בלאט 5 פון 5

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 1:41 am
דורך דייטל
לאמיר באלאנסירן אביסל נארמאלע נייעס במקום וואס ס'דרייט זיך אזויפיל צודרייטע נייעס.

געהערט אז ער האט שטארק געדרוקט דאס האנט פון א באזוכער וואס מען וויל דאס אננעמען אלס א באווייז אז דער מוח רעספאנדט.
ער איז אריבער קיין מאונט סיינע און ערהוילט זיך ברוך השם, דער געשווילעכטץ איבערן מח איז אויך געווארן בעסער. מ'טראכט שוין פון אראפנעמען דאס רעספיראטאר בע"ה.
ער קען נאך נוצן תפלות. ס'וועט נישט שאדן.

אפילו ס'איז נישטא קיין שום באווייז עפעס זאל האבן פארגעקומען מיט אים, טראכט מען דאך אז עפעס האט פאסירט ווייל ער איז געווען מער צוקלאפט ווי סתם א קלאפ פון א פאל.
פון ווען ער איז געווען אין ראדני האלב צוולעף ביז די פרוי וואס האט אים אנגעבליך געזעהן פאלן האט גערופן פאר הילף איז געווען א קארגע צוואנציג מינוט וואס פעלט און מ'ווייסט נישט וואס און ווען האט פאסירט, ער איז אנגעקומען אין שפיטאל בערך צוועלפע.
מ'האט געמיינט אז ער האט נישט זיין סעלפאן וועגן דעם איז מען נישט געגאנגען בעטן ביי די קאמפעני זאל עס טרעקן. פערצופאל האט ער עס יא געהאט מיט זיך.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:25 pm
דורך דייטל
דער מצב איז סטאביל אבער איז געווען עטוואס בעסער פאריגע וואך, [איך רעד ברמז נישט צו געבן גאזאלין פאר פרישע וואטסעפפס... וד"ל] אידן, טראגטס אים אין זינען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:07 pm
דורך פרישער
בד"ה ר' ליפא ברייער ע"ה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:13 pm
דורך שמעקעדיג
איך האלט עס נישט אויס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:21 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
בד"ה
עס רייסט ביים הארץ!!!!!!!
די פלא איז עד לב השמים, וואס גייט דא מען האט נישט קיין שום אינפאו???????????????

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:58 pm
דורך דייטל
באמת א ווייטאג.
ר' ליפא נעמט מיט מיט זיך אין קבר דעם מיסטעריעזן פארהוילעניש. וואס האט ווירקליך פאסירט מיט אים?????

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:31 am
דורך נולד מאוחר
די עסקנים ווייסען זיי מאכן א שוואג.
מוואלט שוין לאנג געהערט פון הייקונד אבראהם פארלאנגן אויספארשינג.
א שיסעריי און ווילי אדער א צדקה מאלאסטער איז געווען גרודער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:32 am
דורך גאנצל
נישט שיין צו רעדן פון די פארבארגעניש ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:35 am
דורך מ גפני
גאנצל האט געשריבן:נישט שיין צו רעדן פון די פארבארגעניש ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם

גאנצל די ווייסט און ווילסט נישט זאגן ביז ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:37 am
דורך מ גפני
בד"וו די גאס זאגט (נאכאמאל אומקראנטע מקורות) אז ער האט געהאט טענענטס אין קווינס, און וועגן דעם איז ער דארט געווען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:59 pm
דורך [NAMELESS]
שרעקלעך


שבוע וחצי לאחר שדווח ב'בחדרי חרדים' על היעדרותו של הרב ליפא ברייער ז"ל, מתברר כי הוא נפטר מסיבות טראגיות במיוחד.

כזכור, ביום חמישי פרשת חיי שרה יצא ר' ליפא ז"ל, שעבד כמתנדב בארגון החסד 'שבת פעקלעך' בויליאמסבורג, עם רכב עמוס בסלי מזון לשבת עבור משפחות נצרכות. מאז, למשך יומיים, נעלמו עקבותיו. רק לאחר ארבעים ושמונה שעות, נמצא ברייער בבית חולים בקווינס, כשהוא פצוע אנוש, לאחר שהמשטרה איתרה את רכבו חונה בשכונה סמוכה.

על פי תחקיר שערך בית החולים, הובא המנוח למקום שעה וחצי לאחר שיצא ממחסני הארגון ברכבו, על ידי נהג אמבולנס שגילה אותו שרוע על מדרכה בשכונת קווינס כשהוא פצוע קשה.

ממצאי חקירת המשטרה מעלים נתונים מזעזעים. מתברר, כי הנהג נשדד בשעה שעמד באחד הצמתים בויליאמסבורג והמתין לרמזור שיתחלף. השודד ירה בו, פצע אותו קשות, והטיל אותו למושב האחורי. בשלב זה, התיישב השודד על כס הנהג והמשיך בדהירה לשכונת קווינס. שם ביצע גניבה נוספת ואז הוציא את הפצוע מהרכב והשליך אותו על המדרכה הסמוכה כשהוא מתבוסס בדמו. בתום ביצוע הפשע השני, נטש השודד את הרכב ונמלט על נפשו עם השלל.

חרף הטיפול שקיבל ר' ליפא בבית החולים, הוא לא הצליח להתאושש מהפציעה ונפטר למגינת לב המשפחה והקהילה. המשטרה מנהלת מצוד נרחב אחר השודד, אך בשלב זה לא ברור אם יש בידיה קצה חוט והאם היא תצליח לעלות על עקבותיו.

ר' ליפא שימש עד לפני כמה שנים כמנהל בנין בית החינוך 'ברכה סימא' סאטמאר, וכאחראי על אולם החתונות 'ברכה סימא'. לפני ארבע שנים עזב את עבודתו, ומאז עסק בניהול ארגון 'פת שחרית', שמעניק ארוחות בוקר ליהודים משולחים השוהים בויליאמסבורג לצורך גיוס כספים. כמו כן, התנדב בארגון 'שבת פעקלעך' המחלק סלי אוכל לשבת, ואף התפרסם בעצמו כמכניס אורחים גדול.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
זייער פאסיג דער אויסדרוק: "שוד ושבר"!
רבונא דעלמא כולא, דו נעמסט אונז אוועק די שענסטע און די בעסטע!!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:16 pm
דורך חד גדיא
ה' ישמרנו!! דאס מיינט אז אזא שרעקליכע פארברעך איז אפגעטוהן געווארן דא אין די גאסן פון וויליאמסבורג!!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:47 pm
דורך מצב הדור
ראשעקאל האט געשריבן:שרעקלעך

קעהסט מיר עס ביטע אובערזעצען און מאמע לשון

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:19 pm
דורך מצב הדור
A popular charity worker was robbed and shot while handing out charity food boxes in the Williamsburg section of Brooklyn, New York, according to a report by Behadrei Haredim.

Just a week after Lipa Breuer, 64, was found seriously wounded on a street he died at a local hospital.

Breuer was a volunteer for a charity named “Shabbat Pekelach,” which distributed food for the needy on a weekly basis.

Breuer was reported missing by his family, and he was later found unconscious and beaten on a street. He was transported to a Queens hospital in serious condition.

Hospital officials said that Breuer was admitted into the hospital about an hour after leaving the charity organization’s storage facility with his car.

Police said that Breuer was robbed and shot while waiting for a traffic light to change. The suspect put the victim in the back of the car and drove off to Queens. When they arrived in Queens, the suspect dumped Breuer on the street. The suspect later abandoned the vehicle and fled with the food boxes.

Police are looking for the suspect, and so far, no arrests have been made.

Breuer was the manager of a large Satmar girls school named Bracha Sima, in Williamsburg for many years.

He also managed the popular Bracha Sima wedding hall. Four years ago, he retired and began volunteer work for several charity organizations.
http://www.yourjewishnews.com/2013/11/n30016.html

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:49 pm
דורך shem-tov
אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
דאס הארץ צוגייט פאר צער און סווערט נאך שרעקעדיגער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:15 pm
דורך נולד מאוחר
איז דאס א פארלעסליכע נייעס סייט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:55 pm
דורך smart
איך מיין אז בחרדי חרדים איז גאנץ א שוואכע מקור

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:18 am
דורך שעפסעלע
די גאנצע ארטיקעל פון בחדרי איבער די נושא, איז אויסגעזויגן פון פינגער, לא דובים ולא יער, קיינער האט נישט געשאסן, אין עס איז נישט 100 פראצענט זיכער אז איינער האט אים עפעס געטאן.

ווען איינער וואלט אים געשאסן, אין די פאליציי ווייסן נישט ווער, וואלט געווארן ארויסגעשטעלט א ריווארד פאר אינפארמאציע איבער די ברוטאלע איבערפאל.

לויט ווי איך האב געהערט פון א נאנטע חבר זיינע, וואס איז געווענליך נישט פון די וואס זוכן צו מאכן א קאווער אפ, האט די שפיטאל צוערשט בכלל נישט געהאלטן אז מען האט אים צושלאגן, ווייל די קלאפ זיינע אין קאפ, וואלט געקענט פאסירן פון אומפאלן אויף די גאס אויף א שפיציגע שטיין, אייזן אדער צוים.

שפעטער איז געפונען געווארן קריצן אויפן ריקן, וואס דאס מאכט מער טראכטן אז ער איז יא געווארן צושלאגן, אבער דערווייל האבן די פאליציי נישט קיין שום אינפארמאציע אדער ליעדס אין די אויספארשונג.

דאס אז מען האט אים געשאסן אין קלאר א באָבע-מייסע...

נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:42 am
דורך קאווע טרינקער
קול מבשר האט דעמאלטס געמאלדן אז "פאליציי פארשט דעם איצידענט".
מ'פארשט נאך?

נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:59 pm
דורך מ גפני
די פיילס פון דעם קעיס האט מען געשיקט קיין מאלעיזיע פון דארט און ווייטער ווייסטו דאך וואס איז געשען...