בלאט 5 פון 19

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 11:30 pm
דורך הר הבית
עמיציר קען שאפן דעם זעכצן׳טן עפיזאד פון ׳השוטר הטוב׳?

די ערשטע פערצן קען מען דא זעהן בחינם
http://shoterhatov.blogspot.com/2015/08/9.html


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 1:24 am
דורך קאמפיאטער
הר הבית האט געשריבן:עמיציר קען שאפן דעם זעכצן׳טן עפיזאד פון ׳השוטר הטוב׳?

די ערשטע פערצן קען מען דא זעהן בחינם
http://shoterhatov.blogspot.com/2015/08/9.html


Sent from my iPhone using Tapatalk

נאר געווען פיפצען.

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 7:25 am
דורך טאמבל סאס
איך האב אנגעהויבן וואטשן א טיווי סיריס מיטן נאמען The Billionaire.

א פאווער געראנגעל צווישן א ביליאנער און דער יו-עס אטוירני. די סטראגעל צעווישן די פאווער פון געלט און די פאווער פון געזעץ. ס'האט מיך געמאכט טראכטן און שוקל זיין די pros and cons
פון ארבעטן שווער, זיך ארויפארבעטן, טוהן צדקה וחסד מיט די געלט אבער מיט'ן מאכן אומלעגאלע שטיקלעך אקעגן האבן א אינפלעקסיבעל סענס אף יוסטיץ, א געפיהל פאר די אומזלדיגע, פערזענליכע פרינציפן און מאראל הייגראונדס אבער מיט א רילעקסד צוגאנג צו לייף און מיט א נישט ווייניגער הונגער צו פאווער און אנערקענונג.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:13 pm
דורך מארמאראשער
וואס זאגט דער עולם צו breaking bad?? איך גיי צודרייט פאר עס

Sent from my SM-G900V using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:53 pm
דורך אחד העם
יאסל ראקאווער האט געשריבן:Winds of War

Available on Netflix

זיבען עפיזאדען. א יידישע, יידיש, רעדענדיגע משפחה מיט עטליכע מיטגלידער און א אמעריקאנע משפחה, א טאטע מיט דריי קינדער און די ארמיי. צוזייט און צושפרייט איבער אייראפע און אמעריקא. די ייד און די גוי ליידען פון זייער נאנטע פאר זיך פארליבען. און פיל מיט שילדיג געפילען. פארכאפט און איטליע און פולין ווען די מלחמה ברעכט אויס, צוויי love stories און פאמיליע דראמא ביי ארמיי אפיצירען וואס זענען אוועק פון דערהיים.

א מיאסטעטישע פארשטעלונג פון רוזעוועלט, טשורטשיל, היטלער און מוסעליני און סטאלין. זייער דראמאטיש און גאר אינטעראסאנט. און א אינסיידער ספין צו ווארלד עווענטס. פון רוזעוועלט'ס געראנגעל מיט זיין אינערליכע געוויסען וועגען די יידן פראבלעם, נאציזים און די מלחמה. און די קאנטרעסט פון סטאלין'ס טי או טי צוגאנג צו ביוראַקראַסי. שטארק רעקאמענדירט.


דאס האב איך געשריבען ווען כהאב גענדיגט זעהן די צווייטע חלק פון מלחמה ווינטען, וואס ס'הייסט 'מלחמה און געדענקעניש, אבער עס איז גילטיג פארן ערשטען חלק אויך.

אחד העם האט געשריבן:שלאף'זשע לואי'לע שלאף!
כ'ווייס נישט וויאזוי ס'הארץ פינעם פראדאסער איז נישט צוריסען, אייגענטליך ס'הארץ פינעם שרייבער פון דעם נאוול ווייסעך נישט היתכן ס'איז נאך גאנץ. די סצענעס, די קארוקטארן, אוי געוואלד.
המממ, אחד העם וואס פונקטליך רעדט איר, איר רעדט אפשר פון היץ??
אוי ס'לעצטע קוק אויפ'ן לבנה פון רבי אהרן.
אחד, וועק זיך אויף, נאאא....
אההה, עטס ווייסטס נישט פון וואס איך רעד?! הה.. היתכן?

נארוואס גענדיגט די מיני-סיריעס War and Remembrance, א מוז צו זעהן, ס'האט אין זיך אלע סצענע'ס פון די שואה, אלע מיין איך אלע, פון די אמעריקאנע גענעראלן און קריג'ס פירער, און די קריג זעלבסט, ביז די דריטע רייך אפעציר'ן און דיקדאקטורן, היטלער, הימלער, אייכמן. אוישביץ, טרעיזנשטאט, וכולי.
און בנוסף, א פולע הארצרייסענדע ראמאנס-ליבע געשיכטע.
במקור איז די געשיכטע געשריבען געווארן אלס נאוול, און מען האט עס הערשט נאכדעם פילעמירט, און דאס איז א המשך צו די נאוול און די מיניסיריעס The Winds of War.
יעצט וויל איך וועלן שפעטער שרייבען באריכות איבער דעם נאוול און איר באשאפער און שרייבער, און פון דעם פילם און איר פראדאסער, עמיר זעהן אויב שפעטער וועל אויך וועלן...

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:59 pm
דורך kitov
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן וואטשן א טיווי סיריס מיטן נאמען The Billionaire.

א פאווער געראנגעל צווישן א ביליאנער און דער יו-עס אטוירני. די סטראגעל צעווישן די פאווער פון געלט און די פאווער פון געזעץ. ס'האט מיך געמאכט טראכטן און שוקל זיין די pros and cons
פון ארבעטן שווער, זיך ארויפארבעטן, טוהן צדקה וחסד מיט די געלט אבער מיט'ן מאכן אומלעגאלע שטיקלעך אקעגן האבן א אינפלעקסיבעל סענס אף יוסטיץ, א געפיהל פאר די אומזלדיגע, פערזענליכע פרינציפן און מאראל הייגראונדס אבער מיט א רילעקסד צוגאנג צו לייף און מיט א נישט ווייניגער הונגער צו פאווער און אנערקענונג.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

I think you mean "Billions"

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 3:00 pm
דורך טאמבל סאס
ריכטיג! כהאב א טעות געמאכט

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 5:05 pm
דורך סמבטיון
דער עקסלאראד דארט איז פיינע נייעס און מאכט א חיים טובים

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 5:18 pm
דורך סמבטיון
prison break is coming back

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 6:22 pm
דורך טאמבל סאס
איך גיי אסאך מער פאר טשאק ראדס (פאול גיאמאטי), לדעתי האט ער מער אייגענארטיגע כאראקטער. ד.ה. ער שפיהלט זיין ראלע בעסער ווי אקסלראד - זיינע. דערנאך איז אקסלראד'ס בלעקמעילער האול (טערי קינני דאכצעך), דער וואס האט אים געפיטערט אינפא פון אינסייד - עפעס זיסער ווי זיס. אקסלראד'ס רעכטער האנט מייק /דעיוויד קאסטאבייל איז אויך נישט אוועקצומאכען.
צו מיר עקט דעמיען לואיס (באבי אקסלראד) נישט צופיהל אנדערש ווי אין זיין ראלע אין האומלענד. כ'בין נישט נתפעל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:41 pm
דורך סמבטיון
ריכטיג, טשאק איז זייער ארגעניעל, און זיין ווייב איז אויך גוט, דאכט זיך זיין ווייב עקט אויך אויף סאנס אוו ענערקי.

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 2:10 am
דורך פייער אפפער
סמבטיון האט געשריבן:prison break is coming back

זיי האבן שוין ארויסגעלייגט א צייט ווען סגייט אנהייבן שפילן?


Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 2:49 am
דורך שבת אחים

Re: טעלעוויזיע סעריעס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 3:51 pm
דורך פייער אפפער
אמעריקענס גאט טעלענט הייבט די וואך אן שפילן
איינער ווייסט ווי מקען דאס מיטהאלטן?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:11 pm
דורך ונבנתה העיר
יענקל בויער איז אויפגעשטאנען תחיית המתים - דאס מאל אלס דער פרעזידענט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:18 pm
דורך סמבטיון
ענדליך איז ער אליין פרעזידענט און קען פירן דאס לאנד וויאזוי ער פארשטייט, ביידעוועי , די חברה האבן דא צאם געשטעלט עקטערס פון די בעסטע וואס איז נאר דא, געדענקט איינער נעקיטע ?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:20 am
דורך כלבאשבוע
א שוואכע פראדוקציע, די יסוד פונעם שאו איז טאקע געבויעט אויף דעם אז א שוואכער כאראקטער טרעפט זיך אין א גורלדיגער ראלע, אבער די שאו אליין איז אויך שוואכליך געשריבן און שוואך צאמגעשטעלט.

די ערשטער עפיזאד איז נאך נישקשה אבער דער צווייטער עפיזאד איז פלעין שלעכט, ספרובירט אפצומאלן דברים העומדים על הפרק וויאזוי טעראר און פאליטיק עפעקטן race אבער סווערט דא געטון אויף א שוואכן אינטעליגאנטער אופן.

די עקטינג איז אויך שוואך, סאוטערלענד כבודו במקומו מונח, ער איז קיינמאל קיין ערנסטע עקטער נישט געווען און דא איז ער זיכער נישט בכח צו טראגן דעם געוויכט. די פורסט לעידי איז מעגליך א גוטער עקטער אבער איר כימיע דא ארבעט נישט. מעגי פון ניקיטע איז גאנץ פיין אבער האט נאך נישט באקומען עפעס ערנסט מיט וואס צו ארבעטן, די אנדערע עקטערס זענען אויף יוצא צו זיין, נאטינג ספעשל.

חבל על הזמן, לדעתי.

וואס איז יא אינטערעסאנט איז דער נושא וואס די שאו שטעלט פאר, און אין ריעל לייף איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט, Who’s In Charge of America After a Catastrophe? Who Knows? Television’s 'Designated Survivor' imagines a hapless cabinet secretary becoming president. The truth about succession is way less certain: http://www.politico.com/magazine/story/ ... ans-214271

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 4:56 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 5:16 pm
דורך סמבטיון
דזעק בואער איז א שוואכע עקטער? יונגערמאן, איר ווייסט וואס טוט זיך מיט אייך? ווי האלט מען אויף דער וועלט? אוי לאזניים שכך שומעות

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 6:22 pm
דורך איך אויך
יאפ דער נייער שחור קומט נישט צו צי ר' יאנקל'ס קנעכל אבער איי געסס מען האט עס פילמירט אין אבאמא'ס צייטן איז פאליטיק קארעקט צו נוטצן א שווארצער נאו מעטטער ווי שוואך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 12:20 am
דורך חנווני
Homeland איז דא מיטן דריטן סעזאן. האט איינער דאס צווייטע עפיזאד?

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:53 am
דורך קאוריג
חנווני האט געשריבן:Homeland איז דא מיטן דריטן סעזאן. האט איינער דאס צווייטע עפיזאד?


דו ביזט צומישט, מיינסט מסתם צוזאגן די זיבעטע סעזאן


דרך אגב, די ערשטע צוויי סיזענס האב איך זייער געגליכען, די לעצטע סיזען איז אינגאנצען OFF נאט מיי טעיסט

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:14 pm
דורך חנווני
ריכטיג, כ׳האב זיך ווארשיינליך צומישט מיט ׳שטיסל׳ וואס איז לעצטנס אויבן דא
איך ווייס נישט פארוואס אבער די טעלעגראם טשאנעל וואס שיקט Homland׳ס סחורה איז עפעס סטאק געבליבן יעצט ביים צווייטן עפיזאד