בלאט 5 פון 17

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:31 am
דורך גרויסע מענטשעלע
אויב סאיז א סטאק ווי זוי קען עס טראסקענען בעת די מארקעט איז פארמאכט?
סקען צוריק ארויף גיין ביז צופרי אין קיינעם האבן איפעקטיד

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:40 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:42 am
דורך קורקלענד
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:אויב סאיז א סטאק ווי זוי קען עס טראסקענען בעת די מארקעט איז פארמאכט?
סקען צוריק ארויף גיין ביז צופרי אין קיינעם האבן איפעקטיד

נישט אלע מארקעט'ס זענען אפען נאר אין געוויסע שעות. עס ווענדט זיך וועלכע מארקעט און וואו אויף די וועלט. ביטקוין טרעיד נישט אויף קיין מארקעט אין ס'איז אין קיינעם נישט אנגעבינדן דעריבער איז עס אייביג טרעידעבעל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:43 am
דורך קורקלענד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.

אה! אט דאס איז די מיליאן דאלער קשיא! וואס איך מוטשע מיך שוין בערך פינף יאהר צו פארשטיין......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:53 am
דורך סמבטיון
5539
א גיטע נאכט און א גיטע וואך פאר אלע יודישע קינדער!

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:06 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.

אה! אט דאס איז די מיליאן דאלער קשיא! וואס איך מוטשע מיך שוין בערך פינף יאהר צו פארשטיין......
אקעי קורקלענד יעצט קומסטו אריין קלאר, איז לאמיר צונעמען די זאך, פונקט ווי ביי סטאקס איז דא צוויי מיני אינוועסטארס, אזוי ביי דעם איז אויך דא צוויי מיני אינוועסטארס

1) פאנדאמענטאל,
מיינט ווי מ'קוקט און מ'פארשט נאך די עצם קאמפאני, די אינקאם די אויסגאבן, נעט ווערט, מיטן גאנצן באלאנס פאפיר, די פראדוקט, אויך דעם גאנצע סעקטאר, און אלעס ארום,

2) טעקניקאל.
איז בעיקר געבויעט נאכצוזוכן די טשארטס, אדער גרעפס, וואס באצייכענט וויפיל מענטשן קויפן עס, וויפיל מענטשן ס'דא ביי יעדן פרייז, און בכלל וויפיל אינטערעס די קאמפאני האט ביי אינוועסטירערס, און שטייטסעך אז ס'דא כמה וכמה מיני טשארטס און גרעפס, וואס דאס איז אן אינדאסטרי פאר זיך, ס'דא ריזיגע קאמפאניס וואס געבן זיך אפ מיט נאכזוכן די זאכן און שטעלן צו אפ טו די ספליט סעקאנד טשארטס ענט גרעפס.

יעצט ווען דו זאגסט אז דו מיטשעסט דיך שוין פינף יאר צו פארשטיין, וואס מינסטו דערמיט? טעקניקאל אדער פאנדאמענטאל??

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:12 am
דורך קורקלענד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אקעי קורקלענד יעצט קומסטו אריין קלאר, איז לאמיר צונעמען די זאך, פונקט ווי ביי סטאקס איז דא צוויי מיני אינוועסטארס, אזוי ביי דעם איז אויך דא צוויי מיני אינוועסטארס

1) פאנדאמענטאל,
מיינט ווי מ'קוקט און מ'פארשט נאך די עצם קאמפאני, די אינקאם די אויסגאבן, נעט ווערט, מיטן גאנצן באלאנס פאפיר, די פראדוקט, אויך דעם גאנצע סעקטאר, און אלעס ארום,

2) טעקניקאל.
איז בעיקר געבויעט נאכצוזוכן די טשארטס, אדער גרעפס, וואס באצייכענט וויפיל מענטשן קויפן עס, וויפיל מענטשן ס'דא ביי יעדן פרייז, און בכלל וויפיל אינטערעס די קאמפאני האט ביי אינוועסטירערס, און שטייטסעך אז ס'דא כמה וכמה מיני טשארטס און גרעפס, וואס דאס איז אן אינדאסטרי פאר זיך, ס'דא ריזיגע קאמפאניס וואס געבן זיך אפ מיט נאכזוכן די זאכן און שטעלן צו אפ טו די ספליט סעקאנד טשארטס ענט גרעפס.

יעצט ווען דו זאגסט אז דו מיטשעסט דיך שוין פינף יאר צו פארשטיין, וואס מינסטו דערמיט? טעקניקאל אדער פאנדאמענטאל??

איך בין נישט קיין גלויביגער אין טעכניקאל.

איך האב נוטע געווען צו פונדאמענטל.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:24 am
דורך קורקלענד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

איך ווייס נישט ווי ווייט אייער ידיעות איבער די טעכנישע מהלך גייט, אבער איך נאכן ליינען דעם ביכל בין איך געווארן אן אפיקורס אין טעכניקאל'ס, ס'האט פון מיר ארויסגעהאקט מיין גאנצן אמונה וואס איך האב געהאט.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:31 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

איך ווייס נישט ווי ווייט אייער ידיעות איבער די טעכנישע מהלך גייט, אבער איך נאכן ליינען דעם ביכל בין איך געווארן אן אפיקורס אין טעכניקאל'ס, ס'האט פון מיר ארויסגעהאקט מיין גאנצן אמונה וואס איך האב געהאט.
קודם האב איך הנאה צו זעהן אז דו ביזט אמאל יא געווען א מאמין בטעקניקלס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:38 am
דורך קורקלענד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קודם האב איך הנאה צו זעהן אז דו ביזט אמאל יא געווען א מאמין בטעקניקלס

יא. יא. איך בין שוין אסאך אדורך אין לעבן. די טעכנישע סטאפ איז אויך א דורכגאנג אין לעבן. אזויווי לערנען אין כולל-לערנען מיט קינדער בחורים-לייף אינשורענס-ביענדעיטש. ערגעץ אין די בעגינינג סטעידזשעס טוהט מען זיך אויך אריין אין טעכניקאל'ס............
באמת גערעדט איך האב אסאך געטוהן אין פארשטיין פינאנץ און לדעתי איז טעכניקאל'ס גאנץ אפגעפרעגט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:28 am
דורך סמבטיון
6188

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:40 am
דורך סמבטיון
6304

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:51 pm
דורך קורקלענד
זאגן זיי איצט אז די עולם טוישט איין די ביטקוין'ס צו ביטקוין קעש, וואס קען צוברענגן אז ביטקוין זאל ווערן עבר ובטל און אז ביטקוין קעש זאל אינגאנצן איבערנעמען איר פלאץ.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:44 pm
דורך יעקב מענטש
קורקלענד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

איך ווייס נישט ווי ווייט אייער ידיעות איבער די טעכנישע מהלך גייט, אבער איך נאכן ליינען דעם ביכל בין איך געווארן אן אפיקורס אין טעכניקאל'ס, ס'האט פון מיר ארויסגעהאקט מיין גאנצן אמונה וואס איך האב געהאט.

איך פארשטיי בכלל נישט די 'סברא' פארוואס טעקניקעל איז בכלל א וועג פון מעסטן א ווערד, סך הכל צייגט עס אז ס'איז דא אינוועסטירער וואס 'גלייבן' אז דאס איז די ווערד, ווען זייער גאנצע גלויבונג איז באזירט אויף דאס וואס איך און דו גלייבן (און פארשטייט זיך אינוועסטירן אין דעם סטאק באזירט אויף די אמונה).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:51 pm
דורך קורקלענד
ווען טעכניקאל'ס קען ווען ווייזן וויפיל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן וואלט איך דערפון געהאלטן. די פראבלעם איז אז ס'קען דאס אויך נישט ווייזן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:39 am
דורך Gimpel
רבותי יס איז געקומן די ידיעה די קאמאניסטןאון אטלנטיק אין ענגלאנד האט געקראכט און די אלע משקיעים מיט ביטקוין האבן דערלייגט הון תועפות

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:47 am
דורך Gimpel
אנטשולדיגט די קאמפאני אטלנטיק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:18 am
דורך סמבטיון
נישט אזוי קלאר וואס דארט גייט פאר, איך האב באקומען מיין פראפיט פון לעצטע וואך, איך מיין אז עס גייט אריבער פון איין בוס צו אן אנדערע, אדערווייל קען מען נישט מאכן קיין דיפאזעטס אדער ארויסנעמען, אבער די פראפיט קומט נאך אלטס אריין.
און אין אנדערע נייעס, ביטקוין איז צוריק ארויף צו 6560. יום נפלא!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:36 pm
דורך סמבטיון
6654

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 9:48 pm
דורך סמבטיון
6884

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 9:25 am
דורך סמבטיון
א גוט מארגן טייערע חברים,
7282

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 9:43 am
דורך סמבטיון
א גוט מארגן טייערע חברים,
7469