בלאט 5 פון 7

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:28 pm
דורך מר. קלונימוס
they tow all cars parked in the 3 block range
IMG_20160224_132346.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:02 pm
דורך שמעון וואלף
נעכטן ביי די חתונה בבית באבוב-מאנסי/דינוב-וומ"ס/באבוב-45/סאסרעגן/סאטמאר-53/ספינקא-56 איז אויך געווען אפגעשפארט די גאס. פארשטייט זיך אז ס'האט אנגעמאכט א טרעפיק און איינע פון די פעטערס האבן נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט קומען, נגד רצונו, מיט אן עסקארט מיט לייטס און סיירענס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 7:44 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שמעון וואלף האט געשריבן:נעכטן ביי די חתונה בבית באבוב-מאנסי/דינוב-וומ"ס/באבוב-45/סאסרעגן/סאטמאר-53/ספינקא-56 איז אויך געווען אפגעשפארט די גאס. פארשטייט זיך אז ס'האט אנגעמאכט א טרעפיק און איינע פון די פעטערס האבן נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט קומען, נגד רצונו, מיט אן עסקארט מיט לייטס און סיירענס.


קודם כל עס איז סאסרעגען איסט 24. ער איז גענוג א גרויסע רבי אז ער זאל באקומען א נאמבער.

והשנית, גיוו קרעדיט וואו מען דארף. אנשטאט פארמאכן די גאס פון אינמיטן טאג איז די פארקער געווען אפן כרגיל, צוליב דעם וואס זיי האבן אריינגעלייגט די חופה אין די פארקינג לאט אנשטאט אויף די גאס. ממילא איז געווען פארמאכט די גאס נאר די שעה פון די חופה.

בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך. אבל מה יעשה אז די אדמורי"ם לבית מאנסי/וומ"ס/45/56 האבן נישט מוותר געווען דערויף און זיי האבן געהאט א באגלייטונג מיט בליצערלעך און זיי זענען געווען פון אונטער אים

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 9:47 pm
דורך ליפא
געהערט אז וועגן דעם פארט יענע אדמו''ר, וואס האט פיינט לעמפלעך, זייער אסאך מיט פרייועט קליינע פליגער'ס ווייל ס'האט ווייניגער לעמפלעך ווי א גרויסע זשעט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:37 pm
דורך elter-zeide
ליפא האט געשריבן:געהערט אז וועגן דעם פארט יענע אדמו''ר, וואס האט פיינט לעמפלעך, זייער אסאך מיט פרייועט קליינע פליגער'ס ווייל ס'האט ווייניגער לעמפלעך ווי א גרויסע זשעט...

"געהערט" ווי הערט מען דאס? געהערט!!!

Re: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 10:43 am
דורך ishchusid
בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך.[/quote]

דער אדמו"ר האט פיין געהאט לעמפעלעך אין פייפערלעך, און געפיפן ווי א מאניאק אויף 14 אין 15 עוו, למען ישמעו ויראו גאנץ בארא פארק וועלעכער פעטער עס איז בעלעבאס אויף די חתונה
ריכטיג מקיים געווען דעם בטל רצונך מפני....

Re: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 10:52 am
דורך קל וחומר
אויף די אלע 'נגד רצונו'ס' ווערט געזאגט 'אלו הם יסורים של אהבה'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 7:33 pm
דורך אוהב ספרים
ishchusid האט געשריבן:בנוגע דעם עסקארט, דער אדמו"ר וואס איז נגד רצונו האט טאקע נישט געהאט קיין בליצערלעך.


דער אדמו"ר האט פיין געהאט לעמפעלעך אין פייפערלעך, און געפיפן ווי א מאניאק אויף 14 אין 15 עוו, למען ישמעו ויראו גאנץ בארא פארק וועלעכער פעטער עס איז בעלעבאס אויף די חתונה
ריכטיג מקיים געווען דעם בטל רצונך מפני....[/quote]

אונטרעסאנט ווען ער איז געקומען צו די חתונה איז נישט געווען קיין שום לעמפעלעך און פייפערלעך, אויכעט נישט ווען ער איז אוועק נאך די חופה און צוריק צום בענטשען,

אבער ווען מען איז געפארען צום באדעקען מיט נאך אדמורים מוז זיין אז עס איז געווען זיינס, איך הער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 7:55 am
דורך [NAMELESS]
א פרישע חתונה אין פאפא, אבער דאס מאל אויף פענן סטריט

ישר כח פאר'ן קומען צום שכל!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:38 pm
דורך שמעון וואלף
ענדליך איז די ווייגעשריי אנגעקומען אין די הויכע פענסטער און דערגרייכט צו די ראשי קהילת יעקב פאפא. ומהם ילמדו וכן יעשו אז ביי אלע מאורעות זאל מען זיך רעכענען מיט די ציבור.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
ענדליך האט פאפא אויסגעפוילט ביי די אינסטאנצן אז כאטש א קורצע צייט זאלט בעדפארד זיין געשלאסן כאטש די חופה קומט נישט פאר דארט דאך למען כבוד רבותנו זאל עס זיין געשלאסן כאטש פאר א קורצע צייט.

#נישט קיין וויץ ליידער

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 4:26 pm
דורך כוכב
תושבי בארא פארק זענען זייער עקסייטעד אז מלכות "טויס פאר יו" כ'מיין צו זאגן מלכות סאטמאר מאכט היינט נאכט א גרויסע חתונה אין שטאט, איך גיי נישט דיסקוטירן די אויפרייסענישן לבית סיגוט סאטמאר און דאס מאכן א חתונה מיט גרויס פאראדע וואס איז שוין לאנג נישט אין סטיל, על פי רוב האט מען שוין לאנג אנערקענט אז ס'איז א שאד די בלוטיגע הקדש געלט גענומען פון ציבור, וואס קען גיין פאר בעסערע און וויכטיגערע צוועקן, ווען עס איז פונקט אזוי גוט א חתונה אין ביהמ"ד, ווי דער אדמו"ר פון צד שכנגד פירט זיך ביי אלע זיינע אייניקלעך.
אבער דא איז דא באהאלטענע סיבות עי' ערך ר' יעקב בער והמסתעף, ממילא גיי איך גארנישט זאגן.
אבער וואס איז יא א פרעכע און גרויליגע חוצפא, איז דאס אויפשטעלן די חופה אין סאמע צענטער פון פערצנט עוועניו. ווער עס האט נאר אמאל באזוכט בארא פארק ווייסט אז די טראפיק דערגרייכט קריטישע שטאפלען, אזוי ווייט אז מ'הערט פון הצלה אז עס פארשווערט זיי אנצוקומען צו עמערזשענסי הילפס רופן אין צייט, פערצנט עוועניו איז פון די שווערסטע גאסן אין שטאט, גרויסע טיילן פון טאג איז עס ממש א פארקינג לאט וואס איז א ביטערע אפקומעניש פאר די שטאטישע איינוואוינער.
ווילסט מאכן א חופה בריש כל חוצות מיט גרויסע פאמפע? כל הכבוד! אבער פארוואס אין דער וועלט מוז עס פונקט זיין אויף די עוועניו, עס איז א ריכטיגע בור ברשות הרבים, גניבה און גזילת רבים, און אן עוולה קעגן די מענטשהייט.
במטותא מיינכון כבוד ר' יעקב בער וכל כת דילי', מאכט אייערע חופות אויף א סטריט און נישט אויף אן עוועניו. אזא פירערשאפט ברענגט נישט קיין כבוד און רעגט סתם אויף דעם רעכטדענקיגן מענטשהייט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
מ'דארף האבן אמונת צדיקים אז ביים צייט פון די חופה וועט נישט זיין קיין עמערדזשענסיס און קיינער וועט נישט זוכען קיין פארקינג אויף די עוועניו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:54 pm
דורך קאצקע ציקער
אביסל דרך ארץ פאר די זיידעס וואס קימען אראפ

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:39 pm
דורך איסר האטלקי
א גאנצן טאג בינעך שוין באזארגט אויב וועל איך קענען אהיימפארן פון די ארבעט גראד אראפ פערצן, צוליב דעם גרויסן חופה בחצה"ק 52. למעשה, איך בין אריבערגעפארן האלב זיבן, קנאפער שעה איידער די חופה ברויך זיך אנצוהויבן 'בדיוק גמור מאוד'... פערצנטער עוועניו איז ברייט אפן!!

ס'האט אין מיר צוריק ארויפגעברענגט מיין כעס אויף שטינקאטש (קרעדיט: נ. ר.) וואס האט חתונה געמאכט און אפגעשפארט פערצן פון חצות היום ווען די חתונה האט זיך אנגעהויבן 10 באישון לילה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 8:26 pm
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:אביסל דרך ארץ פאר די זיידעס וואס קימען אראפ


נאר די זיידעס קומען אראפ? די באבעס נישט?, כבין זיכער אז ׳באבע-יוטל׳ איז אויך אראפגעקומען, זי האט געזעהן אזויפיל יאקאבאוויטש׳ס לעפקאוויטש׳ס פריינד׳ס און פליישמאנ׳ס קומען זיך צוזאם אויף איין פלאץ, מוז זיכער זיין אז ס׳קומט דארט פאר א נאנטע משפחה שמחה, קומט זי טאקע צוגיין פון יענער וועלט, אדער פון גן עדן אדער פון...

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:36 pm
דורך קורקלענד
וואס זאל ער טוען אז די זיידעס האבן זיך אויסגענומען אז זיי וועלן נאר קומען אויף א עוועניו מיט פיר ליניעס (פארקינג ליניעס קען מען אויך רעכענען) און אז עס דארף זיין פולשטענדיג אפגעשטעלט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:39 pm
דורך שמעון וואלף
וואס פארשטייט עטץ נישט, ביי די קומענדיגע חתונה וועט מען טראמפייטערן אז די רבי אדער יעקב בער האט אויסדריקליך פארלאנגט אז מ'זאל נישט אפשפארן קיין הויפט גאסן ווייל ביי די פאריגע חתונה האט עס פאראורזאכט אומאנגענעמליכקייטן פאר די איינוואינער.
די חסידים וועלן אויפהייבן די אויגן פארוואונדערט, פשיהא! קוק וואספארא נועם המידות דער איז, ווי ער רעכענט זיך מיט אנדערעמ'ס געפילן

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:36 pm
דורך סקרן
בילדער פון די חתונה?
איינער?

Re: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:36 pm
דורך קלוגע יודל
חוקר וסקרן האט געשריבן:בילדער פון די חתונה?
איינער?

נישט אין די אשכול, עס איז אין די אשכול פון כ"א כסלו

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
בעדפארד ראדני אלערט

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:33 pm
דורך קאצקע ציקער
סאטמאר מעג