בלאט 5 פון 5

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 3:16 am
דורך ביבער
די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 8:04 am
דורך מיינונגזאגער
אחד העם האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag] האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך [tag]הוגה[/tag] חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא

אחד העם: עס איז טאקע אביסקעלע שפעט צו ענטפערן דיין קאמענט און אויפרייס אויף הוגה. אבער הוגה האט קלאר געשטעלט ביי די ענדע פון זיין קורץ אבער איבער צייגענדע ווערטער אז אוואדאי איז עס נישט ממש אייניג "אבער מיר מיט דרגה פון אפנקייט" טוהן מיר דאס זעלביגע מיט אונזערע ווייטערדיגע דורות.

זול דוק ותשכח.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:59 am
דורך הקטן
ביבער האט געשריבן:די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.

די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 5:39 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן:די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.

זיי דיר אביסל מסביר ביטע

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:06 pm
דורך אגרות צפון
מיר איז די בעסטע געפאלען ווי זי איז זייער סורפרייזד אז דוד המלך האט עקזיסטירט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:23 am
דורך מיין אמת
diff האט געשריבן:איך זע נישט וואס דער תורה איז דא שולדיג. ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל. ע"פ המגיד מדובנא
צוזאמן מיט די תורה האבן מיר געירשנט אסאך שגיונן. כדי צו אפהיטן די שגיונן, מאכען מיר אלס פרישע

אזעלכע זאפטיגע @טרויבען88 שוין לאנג נישט געהאט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:40 am
דורך berlbalaguleh
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:"אחי ורעי". לענ"ד די חילוק פון שלמה העלבראנץ'ס קולט און אלע אנדערע היינטיגע חסידות'ן איז נישט אזא גרויסע חילוק, נאר דאס איז %100 א קולט און אנדערע חסידות'ן זענען %70 קולט און %30 א פארטיי.

דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויפגעגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד/מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", און לעבן אונטער אן השתלטות פון זייער מאוומענט (חסידות).

נאר די חילוק איז, שלמה העלבראנץ'ס קולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פון קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם און ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידות'ן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט, די אידן זענען געקומען פון זיך אליין צום רבי'ן און מען האט זיך שואל עצה געווען און מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש און זיינע תפילות, און צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן אויסצופארעמען ווי א קולט, צי וועגן מען האט געפרעדיגט אמונת צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פון יענע חסידות) צי מען האט געפרעדיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן און די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמט זיין קולט, מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהלה). און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.

נישט אומזיסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזשינער זי"ע אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אז א רבי וועט פארן אויף א וואגן מיט אן אשת איש און די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.

דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט נאך צוגעלייגט..."אום שבת קודש"...וכו'...!