בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:53 pm
דורך היסטאריקער
CHESTNUT מאכט זייער א גיטע טשולענט

אבער קומט נישט צו צו מיין ב״ב טשולענט

יעצט ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין בארא פארק?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:04 pm
דורך זר זהב
אדער זאל מען עפענען נאך אן אשכול?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:12 pm
דורך לעמיל
vip מאכט א פיינע טשאלענט בפרט אויב דו נעמסט דו vip טשאלענט באקומסט עס מיט בקר ממש טעם גן עדן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:15 pm
דורך אוי טאטי
זר זהב האט געשריבן:אדער זאל מען עפענען נאך אן אשכול?
זר זהב האט געשריבן:דער טשולענט אשכול אישוין לאאאאאנג קאלט געווארן, וועליכעס אנווארעמען מיט 2 טשולענטען וואס מיר האבן לעצטענס טועם געווען (ביידע טאקע נישט אין ווילי). איינס דערפון גאנץ גוט און דער אנדערער איז עפעס גאר פון גן עדן ארויס.

פון גארמעי גלאטט אין בארא פארק איז געווען גאנץ פיין, געווענליך איז א סופער מארקעט טשולענט נישט אין מויל צו נעמען.

אבער די טשולענט וואס איז מיר געקומען אזוי אומגעראכטן און איך דענק נישט ווען איך האב לעצט געהאט אזא 5 סטאר טשולענט איז פון סאטמאר מהרז"ל'ס טעיק אוט אין ב.פ. ס'עפעס אויסערגעווענטליך! פיין ספייסי, גוט געקאכט און פיינע בשר. מיין חבר זאגט מיר אז עימיצער לאנדאו (שלום'ס זון) קאכט דארט.

איי איי להתענג אוי אוי בתענוגים אוי יוי יו ברבורים ושליו ודגי-הי-הים.


האסט פלעין פארגעסן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:20 pm
דורך גאלד
NESHER

13 ביי 41

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:00 am
דורך gehlungen
גאלד האט געשריבן:NESHER

13 ביי 41

Depends if you by thursday or friday. But landau,s in satmar r'zl take out is "feineh nias. Almost like GOTTLEIB in willy !

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:47 pm
דורך נס קאווע
איך ווער נישט אזוי נתפעל פון גאטליעב'ס טשולענט אגב האבן זיי אנגעהויבן מאכן א ווייסע טשולענט וואס איז נישט אוועק צו מאכן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:48 pm
דורך נפתלי
מאנטאג אינדערפרי רעדט מען פון טשולענט? עטץ נעמטס מיר אוועק דעם אפעטיט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:02 pm
דורך זר זהב
ס'דא וואס עסן נאך די שיריים פון שבת.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:24 pm
דורך קאווע טרינקער
גאלד האט געשריבן:NESHER

13 ביי 41

רבש"ע, אין גיהנום גיט מען זייער טשולענט. ס'איז א שרעק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:35 pm
דורך נס קאווע
אויף וואסערע עבירות גיט מען טשולענט אין גיהינום (אויב דו ביזט שוין יא באקאנט)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:12 pm
דורך איך אויך
מן הסתם איז די שטראף אז מען סארווירט עס אן פיקעלס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:45 pm
דורך קאווע טרינקער
נס קאווע האט געשריבן:אויף וואסערע עבירות גיט מען טשולענט אין גיהינום (אויב דו ביזט שוין יא באקאנט)

פאר ספענדען 6 דאללער פאר א טעלער שטיינער

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:04 pm
דורך איך זאג דיר
ידען האט געשריבן:לעמיל

איך בין שטענדיג גרייט פאר א געשמאקע קאווע פארברענגעריי... פאר טשולענט דארף איך פרעגן די ווייבעלע...

ניגון: האט א יוד א ווייבאלע האט ער פון איר צרות, האט ער נישט קייו ווייבעלע טויג ער אויף כפרות, אמאל האט די ווייבאלע א קוגאלע געמאכט פון זונטאג אינדערפרי ביז פרייטאג אויף דערנאכט, נעמט אייך נישט צום הארצן ס'איז נישט כדאי, ס'וועט אייך גארנישט העלפן סיי ווי סיי, אוי נעמט אייך נישט צום הארצן ס'איז נישט כדאי ס'וועט אייך גארנישט העלפן סיי ווי סיי. ווער עס קען דעם המשך הניגון ביטע לאזן וויסן

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:35 pm
דורך משבק
האמיר יעצט געמאכט א סטאפ אויפן וועג צו די קאנטרי ביי LEVYS . א נייע דעלי אין וו"מס . וואס זאל איך זאגן ? . טאקע א קליין געשעפטל קוים וואס מען הערט פון עם אבער ווי זאגט\זינגט ליפא? "אל תסתכל בקנקן" שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטס. אבער מאך זיכער צו אנזאגן פארן סערווירער ער זאל אריינליגן אסאך בשר .

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:43 pm
דורך תמים
שכוח פאר דיין אינפא, אבער עס האט זיך מיך נישט געלוינט די גאנצע אינפארמעישאן אז די האסט מיר באנאזאם ארויפגעברענגט די זכרונות אז עבר כלה וקיץ און [tag]זר זהב[/tag] איז נאכאלץ נישט ציריק! ווער קען בכלל עסען טשאלענט?

און קיינער זאל מיר נישט טרייסטען אז ער איז דא מיט א אנדערע ניק, ווייל קיינער דעליווערט אונז נישט וואס ער פלעגט, חוץ אויב מיטן טוישען ניק האט ער אויך געטראפן א דזשאב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:45 pm
דורך מ גפני
משבק האט געשריבן:האמיר יעצט געמאכט א סטאפ אויפן וועג צו די קאנטרי ביי LEVYS . א נייע דעלי אין וו"מס . וואס זאל איך זאגן ? . טאקע א קליין געשעפטל קוים וואס מען הערט פון עם אבער ווי זאגט\זינגט ליפא? "אל תסתכל בקנקן" שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטס. אבער מאך זיכער צו אנזאגן פארן סערווירער ער זאל אריינליגן אסאך בשר .

לאקעישאן?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:46 pm
דורך משבק
DIVISION COR DRIGGS

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 2:49 pm
דורך אויליגער
משבק האט געשריבן:האמיר יעצט געמאכט א סטאפ אויפן וועג צו די קאנטרי ביי LEVYS . א נייע דעלי אין וו"מס . וואס זאל איך זאגן ? . טאקע א קליין געשעפטל קוים וואס מען הערט פון עם אבער ווי זאגט\זינגט ליפא? "אל תסתכל בקנקן" שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטס. אבער מאך זיכער צו אנזאגן פארן סערווירער ער זאל אריינליגן אסאך בשר .

ער איז דער וואס פלעגט פארקויפן און פראנט פון פרענקעל'ס און לאנדא'ס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:44 pm
דורך יין שרף
טאפעלט ביי טשולענט, איז נישט קיין סיבה צו אוועקנעמען...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:57 pm
דורך העלא
זר איז דא צוריק מיט עטליכע ניקס,
ער שרייבט רנדערש די די עולם זאל נישט באמערקן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 7:37 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ער טראכט טאקע אז דער עולם באמערקט נישט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 8:11 pm
דורך איך אויך
ערשט יעצט אויסגעפיגערט?