בלאט 5 פון 7
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-mElcA3Aueg[/youtube]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:22 pm
דורך הילל
שטילע (אבער הונגעריגע) אינגערמאן,
ביי "ביגפליישיג'ס" איז אלעס גוט פאר מיין צונג. פון זייער "געשמאקע טשיקען" ביז "עפעס-א-סענדוויטש" איז אלעס דארט ממש אמחיה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:40 pm
דורך berlbalaguleh
מעקע-ניק האט געשריבן:וויאזוי ווערט מען אזוי א רעסטאראנט קריטיק? איך האב אויך ליב ארויסצוגיין עסן, איך פארשטיי אז מיט סערוויס און זויבערקייט קען זיי א חילוק אבער איך קען נישט לעבלען ווער ס'איז גוט און ווער שלעכט יעדער איינער מאכט מאכלים וואס זענען גוט און זיי אלע מאכן אויך וואס איז נישט גוט. סאבסעשנעל מאכט גוטע קרעיזי טשיקן סענדוויטש איך האב עס זייער געגליכן מיינט דאס אז איך בין נישט א מבין?
זאג נאר. דו האסט שוין געזעען בילדער פון די רעסטאוראנט קריטיקס. קיין איינער איז נישט דא וואס איז נישט קיין עגיל ואשמח....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 12:52 am
דורך שטילע אינגערמאן
אזוי ווי כ'מאך ב"ה א שמחה וויל איך זיך נאך פרעגן ביי די עולם דא
ווי זאל איך אנקויפען פאר די שמחה? זאל איך אליין גיי אנקויפן? אדער באשטעלען יואלי ווייס?
אין טאמער כ'גיי אליין אנקויפען גייט אלץ קומען פון מייזנערס,
אבער וואס איז מיט סושי? ווער איז בעסער? פרוינד? סושי משונע? קעי באר?
אין הערינג? שווארץ? פרוינדס?
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
ביטע העלפט ארויס....
בד"וו עטץ זענץ אלע העפטליך געלאדנט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:49 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:59 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 8:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
כולל גראסערי האט פלוצלינג געהויבן די פרייז פאר ג.פ. מילך פון די לאנגיעריגע ביליגע פרייז 2.39 צו 2.65.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 8:40 pm
דורך שמו יגער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אזוי ווי כ'מאך ב"ה א שמחה וויל איך זיך נאך פרעגן ביי די עולם דא
ווי זאל איך אנקויפען פאר די שמחה? זאל איך אליין גיי אנקויפן? אדער באשטעלען יואלי ווייס?
אין טאמער כ'גיי אליין אנקויפען גייט אלץ קומען פון מייזנערס,
אבער וואס איז מיט סושי? ווער איז בעסער? פרוינד? סושי משונע? קעי באר?
אין הערינג? שווארץ? פרוינדס?
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
ביטע העלפט ארויס....
בד"וו עטץ זענץ אלע העפטליך געלאדנט

אפילו עס איז צו שפעט און אפשר האלסטו שוין לאנג נאך די שלישי למילה אבער למען השמועס שבו אין אויך אפשר וועט איינער נעמען מיין עדווייס וויל איך זאגן וואס איך האלט
סושי = זיכער קעי באר די בעסט פארפאלן גיי טשעק אוט וועסטו אליינס זען
ווי אזוי גייט נאר זייער סלאגן "קרעיווינג?"
אין הערינג? שווארץ?
א שאלה אוודאי וואס איז דיין ספק מי לנו יותר מר' אהרן יודל זאל זיין געזונט ובניו שיחיו אוי! פארשטיין זיי צו מאכן א גוט שטיקל העירינג
דרך אגב אייער קיכלעך איז נאר מעינקאו.......
וועלעכע ביר איז די בעסטע? הייניקען? קעראנע? קארס?
די גאליציאנע' קענסט נישט קויפן אביסל פון אלע? זאל יעדער הנאה האבן וואס אים געפעלט!
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:57 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די גראסערי איך קויף אן האט צופעליג יא א פרייז אונטער יעדער אייטעם.
א צווייטע שאלה וואס איך האב, ס'מאכט זיך אמאל אז כ'זעה נישט די פרייז איך איך גיי יא צום סקענער,
כ'וויל פארשטיין וואס איז די נפק"מ צווישען די סקענער ביים רעדזיסטער אין די סקענער וואס הענגט אינמיטן געשעפט???
ביים רעדזיסטער פירט ער אדורך די איייטעם טשיק-טשאק, ביים סקענער אינמיטן געשעפט דארף מען מכוון זיין גענוי די באר-קאוד קעגן די רויטע פלעקטער, מדרייט אהער אין אהין אין גארנישט, ס'כאפט נישט, די ליטווישער מוטשט זיך אסאך ווייניגער מיטן תפילין ווי איך מיטן עפל ז'אוס,
וואס איז א נפק"מ אין די צוויי סקענערס???????????????.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז סך קלענער מיט ווייניגער שטראלן. ביים רעדזשיסעטער איז עס גרינגער מכוון צו זיין ווייל ס'איז ריזיג. כן נראה לי
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:14 pm
דורך petergrifin
אליבא דאמת האט געשריבן:וועגן די מחלה אז היימישע געשעפטן לייגן נישט קיין פרייזן.
איינער קען מיך זאגן ווי אזוי איך קען קויפן די ביליגסטע קאמפעני?? דארף איך שלעפן אלע פיר באטלעך צום סקענער???
פאר מיר איז עס אסאך גרינגער, ׳׳גפן״ קויף איך נישט אלס פאלעסי פאר זײער מאפיא שטיק, און ״נעיטשערס און״
היות ס׳איז די בעסטע (אין מײ אפיניון) מסתם באלאנגט עס שוין פאר גפן קויף איך עס אויך נישט איז דארף איך
נאר שלעפען צװײ באטלעך צום סקענער.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
גליקס איז אויך גפן! דארפסטו שוין גארנישט שלעפן...
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:35 pm
דורך איך אויך
לויט וויפיל איך ווייס איז 'נעטשורס און' נישט קדם-גפן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:07 am
דורך petergrifin
איך אויך האט געשריבן:לויט וויפיל איך ווייס איז 'נעטשורס און' נישט קדם-גפן.
אדער יא אדער נײן, איך האב עס נישט געמײנט ערנסט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 7:47 am
דורך דריידל
די מיינסט טאקע אז קדם וואלט צוגעלאזט נאכאיינעם פארקויפן גרעיפ זשוס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:46 am
דורך חכם עתיק
אפשר איז דא די פלאץ פארצולייגן מיין טענה..
פארוואס ווען איך שלעפ מיך צום גראסערי און איך שטיין און די ליין, נאכן זיך אנארבעטען און אויסוועלען פון די ליסטע וואס די יאכנע האט מיר אנגעפירקלט, קען איך נישט האבן די כבוד אז דער ספאנישער זאל ארויפלייגן מיין זאכן פונעם וואגן צום קאונטער? און דער וואס רופט אריין א ארדער זיצענדיג אויפן פאטעל, מיטן צוגארטל אין די הענט, ער באקומט יא די סערוויס?..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:32 pm
דורך לית דין בר נש
פאר די זעלבע סיבה וואס די ספאנישע טראגט נישט אהיים דיינע דריי בעגס, און יענע וואס רופט אריין יא.
און פארוואס ווען די ביסט ביי דיין מאמע אינדערהיים און די רעדסט צו איר און אינמיטן רופט דיין ברידער אריין רעדט זי ערשט צו אים פארשטייסטו יא?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:37 pm
דורך sefish
סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
חוצפה פון א היימישע שמחה זאל
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:49 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'בין דא אין א בעסערע היימישע שמחה זאל, כ'בין געקומען פרי צוליב זיין א גוטע פריינט מיט די בעל שמחה, ס'איז נאך היבש ליידיג,
כ'כאף א שפאציער אריין אין קאך אין זעה ווי סשטייט א וועיטיר אין נעמט ארויס פון פריד'ז אלטע קאקע קאלע'ס (פון די נעכטידע שמחה) אין גיסט אריין איינס אין צווייטען.
כ'האב געזעהן ווי ער קוקט מיר אן האב איך שנעל אוועק געקוקט כאילו כ'האב נישט באמערקט.
אבער מיטן ווינקעל אויג קוק איך נאך דער וועיטער אין באמערק ווי ער שטעלע ארויס אויפן טיש די אלטע פלעשער קאקע קולע, כ'בין שנעל צו געגאנגען אין געזעהן אז דער גוי איז גאנץ פראפעשינעל, פילט עס אן כמעט ביז אויבן ס'זאל אויס זעהן ניי אין פארמאכט עס שטארק.
כ'עפען אויף א פלעשעל אין כ'גיס מיך אן א גלעזעל, אויסגעוועפטע פארשטינקענע אלטע קאקע קולע
א מין עזות, פאר דעים צאלט די בעל שמחה שווערע געלט פאר א בעסערע זאל?
כ'טראכט פון מפרסים זיין די נאמען פונעם זאל, כבין אבער א שטילע אינגערמאן,
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:21 pm
דורך מאטי
כ'מיין אז די צייט וואס דויערט פארן וועיטער צאמצוגיסן די פלעשער, קאסט פארן בעה"ב מער ווי די קאלא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:27 pm
דורך שטילע אינגערמאן
זעהט אויס אז נישט, אדער איז ער פשוט נישט א אויס גערעכנטע
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:29 pm
דורך מאטי
אדער אפשר וועגן דעם איז דאס א טייערע זאל...
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 9:22 am
דורך עוד מישהו
הגם די אשכול איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי נוגע, היות איך וואין נישט אין אמעריקע.
אבער איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין ניו יארק אין די זומער, איך האב מקיים געווען די מצווה פון גיין א שבת אין גלות, ארויפשפאצירט מיט א געדינגענע אויטא צו די הויכע בערג. ביים איינקויפן אין עפעס א געשעפט, פארגעסן דעם נאמען, האבן זיי מיר געשינדן די הויט און שיעור נישט גורם געווען צו א הארץ אטאקע. די איינקויפן פאר שבת האט מיר אפגעקאסט מער ווי די וועג און די געדינגענע פארשטינקענע כאטקע.
עכ"פ, דאס איינקויפן איז געווען א שלעכטע עקספיריענס, צום באדויערן געדענק איך נישט וואו דאס איז פארגעקומען, לכאורה ערגעץ אין וואדריזש, סאוט פאלסבורג אדער מאנטיסעלאו געגנט.
וועלכע געשעפט איז מער ווייניגער נארמאל מיט צוגענגליכע פרייזן, וואס רייט נישט אויפן עולם ווי א חזיר? דאס אז אויף די בערג איז טייערער ווי אין שטאט ווייס איך, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס. אזוי איז עס