.. מ'דארף פארן און ס'וועט זיך שוין אויסצאלן..

ווען מיר האבן שוין געהאלטן די רייזע בילעטן אין האנט, האט זיך אויסגעשטעלט שוועריגקייטן, אז אויב מיר פארן אהין, און ווער ווייסט אויב דארט וועט מען קענען טרעפן א פאסיגע כשר'ע מקוה, אויב ווי מ'האט געזען אז ס'שטעלט זיך אויס אז ס'וועט אויסקומען אז מ'דארף.
ווייל אפשטופן די סדר, איז געווען א דירעקטע שטער אינעם סיסטעם וואס זי האט געהאלטן אינמיטן, צו קענען ווארטן און זוכה זיין צו נאך נחת.
'איך וועל פארן, און אז כ'וועל דארפן גיין, וועל איך שוין טרעפן, און אז ס'וועט אויספעלן צו פארן זעקס שעה ביז ציריך – וואס דארט איז זיכער דא א ארטאדאקסישע קהילה און צוגעהערן, וועל איך דאס אויך טון באותו יום'.
אזוי האט זיך מיר פעסט געזאגט, נאכן קלונגען און מוטשענען יעדע נומער וואס האט געצייגט צו האבן שייכות מיט א יודישע קהילה, פון 'אקלעטער' דאס איז גאר הויעך אויף די בערג, דריי שעה ביז 'ארוזא', און ביז צוריך, און אויך ביז באזל-שטאט.
און יגעת ומצאת.. זי האט אפגעשמועסט מיט א פרוי אין 'אראוזא', וואס איז אינמיטן וועג צווישן ציריך ביז ארויף 'חור' ביז אקלעטער.
איך געדענק שוין נישט אלע נעמען, אבער די שטעט און שטעטעלעך דארט האבן געהאט צו פארציילן די מסירות נפש וואס אט די יודענע האט אנגעראכטן מיט לייב און לעבן, אין יענע זומער טעג.
מיר האבן דערגרייכט באזל-שטאט, און גענומען די באן ביז 'חור', וואס אינמיטן וועג איז ציריך [אזוי מיין איך, אדער אפשר איז ציריך ווייטער פון באזל], און פון 'חור' הייבט זיך אן די הויעכע בערג, ווי א עראפלאן קען נישט לאנדן, און נאר די באקאנטע רויטע באנען פארן געלאסן אין די געשלענגעלטע וועגן, און האקעלע טיפע און הויעכע שינעס קייט.
די רעלסן וואס פירן ארום דעם רויטן באן, האט אונז געפירט העכער און העכער, און די פאנאראמע איז געווען אזוי באצויבערט, אז מיין יונגעלע איז געזעצן מיט אפענע מויל ביים פענסטער און נישט אראפגענומען קיין אויג!
געשמאקע לופט און ברייטע סצענעס פון אומ'גלויבליכע ווייטע שטחים מיט נפלאות הבורא, דאס האבן מיר נישט געקענט האבן פון באזל ביז חור, ווי די באנען זענען געווען פארקלאפט, אז אפילו די קלימאט [ערקאנדישען] האבן זיי קוים פארגינען פאר די פאסאזשירן.
א שטייגער מיר האבן זיך מסדר געווען אינעם דירה'לע ווי א קבוצה יודען פון בעלגיע האבן געהאט אנגעגרייט דאס ארט, און מיר האבן זיך ביי זיי איינגעשריבן פאר איין וואך! און זיך שנעל אויסגעלערנט די 'פונקלישע' שווייצערישע משוגעת'ן..

ווי מיר האבן געקלערט, אזוי איז טאקע געווען, אז ס'איז אויסגעקומען פונקט צו דארפן גיין אין מקוה אינמיטן וואך, און דאס טייטש נעמען א באן פארטאגס, און ארויספארן אין וועג ביז ציריך, אדער ביז באזל, העכסטנס ביז ארוזא וואס איז נאר דריי שעה, אבער מ'דארף נאך צוריקקומען אויך.. און זעקס אזייגער איז מער נישטא קיין וועג צוריק.
מיטן היתר פון אונזערע רבנים אין לאנדאן, האט מיין יודענע מסדר געווען די טבילה בעוד יום, און טאקע א דאנק יענע געטרייע פרוי אין ארוזא, וואס האט אנגעגרייט 'נאר' פאר איר, האט זי מצליח געווען צו מקיים זיין איר מסירות נפש מיט א שלימות, און געווארט ווי די הלכה האט גע'פסק'ט, אינדרויסן פונעם דירה ביז נאכן שקיעה, וואס מיר זענען ממילא נישט אנגעקומען צוריק קיין סאך פארדעם..
איך בין נתפעל געווארן פון איר פעלזן פעסטע מסירות, ממילא איך בין מיטגעפארן, וואס האב איך שוין געדארפט טון? זי האט שוין פון חדשים פארדעם, און שפעטער נאך שווערע כוחות אריינגעלייגט, ממש לשם שמים, צו קענען ממשיך זיין נאך א נשמה'לע אויף דער וועלט בקדושה וטהרה.
און נאך אלע מעשיות, זענען מיר אהיימגעקומען נאך א וואך קיין לאנדאן, און זי האט אזוי געהאפט שוין צו הערן פונעם דאקטאר נייעס, און גארנישט!
זי האט נישט אויפגעגעבן, און אנגעהויבן שטערקערע פראצעדורן, טייערע האנדלונגען, וואס האט אנגעמאכט קאפ וויי, אנטוישונגען, בושות, טירחות, אזעלכע אנשטרענגונג, וואס א צווייטער וואלט כאטש אויפגעגעבן א האלב פון די עבודה.
אבער נישט זי!
איך האב איר אנגעהויבן זאגן קלאר, איך האב מורא אז די רייסט איין! מ'דארף אביסל פראבירן, און די איבריגע האפן צום אייבירשטן, און אז ער וויל, וועט דאס פלוצלינג זיין – נאטורליך אויך.
און זי האט זיך געהאלטן ביי אירס, אז זי גייט טון די מאקסימום!

געטוישט פון איין דאקטאר צו נאך א בעסערע, פון איין קליניק צו גאר די בעסטע וואס איז פארהאנען אין ענגלאנד, און חדשים זענען געלאפן, און די ארבעט האט זיך ביי איר נישט אפגעשטעלט, ווי שווער און פארסאפעט זי איז אהיימגעקומען, האט זיך אלץ מיט א שמייכל מיר געזאגט, אלעס גייט ווי כ'וויל..
כאטש בוני עולם צאלט נישט אלעס, האט זיך ארויסגעקוועטשט דאס מאקסימום וואס זיי וואלטן געגעבן, און געמוטשעט און געדרייעט א מצב, און געטראפן א נאנטע וואס האט באצאלט די איבריגע, און געטון למעשה, ווען אפילו נאכן באצאלן איז נאך אלץ געווען אנטוישונגען, ווען ליגנדיג אויפן בעטל אין קליניק, נאך לאנגע שעות ווארטן צום לאמפ, דערמאנען זיי זיך אז די געלט דארף זיין קעש! יעצט! אין זייער אקאוינט דווקא!!!
מיט די באהאנדלונגס קליידער לויפט א פרוי צום טעלעפאן, קלונגט און וועקט אויף פינעף אזייגער פארטאגס, און זעט אז נאך היינט זאל זיין נאכן פראדעצור, זי וועט נישט לאזן עס אפשטופן בשום אופן.
אלעס האט זיך מצליח געווען, אבער נישט דאס עצם וואס זי האט געוואלט, און נאכאלץ הערט מען נישט גארנישט, און זי איז איינגעגאנגען צו מאכן די 'שטערקסטע' פראצעדור, כאטש דער דאקטאר האט איר געזאגט אז דאס איז שוין א ספעציעלע מערכה, וואס מ'דארף אונטערשרייבן איבער צוויי הונדערט דאקומענטן בעפאר, און דערצו איז עס נאך פערצענטיש אביסל מסוכן אויך.
איך האב בכלל נישט באגריפן מיט וואספארא האקעלע דעסישען מיר האנדלען, ווייל זי האט אלעס אליינס געטון און ערלעדיגט, און אזוי שטארק געוואלט, אז איך האב געשפירט שלעכט צו זאגן איין ווארט אקעגן.
און אזוי זענען מיר געזעצן א וואך בעפארן פראצעדור, מיט א נירס, וואס האט אונז שטייטלעך געגעבן א דאקומענט נאך א דאקומענט, און מסביר געווען יעדע זאך אויף וואס מ'חתמ'ט, און מיר האבן ביידע גע'חתמ'ט בלי הפסק..
ווען ס'געקומען צו מאדנע שאלות, אויב איינער פון אונז וועט שטארבן, וואס זאל מען טון ווייטער.. האט זי געקוקט אויף מיר מיט א געלעכטער.. נישט גלייבנדיג אפילו איין פראצענט אז אזא שאלה איז בכלל אקטועל דא, און איך האב איר געזאגט, גענוג מיט די קאפוויי, שרייב שוין אונטער, און לאמיר זיך שוין צוריקזען אינדערהיים, ווייל אונז האבן שוין אזוי אויך פאר'בטל'ט די טאג מיט זייערע שאלות..
המשך יבוא בעזרת השם ית'

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:20 am
דורך שרייבער
שיין שיין
ס'איז מיר א פלא וואס דו שרייבסט וועגן נישט טרעפן וואס צו עסן דארט, איך בין געווען אין לאנדאן אויף בערך צוויי וואכן אין יענע יארן, און איך געדענק איך האב איינגעקויפט לכבוד שב"ק פיינע גוטע קעיק, אין א געשעפט ערגעץ נעבן קדימה האטעל

דאכט זיך ס'איז געווען די געשעפט דא, כרמל

https://maps.google.com/maps?saddr=26+C ... 4,,0,-0.74

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:01 pm
דורך מנשה לוסטיג
כרמל איז שוין די גרעסטע געשעפט געווען בימים ההם, און ס'געווען דארט א בעקעריי 'שערענס', אבער זאג מיר נישט אז די האסט א צונג פון א שלאנג, ווייל קיין גוטע טעם האט נישט דארט קיין קעיק, ס'איז א פאקט, מ'זאגט אז די סיבה איז אז די וואסער דארט איז אזא סארט וואס געבט נישט קיין אפעטיט אין די עסן וואס מ'ניצט די לאנדאנע וואסער. דערפאר איז דא וואס ניצן טאקע געקויפטע וואסער

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:07 pm
דורך שרייבער
נו מנשה, ווען ביסטו ממשיך?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 4:30 pm
דורך דולה ומשקה
מנשה איכה?
מנשה, איך רעד דא בשמי ובשם צענדליגע אנדערע ניקס כל ניק וניק בשמו הטוב יבורך, ביסט באפוילען געווארען בגזירת הרבים ממשיך צו זיין ווייטער!! מיר ווארטן יעדע איינציגסטע טאג אויף א המשך.
ווען איך וואלט געוועהן א חבד'סקער וואלט איך דאס אנגערופען "מאמר ד"ה די אנהייב פון מיין לעבן - המשך תשע"ד"