בלאט 5 פון 5
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:55 am
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:03 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:רויטע איר מאכט א טעות. עטליכע חדשים צוריק האט א אינגער שחור באקומען טויט שטראף אין ניו יארק. ער האט געהארגעט 2 שווארצע פאליציאנטן צען יאר צוריק. גראדע האט זיך דארט אפגעשפילט נאך א אינטערעסאנטע זאך , זיצעדיג אין תפיסה איז ער גוט געווארן מיט א פרוי סעקיוריטי גארד און זי האט געהאט א קינד פון עם!
מאכסט א גרויסע טעות! ער לעבט נאך! ער איז געווארן געסענטעסט צו טויט שטראף יארן צוריק, און דעם זוממער האט אן אפיעלס קארט עס באשטעטיגט. דאס אלעס איז אונטער פעדעראלע געזעץ. די פעדס האבן איבערגענומען די קעיס נאכדעם וואס די ניו יארק סטעיט סופרים קארט האט געזאגט אז אינטער ניו יארק געזעץ קען ער אויף קיין פאל נישט באקומען טויט שטראף.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:55 am
דורך signout
איך הער אז מתעסקים האט גערייניגט די הויז, וואס איז פשט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מאכסט א גרויסע טעות! ער לעבט נאך!
אי משום הא, לא ראי'. טויט שטראף נעמט איבער 20 יאר אויסצופירן אין אונזער דעמאקראטישע אמעריקע.
נישט אז איך בין מחולק מיט דיינע ווערטער, נאר די זאץ איז נישט קיין ראי' לדבריך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז נישט א ראי' ס'איז א מציאות. איך האב מיך באצויגן צום פאקט אז די לעצטע מאל טויט שטראף איז געווארן אויסגעפירט אין ניו יארק, איז געווען 1963.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:01 am
דורך שעפטל
נו שוין, היינט אין קאורט האט ער זיך דערקלערט משוגע, און ער קענישט שטיין אויפן סטענד. וועט ווערן אפגעפירט אין משוגעים הויז ביז ער וועט זיך אויסניכטערן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:20 pm
דורך ליפא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 1:18 am
דורך הדד בן בדד
שמאקעס. ער איז שוין מסודר. ער האט זיך איינגעהאנדלט קעסט אויפן גאנצן לעבן.
א נאדל פליז...